בלאט 77 פון 213

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:51 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס מאכן אלע סעילס לייט און קורסעס געבער און עווענטס פראדוצירער זייערע אקציעס אין אזעכע קליינע פלעצער? יעדעס מאל וואס זיי אדווערטייזן, אפילו די ערשטע מאל, שרייט מען מיט די גרעסטע אותיות אויפן פלאקאט "פלעצער זענען באגרעניצט"!
קענסט נישט נעמען אביסל א גרעסערע לאקאציע, און אזוי ארום פארדינען נאך אפאר קאסטומערס???......
#באגרעניצטע_מענטשן

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 3:00 pm
דורך נולד מאוחר
וואס האט די נומבער 10-4 מיט כהאב געהערט?

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 3:28 pm
דורך יין שרף
נולד מאוחר האט געשריבן:וואס האט די נומבער 10-4 מיט כהאב געהערט?

http://en.wikipedia.org/wiki/Ten-code

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 3:51 pm
דורך גיבור
וויאזוי לייג איך א לינק צו א תגובה פון קאווע שטיבל ?

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 4:06 pm
דורך יין שרף
גיבור האט געשריבן:וויאזוי לייג איך א לינק צו א תגובה פון קאווע שטיבל ?

די קליינע ווייסע קעסטל לעבן יעדע תגובה איז די לינק צו די תגובה, (אם יהיה כשנים, ליין עס! וועט עס דערנאך ווערן כשלג ילבינו)
כזה ראה, כאן לפני הקריאה כאן לאחר הקריאה...

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 4:11 pm
דורך טיטאניק
סאו וואט האט געשריבן:איז ר' מענדל בן מהר"א מסאטמאר יחי' א בן יחיד?
פארוואס הארט מען נישט און מ'זעהט נישט פון זיינע אנדערע ברודערס?

א גיטע קאשע!
לכאורה וויל דער טאטע אז איין זין זאל איבער נעמען דאס רעביסטעווע און ער זאל דאס זיין
פארוואס?
אין טראכט אולי ווייל ער איז דער עלסטער
אדער ווייל אזוי

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 4:11 pm
דורך טיטאניק
petergrifin האט געשריבן:פארוואס איז דא מענטשן וואס ווען זיי שרייבן א בריוו צו איינע פון די אידישע צייטונגן מאכן זיי זיכער צו
אינטער שרייבען בן או'א'מר כ'ק געפעפערטער הויזן שליטא וחדבן כ'ק געפימפעלטע בעקישע זצ'ל מברוקלין
קווינס עקספרעסווע?

מען זאל וויסען קלאר אז נישט זיי זענען עפעס און נישט זייער פאטער איז עפעס געווען און זייער שווער אויך נישט
3 מאל [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 6:54 pm
דורך גיבור
יין שרף האט געשריבן:
גיבור האט געשריבן:וויאזוי לייג איך א לינק צו א תגובה פון קאווע שטיבל ?

די קליינע ווייסע קעסטל לעבן יעדע תגובה איז די לינק צו די תגובה,

יישר כח פארן ענטפערן !
יעצט וואס דארף איך טון אויב איך וויל דיר שיקן צו א תגובה וואס איך האב געשריבן ערגעץ אנדערש ?

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:47 pm
דורך יין שרף
גיבור האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
גיבור האט געשריבן:וויאזוי לייג איך א לינק צו א תגובה פון קאווע שטיבל ?

די קליינע ווייסע קעסטל לעבן יעדע תגובה איז די לינק צו די תגובה,

יישר כח פארן ענטפערן !
יעצט וואס דארף איך טון אויב איך וויל דיר שיקן צו א תגובה וואס איך האב געשריבן ערגעץ אנדערש ?

right click, copy shortcut

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:14 pm
דורך פיטומי מילי
וועלעכע מלבישים מיינט די לעצטיגע קול קורא אין בארא פארק

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:15 pm
דורך משה געציל
דענעם באגעבאס.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:17 pm
דורך פיטומי מילי
טאקע א געפערליכע פרצה

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:33 pm
דורך דריידל
פיטומי מילי האט געשריבן:וועלעכע מלבישים מיינט די לעצטיגע קול קורא אין בארא פארק

