בלאט 75 פון 179

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 2:03 am
דורך קל וחומר
מיין צעשטערטע שבת נחמו.

מיין שווער זז"ג האט געהאט די זכיה מיר צו האבן אויף שבת נחמו פאר א סעודה אין קאנטרי, ביים טיש איז געווען א ריזיגן אויסוואל מכל טוב וטוב ב"ה פון אלע ברענדס אלע מינע דיפלעך והמסתעף, דאס שווער האט בכלל נישט ארויסגעוויזען קיין איינגעהאלטענקייט, אין פאקט האט ער ש'מיר ש'דיר מסיים געווען אפאר קאנטעינערס כיד ה' הטובה עליו, זיי זאגן אז שלמה המלך בשעתו וואלט געווען א בלויזע משל צו דעם אכילה גסה וואס איז דא פארגעקומען, שטייצעך אז צום בענטשן איז מען מכבד דעם גאסט, כ'רוף אויס הויעך 'רבותי מיר וועלן בענטשן' יהי שם כו' פאר עפעס אן אומפארשטענדליכע סיבה האט זיך בטעות ארויסגעזאגט די פאלגענדע: 'ברשות מו"ח בעל בשר הזה' מרנן ורבנן ורבותיי... נאך איידער כ'האב זיך געקענט בכלל צאמנעמען און כאפן וואס כ'האב נארוואס געזאגט, האט זיך געהערט א ווילדער געלעכטער אויסשיס מכל קצווי השלחן אנשים נשים וטף חוץ פון מיך און מיין שווער האט יעדער געשאסן 'לייק דער איז נאו טומאראו'. מיין שווער האט זיך נעבעך גענומען טוישן קאלירן, רויט, ווייס, געהל, פינק, בלוי, פערפל וכו' איך זיץ נאך מיטן בעכער אין האנט און כ'ווייס נישט וואו זיך אהינצוטוהן, זאל איך ווייטער זאגן כאילו לא היה? זאל איך אויסרופן אז כ'האב אן עמערדשענסי? אפשר 'בטעות' איבערדרייען ס'בעכער? ביז וואס ווען וואו, האט מיין שווער אויסגערופן הויעך אז ער שנאדערט פופציג פונט ביז זאת חנוכה!
מיין שוויגער האט מיך געוואלט קושן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 11:39 am
דורך מאטי
איינער פרעגט א שאלה פון זיין רב אויב מ'מעג אפירזוכן דאס ווייב ביי א שבת שבע ברכות ווען זי איז צווישן אנדערע פרויען אלס חשש בורר.
ענטפערט דער רב: "נאר אויב זי איז אוכל מתוך פסולת ונאכלת לאלתר."

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 9:11 pm
דורך דער דאס
צו דער 40'סטער יארצייט פון זייער חתונה, האט חנוך געפרעגט זיין ווייב, וואס וואלסטו געוואלט?
א טריפ ארום די וועלט? ניין!
א נייע קאר? ניין!
א ווילא אויפ'ן ים? ניין!
א דיימאנד קייטל? ניין!
וואס יא? ווי שאקירט ווערט ער, ווען זי ענטפערט 'א גט' ...

איים סארי זיסקייט, רופט ער זיך אן, כ'האב נישט געטראכט צו ספענדן אזויפיל....

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 12:15 am
דורך א איד
קל וחומר האט געשריבן:מיין צעשטערטע שבת נחמו.

