בלאט 75 פון 214

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:43 pm
דורך קלונימוס
קלונימוס דרייט זיך שוין ארום אויף די וועלט פאר צוואנציג יאר פלוס אין זוכט אין זוכט, ער ווייסט אליין נישט וואס ער זוכט, אין צו ווי ער וויל אנקומען מיט'ן זוכן, אין וואס וועט עם זיין בעסער ווען ער וועט שוין יא טרעפן דאס געגארטע, אין קען גאר זיין אז ער זוכט נאר צו זוכן עפעס בכלל......

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:44 pm
דורך מי יקום
שלום וברכה צו אלע קאווע שטיבל מיטגלידער. איך דריי זיך שוין דא א שטיק צייט. איך האב שטארק הנאה פונעם שטיבל. און איך וויל דשוינען די קלאוב. איך בין בערך דרייסיג יאר אלט, איך וואוין אין ב״פ.

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:46 pm
דורך איינציג
איך באגער צו ווערן א חבר אין קאווע שטובל מיט צו טיילן מיינע ידיעות, איך האף מוסיף זיין צום שטובל כמיטב יכלתי לפי מסת הפנאי, און פארשטענדליך זיך האלטן צו די תקנות השטובל. איך ווארט צו הערן פון די גבאים ווי אמשנעלסטן, יישר כח למפרע,

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 11:29 pm
דורך שמעקעדיג
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
Siddur האט געשריבן:this is a place where i can discuss all kind of topics without being removed 5 minutes later I am reading
this forum for the last few years and i really enjoy reading it where you can discuss all kind of topics i ma 27 years i am Viznitz


וויזניץ פלעטבוש ??


אזוי ווי @רעבישע אייניקל איז א בעלזע וויליאמסבורג...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 10:02 am
דורך newkave
.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 2:14 pm
דורך newkave
איך האב גארנישט געשריבן שלעכט. ווען מאשזאר צו כויחאב שרייבט עס ווען, וואלט [tag]געוואלדיג[/tag] עס געלייקט.. כאב בלויז געמאכט א וויץ, אבער היות אין אישי נעם איך זיך אן פאר מו''ר [tag]איש את רעהו[/tag], נעמט מען יעצט נקמה.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 2:40 pm
דורך diff
פ"וו אין אישי
2) פריוואטע הודעות: קיינער קען נישט זען אייערע פריוואטע הודעות.
viewtopic.php?p=60056&f=12#p60056

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 4:50 pm
דורך פאקטיש
א נייטראלער מאנסיער יונגערמאנטשיק, וואס זוכט א "רואיג ווינקל" צו שמעוסן און פארברענגען! גלייך צו פארשטיין א צווייטנס מיינונג נישט קיין חילוק צו פאליטיק אדער און תורה.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 4:52 pm
דורך אוקריינער חסיד
איך בין זייער נייגעריג און דער פאר דריי איך זיך דא ארום...
איך פיר מיר צו האלטן שטיל אפילו ווען איך דיסעגרי מיט יענעם...
איך שרייב מיר איין כדי צו ליינען נישט אויף צו שרייבן...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 4:53 pm
דורך מוזיק עקספערט
איך דריי מיר שוין לאנג אין קאווע שטיבל און איך האב גאר שטארק הנאה דערפון און איך האב באשלאסן צו ווערן א חלק פון די קאווע שטיבל משפחה, איך ווארט דערווייל אויף מיין באשערטע, ביז דערווייל האט מען הנאה פון די באשעפערס וועלטל.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 6:42 pm
דורך סמבטיון
ווי אלט ביזטו און וואספארא סארט זוכסטו? אפשר קען איך דיר העלפן טרעפן א שידוך.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 7:15 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
סמבטיון האט געשריבן:ווי אלט ביזטו און וואספארא סארט זוכסטו? אפשר קען איך דיר העלפן טרעפן א שידוך.


וואדאס מיט דיר ? ער זיכעט דען ? זיינע עלטערן זיכען !

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 7:52 pm
דורך בן אדם
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:ווי אלט ביזטו און וואספארא סארט זוכסטו? אפשר קען איך דיר העלפן טרעפן א שידוך.


וואדאס מיט דיר ? ער זיכעט דען ? זיינע עלטערן זיכען !