עורות תחשים בעקיטשעס.
לעצטענס גייט עס אוט אף קאנטראל ווי יונגע בנש"ק'ליך באפיצן זיך מיט בגדים המיוחדים לרשכבה"ג.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:40 am
דורך נולד מאוחר
פיטומי מילי האט געשריבן:וועלעכע מלבישים מיינט די לעצטיגע קול קורא אין בארא פארק

יענע וועלכע איך די און רבנים גלייכן דאס מערסטע.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:08 am
דורך פיטומי מילי
אויף דעם איז דאך דא א פשוטע עצה,
זאלן די רביציןס אויך גיין מיט די מלבישים אזוי וועלן די רבנים קוקן אויף ״זייער״ ווייבער נישט אויף ״יענעם׳ס״ ווייבער

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:21 am
דורך שטילע אינגערמאן
זייערע ווייבער זענען גראבע טאנקען, זייער ווייבער מיט שיינע קליידער איז גארנישט אזוי שיין אויף א פרוי וואס דעגרייכט 250 פונט,
זיי וועלן אייביג קוקן אויף אונזער ווייבער,

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:10 pm
דורך מ גפני
דריידל האט געשריבן:
פיטומי מילי האט געשריבן:וועלעכע מלבישים מיינט די לעצטיגע קול קורא אין בארא פארק

עורות תחשים בעקיטשעס.
לעצטענס גייט עס אוט אף קאנטראל ווי יונגע בנש"ק'ליך באפיצן זיך מיט בגדים המיוחדים לרשכבה"ג.

אה כ'האב טאקע געזען לעצטענס עדס פון G&G אז מ'פארקויפט שוין רבי'שע בגדים לכל מאן דהו אפילו אן א VIP PASS, דאס האט אויפגעפלאקערט דעם חרון אף הגדול הגיבור והנורא פון די רע-בילעך

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 1:15 pm
דורך shlomyg
איך זיך א פלאץ ווי מ'קען קויפן גאקאכטע עסן לכבוד פסח מהדרין מין המהדרין פאר א משפחה וואס ס'איז נישטא היי יאר ווער ס'זאל קאכן איז דא אזא מציאות?

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 1:37 pm
דורך שטילע אינגערמאן
shlomyg האט געשריבן:איך זיך א פלאץ ווי מ'קען קויפן גאקאכטע עסן לכבוד פסח מהדרין מין המהדרין פאר א משפחה וואס ס'איז נישטא היי יאר ווער ס'זאל קאכן איז דא אזא מציאות?

וואס איז די פראבלעם? יעדער איינציגסטע פסח געט עוויעי עדווערטייזט אז זיי זענען מהדרין מן המהדרין אין זיי בראקן נישט. ;)

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 2:15 pm
דורך רויטע וואנצעס
shlomyg האט געשריבן:איך זיך א פלאץ ווי מ'קען קויפן גאקאכטע עסן לכבוד פסח מהדרין מין המהדרין פאר א משפחה וואס ס'איז נישטא היי יאר ווער ס'זאל קאכן איז דא אזא מציאות?


pomegranate
supermarket

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 7:30 pm
דורך משולם שטיינפעלד
shlomyg האט געשריבן:איך זיך א פלאץ ווי מ'קען קויפן גאקאכטע עסן לכבוד פסח מהדרין מין המהדרין פאר א משפחה וואס ס'איז נישטא היי יאר ווער ס'זאל קאכן איז דא אזא מציאות?

גיי צו צו א אינגערמאן אין ביהמ"ד וואס קען נוצן די איבריגע פאר דאלער, און פרעג אים צו זיין ווייב קען קאכן עקסטרע פארציאנען פאר גוט באצאלט.

וועסט מקיים זיין קמחא דפסחא למהדרין מן המהדרין.
עס וועט זיין כשר לפסח מהדרין מן המהדרין.
עס וועט זיין היימיש למהדרין מן המהדרין

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 8:32 pm
דורך שמעקעדיג
משולם, פיין געזאגט, געטראכט דאס זעלביגע.

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 9:30 pm
דורך חביבי
איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס איך קען נישט ארויף לייגען קיין פיקטשערס