מיין שווער זז"ג האט געהאט די זכיה מיר צו האבן אויף שבת נחמו פאר א סעודה אין קאנטרי, ביים טיש איז געווען א ריזיגן אויסוואל מכל טוב וטוב ב"ה פון אלע ברענדס אלע מינע דיפלעך והמסתעף, דאס שווער האט בכלל נישט ארויסגעוויזען קיין איינגעהאלטענקייט, אין פאקט האט ער ש'מיר ש'דיר מסיים געווען אפאר קאנטעינערס כיד ה' הטובה עליו, זיי זאגן אז שלמה המלך בשעתו וואלט געווען א בלויזע משל צו דעם אכילה גסה וואס איז דא פארגעקומען, שטייצעך אז צום בענטשן איז מען מכבד דעם גאסט, כ'רוף אויס הויעך 'רבותי מיר וועלן בענטשן' יהי שם כו' פאר עפעס אן אומפארשטענדליכע סיבה האט זיך בטעות ארויסגעזאגט די פאלגענדע: 'ברשות מו"ח בעל בשר הזה' מרנן ורבנן ורבותיי... נאך איידער כ'האב זיך געקענט בכלל צאמנעמען און כאפן וואס כ'האב נארוואס געזאגט, האט זיך געהערט א ווילדער געלעכטער אויסשיס מכל קצווי השלחן אנשים נשים וטף חוץ פון מיך און מיין שווער האט יעדער געשאסן 'לייק דער איז נאו טומאראו'. מיין שווער האט זיך נעבעך גענומען טוישן קאלירן, רויט, ווייס, געהל, פינק, בלוי, פערפל וכו' איך זיץ נאך מיטן בעכער אין האנט און כ'ווייס נישט וואו זיך אהינצוטוהן, זאל איך ווייטער זאגן כאילו לא היה? זאל איך אויסרופן אז כ'האב אן עמערדשענסי? אפשר 'בטעות' איבערדרייען ס'בעכער? ביז וואס ווען וואו, האט מיין שווער אויסגערופן הויעך אז ער שנאדערט פופציג פונט ביז זאת חנוכה!
מיין שוויגער האט מיך געוואלט קושן.

וואס איז די וויץ?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 12:41 am
דורך קל וחומר
נאר וויצן זענען ערלויבט, אדער סתם א מילתא דבדיחותא איז אויך גוט?
(כ'זעה אז דו האסט עס געלייקט, שטעל איך זיך פאר אז דו האסט געכאפט דעם רמז..)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 12:43 am
דורך דער דאס
שוין איינמאל א גוט'ס..

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 2:01 am
דורך וואלווי
.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 2:06 am
דורך וואלווי
קל וחומר האט געשריבן:מיין צעשטערטע שבת נחמו.


ווי אזוי גייט דאס ווארט? ווען די נער איז נישט מיינס לאך איך אויך.

אלזא קל וחומר ייש"כ פארן אינזין האבן אנדערע יודען אפי' ווען פאר דיר קומט עס אן שווער און עס איז געווען א פארשטערטע שבת נחמו

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 11:04 pm
דורך שלום על ישראל
אן עלטערע פארפאלק קומט ארויף אויבן אין הימל נאך זייער הונדערט און צוואנציג. נאכ'ן אריבער גיין זייער משפט, פסקנ'ט מען זיי גן עדן. אריינגייענדיג הייבט די פרוי אן צו פלאפלען ווי שיין און געשמאק עס איז. דער מאן האקט איר איבער און זאגט: "יא, ווען נישט דיין האלוויט ברויט און וועזשעטעבעלס, וואלטן מיר שוין געקענט דא זיין פאר צען יאר צוריק..."
♻️

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 11:49 pm
דורך דער דאס
א קאפעל, איבער די ניינציג, געלעבט צוזאמען מער פון זיבעציג יאר, שלעפן זיך אריין צום רב, זי וויל א גט.. מיט וואונדער פרעגט דער רב, ביז יעצט האסטו געקענט אויסהאלטן, וואס איז יעצט געשען? מיט א קוויטשע'דיג קול שרייט זי, ער פירט זיך נישט ווי ס'דארף צו זיין, ווען ער ענדיגט עסן פלייש בעט ער מיך צו מאכן א קאווע..

נו, פרעגט דער רב, וואס זאגסטו צו דעם?

עהה.. ביז זי גרייט אן ס'קאווע, גייט אריבער זעקס שעה..

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 12:26 am
דורך דער דאס
לייבעלע א זיס יונגל קע"ה, קומט צום זיידן א בן תשעים עמו"ש, זיידי, מאך צו דיינע אויגן פאר איין מינוט..

פארוואס? פרעגט ער, ווייל מאמי האט געזאגט ווען זיידי וועט פארמאכן די אויגן, גייען אונז ווערן זייער רייך..

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 2:27 am
דורך קאצקע ציקער
.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 3:01 am
דורך וואלווי
קאצקע ציקער האט געשריבן:אן עלטערער פארפאלק קומט ארויף אויבן אין הימל נאך זייער הונדערט אונצוואנציג.
נאכ'ן אריבער גיין זייער משפט, פסקנ'ט מען זיי גן עדן.
אריינגייענדיג הייבט די פרוי אן צו פלאפלען ווי שיין און געשמאק עס איז,
דער מאן האקט איר איבער און זאגט: "יא, ווען נישט דיין האלוויט ברויט און וועזשעטעבעלס, וואלטן מיר שוין געקענט דא זיין פאר צען יאר צוריק...


