בלאט 76 פון 110

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 3:35 pm
דורך בנישראל
N


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 12:09 pm
דורך berlbalaguleh
ר' יעקב (יאנקל) שטערן, ע"ה: נעכטן, זונטאג איז געווען די לוויה. ער האט געהאט א שטיקל שייכות מיט מונקאטש. געווען דער בעה"ב/שותף אין..."דאללאר" קאר רענטל...!
די לעצטע 3 יאר האט ער געליטן אויף יענע מחלה, ל"ע. אבער ער איז ארומגעגאנגען. נישט געווען אין שפיטאל ביז לעצטנס.
געווען חתונה געהאט בזיוווג שני. געהאט עטליכע קינדער בזוו"ר אויך...!
ער איז געווען א פראמינענטער ביזנעסמאן און חשוב'ער בעל צדקה...!

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 4:28 am
דורך שבת אחים
בד״ה פיינע איד געוועהן

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 5:07 pm
דורך Kool man
א פרייליכער און איידעלער יוד געוועהן, נישט אפגעזאקט קיין טובה פאר קיינער, תנצבה

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 7:43 pm
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:בד״ה פיינע איד געוועהן

און דו ביזט א כופר...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 1:58 am
דורך berlbalaguleh
עמעזאן האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:בד״ה פיינע איד געוועהן

און דו ביזט א כופר...

עמעזאן: אנטשולדיגט. וואו קומט אריין זיין כפירה דא אהער...?!
שוואכער קראצמעך סיזן געווען ביי ענק...? לויט ווי כ'הער איז עס געווען גאנץ ביזי, ב"ה...! צו מ'האט געמאכט געלט אויך ווייסיך שוין נישט... לאמיר האפן אז יא. מעגסט פארגינען פאר א צווייטן... :lol: :roll:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 2:05 am
דורך [NAMELESS]
איך האב זיך באצויגן צו די "ברוך דיין האמת" טייפא פון עם, אז סוב קאנטשעס איז ער א מאמין און ער איז מצדיק די דין.
#מאמין אע"פ שכפר מאמין הוא...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 2:54 am
דורך שבת אחים
עמעזאן האט געשריבן:איך האב זיך באצויגן צו די "ברוך דיין האמת" טייפא פון עם, אז סוב קאנטשעס איז ער א מאמין און ער איז מצדיק די דין.
#מאמין אע"פ שכפר מאמין הוא...

אינטערסאנט אז די פרייע פארוועטס ניצט אויך די אויסדרוקן ווי בד״ה און תנצב״ה וואס איז א פיגור אף ספיטש ביי זיי און זיי ניצן עס על אף זיי גלייבן אין דעם א רעטעך! כהאב נישט געוואוסט אז די פרומע זענען בעל בתים אויף געוויסע ווערטער און אויסדרוקן, גיט צו וויסן נעקסט טיים ווען איך פלאן צי שרייבן אזעלכע טערמינען ווי "בלי נדר" און "ב"ה" וועל איך דיר שיקן א אישי און די וועסט מיר געבן א גאנצע "ראון דאון" מיט וועלכע ווערטער איך מעג זיך באניצן. יישר כח למפרע :ניגון: :ניגון: :ניגון: :פורים2: :פורים2: :פורים2:

נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 11:13 am
דורך דער שכן
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' יעקב (יאנקל) שטערן, ע"ה: נעכטן, זונטאג איז געווען די לוויה. ער האט געהאט א שטיקל שייכות מיט מונקאטש. געווען דער בעה"ב/שותף אין..."דאללאר" קאר רענטל...!
די לעצטע 3 יאר האט ער געליטן אויף יענע מחלה, ל"ע. אבער ער איז ארומגעגאנגען. נישט געווען אין שפיטאל ביז לעצטנס.
געווען חתונה געהאט בזיוווג שני. געהאט עטליכע קינדער בזוו"ר אויך...!
ער איז געווען א פראמינענטער ביזנעסמאן און חשוב'ער בעל צדקה...!


ווי אלט איז ער געווען? כ׳מיין אז די פאקטן זענען נישט ריכטיג. ביי וועם איז ער געווען א איידעם די גאנץ ערשטע מאהל?

נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 11:44 am
דורך berlbalaguleh
איך מיין אז דער ר' יאנקל שטערן וועם דו האסט געקענט איז טאקע נישט געווען קיין בעל-בתישער יונגערמאן און קיין ביזנעסמאן, נאר א משמש/מקווה איד/אתרוג סוחר/שדכן/בדחן/ספרים פאקער/סכך און הושענות פארקויפער און שמות זאמלער. און ער איז אויכעט נישט געווען חתונה געהאט בזיווג ראשון (גראד אנגעהויבן בזיווג שני...) אבער דער וועם איך האב געקענט איז יא געווען...!

ערנסט גערעדט: זיין שווער בזיווג ראשון האביך נישט געקענט. נאר איך קען די משפחה. פאר מער פרטים דארפסטו דיך ווענדן צו הרב חיים'קע שאולזון. ער פראדוצירט א שמוץ בלעטל. איך, ב"ה נישט...!

נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 8:11 pm
דורך דער שכן
נישט געהאט חתונה בזווג ראשון מיט אייניקל פון הרב הצדיק המקובל הישיש ר׳ חיים פסח פעטמאנן זצ״ל?

נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 10:27 pm
דורך berlbalaguleh
כדאמרן. ס'געווען אנ'אנדער ר' יאנקל שטערן. מיין ר' יאנקל'ס שווער בזיווג ראשון האט געהייסן דייטש...!

נשלח: פרייטאג יאנואר 15, 2016 9:37 am
דורך ליפא
IMG_20160115_093556.jpg

נשלח: פרייטאג יאנואר 15, 2016 9:50 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
דאכט זיך מיר אז ער האט געהייסן ברוין אין איז געוועהן א בחור ליידער

וואס איז געוועהן איצטער מיט איהם

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 4:21 pm
דורך רופא מפורסם
זיין טאטע איז געווען ר' משה ברוין ע"ה א בעל תפילה אין קלויזענבורג אויף ליע עוועניו
ער איז געווען אין די זעכציגער יארן.
הב' אברהם יעקב ב"ר יצחק משה ע"ה

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 5:00 pm
דורך פידלער
דער שכן האט געשריבן:נישט געהאט חתונה בזווג ראשון מיט אייניקל פון הרב הצדיק המקובל הישיש ר׳ חיים פסח פעטמאנן זצ״ל?


ניין. זיין ברודער.

נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2016 10:03 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2016 10:03 am
דורך [NAMELESS]
Rabbi Ronnie Greenwald passed away.

Rabbi Ronald Greenwald (born January 8, 1934) is an Orthodox Jewish rabbi who is a businessman and an educator.

Born in New York City, he has made a career of spy trading, international hostage mediation, and other forms of high-stakes, high-intrigue diplomacy. He served as presidential liaison of President Richard Nixon to the Jewish community during the Nixon administration. He serves as a community activist, chairs various civic boards, and directs a high school and a summer camp sternberg.

https://en.m.wikipedia.org/wiki/Ronald_Greenwald

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2016 11:18 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אוי, איז ער געווען א זאך. א ברודער פון להבחל"ח הרב יעקב גרינוואלד פון מאנסי/ירושלים, מח"ס עצות והדרכות

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2016 12:28 pm
דורך א איד
איינער ווייסט פרטים וועגן די לוי' פון ראני גרינוואלד

נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2016 12:31 pm
דורך [NAMELESS]
א איד האט געשריבן:איינער ווייסט פרטים וועגן די לוי' פון ראני גרינוואלד

זעקס אזייגער ביי אור שמח.

נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2016 12:35 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2016 1:55 pm
דורך הוגה
[justify]א רירענדע בריוו וואס דער נפטר ע"ה האט פארגעליינט פאריאר ביי אן אסיפה איבער מאלעסטעישאן פריווענטשען. ווארענונג, גרייט אייך צו צו וויינען. ער איז געווען א שטארקע אקטיוויסט אין דער נושא, וויווי אויך האט ער פאר לאנגע יארן געהאט א מוסד פאר troubled teenaged מיידלעך. יהא זכרו ברוך.


.[/justify]