וואס באפאלסטו אים אזוי? אפשר האט ער א טאכטער, און ער זוכט אויך?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2017 9:42 pm
דורך שמעון בן שטח
פארשפרייטן שיש שם מצוי וקדמון בעולם

רעדן בענייני השקפה ובחובת השעה

און ווי אויך זעה איך אז זייער אסאך פאקטען ארום מדינת ישראל וגזירותיהם ווערט פארהוילן צוליב אומוויסנדקייט

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2017 9:43 pm
דורך מרן זצ''ל
איך האב לעצטענס זוכה געוועהן צו זיך באקענען מיט'ן שטיבעלען דורך א לינק וואס איך האב דערהאלטן פון איינער פון די שרייבער'ס דאהי, און כדי ס'זאל מעגליך זיין צו צולייגן מיין מיינונג איבער געוויסע עניינים וויל איך האבן מיין פאזיציע.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2017 9:44 pm
דורך האלעפטש'ס
דא שרייבט א בחור וואס איז ליידער פארזינקען אין די ''סיסטעם'' אין קען נישט טין די זאך וואס יעדער נארמאלע מענטש טיט..... ארבעטן איך זיץ דא אין ארץ אין ''ישיבת'' מיר שלאפט בייטאג אויף ביינאכט שוין געוואטשט יעדע מאווי אין טי ווי שוין גערייזט איבעראל ,שוין געקומען דערצייט צי טין עפעס ניצלעך אין שרייבען אויף קאווע ששטיבל.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2017 9:44 pm
דורך נקודת-אמת
די לעצטע תקופה בין איך געווארן אן אורח קבוע אינעם קאווע שטיבעל,
א גאנצע טאג פארפליישיג איך מיך נישט כדי נישט צו פארפאסטען די מאמענט פונעם קאווע צוזאם מיט די גאנצע חבריא קדישא.
אזוי ווי מ'וויל פון מאהל צו מאהל צו צולייגן אן הערה צו א גוט ווארט ברויך מען זיך רעגיסטרירן, האב איך מיך מיישב געוועהן אזוי צו טאהן.
איך האף אז די קאווע וועט דא געלונגענענען, און איך וועל הנאה האבן פון די עולם דא און 'כמים הפנים לפנים וכו''.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2017 9:45 pm
דורך בהצלחה
איך האב אינטרעסע אין זוך אדארך רעדען נושאים בנוגע פרנסה, וועגען ווי אזוי מ' קען מצליח זיין אונליין, איך האב שון אביסל יארן פון עקספירענס מיט אמאזון אין איבעי אבער מ' דארף כסדר הערן אין זיך לערנען נאך פון אנדרע מענטשען, איך האף עס וועט זיין אן אופטהו אין די פרומס, אין איך וועל אויך קענען העלפען אנדערע בעז"ה פרנסה איז די ערשטע זאך

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2017 9:46 pm
דורך שמש בצהרים
איך בין א אינגערמאן וואס הויבט אצינד אן זיין לעבן מיטן רעכטן פיס בשטומ"צ. איך ליין אייך שוין פאר עטליכע יאר, אצינד ווען מען גרייט זיך אויפצושטעלן אן אייגן שטוב איז העכסט צייט זיך אליין צו באטייליגן אינעם קאווע שטיבל קרעמעל מיטן טלית אויפן פלייצע ווי אן עכטער אינגערמאן!

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2017 9:47 pm
דורך אם כן
איך זיך שון לאנג ארום א כשר'ע סייט וואס מען קען דארט פארברענגען על טהרת הקודש, פאר ערליכער יודען אן קיין כפירה אין מינות מיר מיינען לויט די מסורה, עכט היימישע יודען, מיר זעט אויס אז דאס איז די ריכטיגע פלאץ פאר דעם,

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2017 9:48 pm
דורך מפיל קינד
איך בין פול מיט טאלאנטן, אריינגערעכנט שפילן, זינגען, שרייבן, רעדן, גראמען, דאווענען. איך טו אין פארשידענע ענינים, ווי שלום בית, חינוך הבנים, גיין אין גראסערי און צום שיך סטאר, פוצן די ציין און קריכן יעדעם אויף די נערווען.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2017 9:49 pm
דורך שטויבעלעך
א גוט יאר אייך אלעמען!
איך בין: שטויבעלעך.

כאטש איך קען נישט פון פאראויס זאגן אין וועלכע נושאים איך וועל אלץ ווערן פארמישט, קען איך אבער אויף אזויפיל זאגן, אז בל''נ וועל איך שטענדיג אינזין האבן אריינצושטעלן קאמעס און פינטלעך כפי הצורך.
פשוט אלס ''מה דעלך סני, לחברך לא תעביד''. איך גלייך זייער נישט -און איך קען כמעט נישט- ליינען א שריפט וואו עס פעלן די קאמעס און פינטלעך.

איך האף, אז אויסער וואס איך זעלבסט וועל נאשן פונעם קאווע שטיבל פיינע כוסות, זאל איך אויך פון מאל צו מאל קענען מהנה זיין דעם עולם מיט געשמאקע קאווע שטויבעלעך.
---
נייעס, וועלטליכע אדער פאליטישע, אינטערעסירן מיר נישט אין אלגעמיין.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2017 11:11 pm
דורך דער דאס
מפיל קינד האט געשריבן:איך בין פול מיט טאלאנטן, אריינגערעכנט שפילן, זינגען, שרייבן, רעדן, גראמען, דאווענען.


אין קורצן, גארנישט קיין 'מפיל קינד'..