בלאט 74 פון 213
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:19 am
דורך I'm back
וואס האבן די אייוועלטניקעס קעגן די קראלי פון ווילי?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:17 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 5:54 pm
דורך סאשי פיש
ווער עס גייט מיך געבן מיין 1,300 לייק?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 5:58 pm
דורך סאשי פיש
צום ערשטען מאל צום צווייטעם מאל צום דריטען מאל זכה לו ל[tag]פישל'ע העררינג[/tag]
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 8:50 pm
דורך פיטומי מילי
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:פיטומי מילי האט געשריבן:איך וויל וויסן
פאר וואס א נארמאלע מענטש, א רעכטע אוהב את הבריות, איינער מיט א שטארקע שכל הישר, איינער וואס פארשטייט אפצוטיילן א דינע האר אין צווייען הייסט א לינקער
אין א פערד, איינער וואס גייט אין וואנט אריין, איינער וואס איז פיל מיט hate, איינער וואס איז my way or no way, שלעכט, נעריש, ראציג, אין פאציג הייסט א רעכטע
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Left%E2% ... t_politics
איך האב נישט געמיינט אין פאליטיקס, איך האב געמיינט ביי אונז אידן
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 3:24 pm
דורך אפטעמיסט
פון ווען הייבט מען אן עסן המן טאשן?
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 10:55 am
דורך אלמודד בן הכנענית
פארוואס אפערירן נישט די פאליס קארס מיט פאר וויל דרייוו רעדער. איך בין געזיצן נעכטן ביי א רויט לייט, און פארענט פון מיך איז געשטאנען א פאליס קאר. יענע קאר איז געווען א דאזדש טשארדזער וועלכע איז בעק וויל דרייוו (זאגאר מער מסוכן). ווען ס'איז געווארן גרין האט ער אנגהויבן אזאנס צו גליטשן, אזש מיר האט געדאכט איך גיי זיך טרעפן זיצן אינעם ארעסטאנט זיץ, צוזאמען מיט מיין קאר.
אזויפיל געלט צאלט מען פאר זיכערקייט, און דווקא אט די חברה וואס דארפן זיך יאגן אין א שניי צו העלפן צווילע, נישט נאר וואס זיי האבן קיין פאר-וויל-דרייוו, זענען זיי זאגאר בעק וויל דרייוו. אפשר ברויכן אונז זיי העלפן. סארא שיגעון. עם איי מיסינג סאמטינג?
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 11:57 am
דורך שמעקעדיג
זיי האבן דאך ספעציעלע טרעקלעך פאר הילף, מען קען נישט אויסשטאטן די טויזענטער אדער מיליאנען פאליציי אויטאס מיט טייערע 4-ווהיל דרייוו טרעקלעך איבערן יאר.
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 12:03 pm
דורך מאטי
פארוואס פירט מען זיך אז אויב מ'רעדט צו א לאטינא דאן מאכט מען נאך זיין אקצענט "אמיגא נאו פראבלעמא קאם טאמארא " די זעלבע איז ווען מ'רעדט צו א סלאווישן גייט באלד אריבער דער ענגליש צו א סלאווישער אקצענט. כ'מיין כ'האב נאך נישט געזען אז א ספאנישער אדער א רעד נעק ווען ער רעדט צו א חסיד אז ער זאל טוישן דעם אקצענט.
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 12:35 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ווייל א חסיד (שוטה) מיינט אז ער דארף אויסזען אויפגעקלערט אפילו צום גרעסטן שקלאף וואס וואשט דיינע טוילעטס! ווילאנג יענער איז נישט א איד איז דאך יענער קאאאאאאאאאאאאאאאל......
.
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 1:08 pm
דורך סאו וואט
דער פאליס לעידיס וואס שטייען געווענליך ביי גרויסע סקולס, צו קוקן ווי אזוי מ'גייט אריבער דער גאס,
האבען זיי אמאל געהאלפן ראטעווען כאטש איין נפש אחת???? אלס וואס ווערן זיי באצאלט?
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 1:09 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך גלייב אז יא. זיי פעלן שטארק אויס
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 1:10 pm
דורך ברעט מענינג
שמעקעדיג האט געשריבן:זיי האבן דאך ספעציעלע טרעקלעך פאר הילף, מען קען נישט אויסשטאטן די טויזענטער אדער מיליאנען פאליציי אויטאס מיט טייערע 4-ווהיל דרייוו טרעקלעך איבערן יאר.
דעי פארשטינקענע 4 וויהל קענען זיי זיך נישט ערלויבען? און אנדערע פלעצער ווי און ענגלאנד זענען זיי אויסשטאפירט מיט וואלווא קארס צו אפילו בי עם דובעליו, וואס איז טייערער ווי 4 וויהל דרייוו אויף פארשטינקענע פארד קארס.