מאך א ברוך שכוונתי. צו געטראפען צו שלום ווארט ביי ווארט....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 2:12 pm
דורך שלום על ישראל
וואלווי האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:אן עלטערער פארפאלק קומט ארויף אויבן אין הימל נאך זייער הונדערט אונצוואנציג.
נאכ'ן אריבער גיין זייער משפט, פסקנ'ט מען זיי גן עדן.
אריינגייענדיג הייבט די פרוי אן צו פלאפלען ווי שיין און געשמאק עס איז,
דער מאן האקט איר איבער און זאגט: "יא, ווען נישט דיין האלוויט ברויט און וועזשעטעבעלס, וואלטן מיר שוין געקענט דא זיין פאר צען יאר צוריק...


מאך א ברוך שכוונתי. צו געטראפען צו שלום ווארט ביי ווארט....

נישט ווארט ביי ווארט; איך האב רעדאגירט די טעותים.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 6:12 pm
דורך א איד
קל וחומר האט געשריבן:נאר וויצן זענען ערלויבט, אדער סתם א מילתא דבדיחותא איז אויך גוט?
(כ'זעה אז דו האסט עס געלייקט, שטעל איך זיך פאר אז דו האסט געכאפט דעם רמז..)

אז וואס אז דיין שוויגער האט דיר געוואלט קושן?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 26, 2016 12:35 am
דורך דער דאס
א לערער אין א כאמאס טרענירונג לאגער אין ווילי.. כ'מיין אין עזה, האט געוואלט ווייזן זיינע סטודענטן ווי אזוי מ'רייסט אויף א זעלבסמארד וועסטל, האט ער געזאגט צו זיי, קוקט גוט ווי אזוי איך מאך עס, כ'גיי ענק נישט ווייזן נאכאמאל..

נשלח: פרייטאג אוגוסט 26, 2016 4:07 pm
דורך ליפא
A woman in a hot air balloon realized she was lost. She lowered her altitude and spotted a man in a boat below. She shouted to him,

"Excuse me, can you help me? I promised a friend I would meet him an hour ago, but I don't know where I am."

The man consulted his portable GPS and replied, "You're in a hot air balloon, approximately 30 feet above ground elevation of 2,346 feet above sea level. You are at 31 degrees, 14.97 minutes north latitude and 100 degrees, 49.09 minutes west longitude.

She rolled her eyes and said, "You must be a Republican.

"I am," replied the man. "How did you know?"

"Well," answered the balloonist, "everything you told me is technically correct. But I have no idea what to do with your information, and I'm still lost. Frankly, you've not been much help to me."

The man smiled and responded, "You must be an Obama-Democrat."

"I am," replied the balloonist. "How did you know?"

"Well," said the man, "you don't know where you are -- or where you are going. You've risen to where you are, due to a large quantity of hot air. You made a promise you have no idea how to keep, and you expect me to solve your problem. You're in exactly the same position you were in before we met, but somehow, now it's my fault."

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 27, 2016 11:10 pm
דורך [NAMELESS]
בזמן ביקור ראש הממשלה בארה"ב ניגש אליו יהודי חרדי, נישק את מעילו ואמר לו: "אתה בשבילי כמו ספר תורה."
ראש הממשלה בצניעותו אמר לו: "אל תגזים, למה אתה אומר את זה?"
אמר החרדי: "כל שבוע יש לך פרשה חדשה..."

נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 1:46 am
דורך דער דאס
דער הייליגער בעל 'קדושת הבטן' איז געקומען אויף שבת אין שטאט, ער איז באוויסט אין גאנצן געגנט מיט זיין אויסער געווענטליכע עבודה, א טיש שבת איז געווען וואס צו זען.. און טאקע נאר צו זען, פון די מאכלים איז נישט געבליבן קיין לעק.

ביי זיך אינדערהיים איז איין זאך, יעצט אבער מ'קומט צו גאסט, די גבאים האבן זיך ארום געדרייט נערוועז, וואס וועט דא זיין, מ'קען דאך נישט מאכן לצנות פונעם עולם, דער רבי מוז דאך טיילן שיריים, זיי האבן דעם רבי האט אנגעזאגט צו האלטן זיך אין די ראמען..

פרייטאג נאכט, נאך קידוש אויף א כוס של אליהו, אויף געשניטן די בארכעס, דער גבאי ציפט פון אונטען, ווי צו זאגן האלט'ך רואיג.. ער איז טועם פון די פיש קוים אביסל מ'שלעפט עס גלייך אוועק, זעלבע ביי די זופ, ביז ס'קומט אריין ס'קוגל.. א ירושלים'ער.. אה, ס'גייט א רויך.. פון די בליקן פון רבי'ן זען די גבאים ס'צרות, גיב עס צוויי מינוט נישטא קיין זכר פון קוגל.. ס'גייט זיין בזיונות.

איינער א שטארקע חסיד, גיבט זיך א קראץ דעם רוקן 'פונקט' ביי די סוויטש פון די לעקטער.. ס'געווארן חושך מצרים.. נאך עטליכע מינוט 'האט זיך עס צוריק אנגעצינדען' נישטא מער קיין קוגל.. איי.. -רופט אויס דער 'גרויסע' צדיק- קדושת שבת.. פון הימל איז געקומען א מלאך און 'פארברענט' די קוגל..

אוי ווי וואונדערליך זאגט א חסיד, די מלאך האט איבער געלאזט צוויי לאקשן אויף דער רבי'ס בארד....

נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 1:55 am
דורך berlbalaguleh
בן אדם האט געשריבן:בזמן ביקור ראש הממשלה בארה"ב ניגש אליו יהודי חרדי, נישק את מעילו ואמר לו: "אתה בשבילי כמו ספר תורה."
ראש הממשלה בצניעותו אמר לו: "אל תגזים, למה אתה אומר את זה?"
אמר החרדי: "כל שבוע יש לך פרשה חדשה..."

בן אדם: צו דעם דארף מען דאך קענען די שפה הטמאה, רח"ל מהאי דעתא. און מ'דארף קענען די איזראעלי פאליטיק. איך גיי פרעגן א שאלה פון הרב ישראל מ. סופר אדער הרב ש.ב. מרגליות אויב צו מאכן ליצנותא דעבודה זרה פון די מדינה הציונית און נתן יהו מעג מען רעדן און ליינען עברית, רח"ל מהאי דעתא.
אז מ'רעדט שוין. הרב ש.ב. מרגליות דארף זיך טוישן זיין פאלשן נאמען. ווייל די ראשי תיבות זענען ציוניסטיש. און אן ערליכער איד פון די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני קען ח"ו האבן הירהורי ציונות, רח"ל... :lol: :roll:

נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 11:33 pm
דורך דער דאס
א צווייטע מאל האט פאסירט, ווען מ'איז געווען צו'גאסט אין א שטאט, האבן זיי אנגעגרייט א 'געשטאפטע גאנז' דאס מאל האט ער צוגעזאגט, ער גייט נישט ווערן פארלוירן.

ס'קומט למעשה, ער הייבט אן האקן אויף אלע באקן, אז ס'געגאנגען א רויך.. די גבאים בליקן זיך איבער, וואס טוט מען דא? ס'נישט דא וואס צו טוהן, דער רבי באמערקט ווי דער עולם קוקט און רופט אויס, איי מיין הייליגע טאטע.. אוי איז ער געווען גרויס.. נישט דא מער אזאנס ווי מיין הייליגע טאטע.. מיין גרויסע טאטע.. און אזוי האט ער פארציקט דעם קאטשקע.

איינער פון די עלטערע חסידים, האט שפעטער געפרעגט ילמדנו רבינו, וואס איז פשט פון דערמאנען דעם טאטע'ן בשעת'ן עסן? איי.. מיין טאטע, ער האט פארשטאנען צו מתקן זיין נשמות, ער האט געוויסט ווי זיי זענען, אין וועלכע חלק עוף, איך קען נישט די זאכן, כדי צו מעלה זיין די נצוצות ברויך איך אויף עסן דאס גאנצע..

נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 11:46 pm
דורך דער דאס
שרה'קע פרעגט איר מאן, תנחום ווי ליגט די ביכל 'ווי אזוי צו לעבן הונדערט און צוואנציג יאר'?

כ'האב עס פארברענט.. ענטפערט ער.

פארוואס? שרייט זי מיט כעס, ווייל דיין מאמע האט מיך עס געבעטן צו ליינען..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 10:30 am
דורך פעינטער
א פרוי רופט אהן דעם מאן:
איך בין אויסגעשפארט אהן א שליסל!..

זאגט דער מאן:
אקעי, ביז צוויי שעה בין איך דארט..

זאגט זי:
בסדר, איך גיי דערווייל שאפפינג..

שרייט ער צוריק:
שטיי אויפ'ן פלאץ, ביז צען מינוט בין איך דארט.