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 2:06 pm
דורך גאלד
סאו וואט האט געשריבן:דער פאליס לעידיס וואס שטייען געווענליך ביי גרויסע סקולס, צו קוקן ווי אזוי מ'גייט אריבער דער גאס,
האבען זיי אמאל געהאלפן ראטעווען כאטש איין נפש אחת???? אלס וואס ווערן זיי באצאלט?
מסתמא, 40 יאר צוריק איז א קינד געשטראבן צוליב א עקסידענט, און דער לאקאלער פאליטישן איז פונקט אויסגעשטאנען פאר א שווערע רי-עלעקשן,
האט דער ביליגער לץ פאליטשן געטראפן א גאלדענע געלעגנהייט צו ציען פאזיטיווע עטענשן, און פארגעשלאגן א נייע געזעץ אויף לעולם ועד, דער "דשאני לאו", צו וואס
זיך געלאזט פאטראגאפירן מיט א זויערע פנים צוזאמען מיט צאמגעבראכנע משפחה, און זיך נאך אהער געשטעלט ווי דער בעל הרחמים פון די שטאט,
בקיצור, לכבוד די תאות פון א פאליטישן דארף מיר זיך ספראווען מיט א פרישע ביוראקרעסי לעולם ועד
למשל יענער וואך האט מען נעבעך געטראפן די קערפער פון די פארלוירענעם גייסטישן קראנקן קינד אוואנטע אקענדא,
נו וואס קלערסטע, אשר יגרנו בא, דער עטענשן סיקער טשאק שומער וועקט זיך אויף אז מ'דארף מאכן א "אוואנטע לאו",
דו ביליגער לץ!!! מוז מען טאקע צו אנזעטיגן דיין כבוד, נאך יעדע טראגעדיע, רייטן דערויף און איינפירן א נייע געזעץ אויף לעולם ועד???
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 6:52 am
דורך איש עברי
אריבערגעפירט אין א עקסטער אשכול
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 6:01 pm
דורך ונבנתה העיר
איז מעגליך צו ליינען א מעשה אהן Visualizing?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 6:47 pm
דורך געפילטע פיש
לכאורה נישט
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 8:04 pm
דורך רויטע וואנצעס
פונקט געהאט א שמועס מיט איינעם איבער Visualizing. זאגט ער מיר אז ער Visualized כמעט גארנישט, וואס ער ליינט אדער זעהט איז ביי אים על פי רוב פאקטן אין קאפ נישט קיין פיקטשער. ער טענה'עט אז אסאך מענטשען טראכטן אזוי.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 8:49 pm
דורך געפילטע פיש
ווען איך דערצייל עם איבער א מעשה מיט א הויז און גארטן מיט א גרויסע בוים פון פארענט טראכט ער נישט פון א הויז מיט א בוים?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 11:36 pm
דורך רויטע וואנצעס
ביים ליינען אדער הערן א מעשה זעהט ער עס נישט לעבעדיג מיט קאלירן מיט די ווינט די שאטען אא"וו נאר סתם א בוים. אפשר קען מען עס מגדיר זיין, אז ער זעהט טאקע בילדער אבער נישט אלס א פילם.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 11:43 pm
דורך פיטומי מילי
ווען איך ליין אדער איך הער א מעשה זעי איך אויך נאר די פאקטן
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 11:56 pm
דורך פיטומי מילי
איך פארשטיי אז עס האט צוטוהן ווי טיף די מענטשעןס דמיון גייט ,
א שטארקע טיפער פאנטאזירער זעיט א גאנצע מעשה ווי ממש אין לעבן, געווענליך די מענטשען זענען זייער אפטימיסטיג אבער נישט רעליסטיג פין די אנדערע זייט איז ער אייביג מלא תקוה, ווידערום דער וואס זעיט נאר פאקטן שוועבן נישט אין דמיונות דעי זענען מער פעסעמיסטיש אין רעליסטיג
נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 12:48 am
דורך שמעקעדיג
איך גיי אויך געווענליך אריין בעומק המחשבה, כאילו בעל השמועה עומד לפני. דעריבער איז מיר זייער שווער זיך אפצורייסן אינמיטן א מעשה אדער א קליפ, ווייל עס רייסט מיר ארויס פונעם עולם הדמיון צום אמת, וואס איז שווער. ווידעראום האבעך חברים וואס ממש אומפארשטענדליך, אינמיטן די טיפסטע אינטערעסאנטסטע שטיקל האבן זיי נישט א פראבלעם צו פארקלאפן דעם בוך (אדער לעפטאפ) און גלייך צוריק שיפטן צום אמת'ן וועלט. כאב עס קיינמאל נישט פארשטאנען געהעריג ביז יעצט ליינענדיג דא.