[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/bbcode.php on line 130: preg_replace(): Compilation failed: subpattern name expected at offset 46
[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/bbcode.php on line 130: preg_replace(): Compilation failed: subpattern name expected at offset 46
[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027)

קאווע שטיבל • מילתא דבדיחותא - בלאט 77
בלאט 77 פון 179

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 5:37 pm
דורך ציבעלע-קיגל
דעם שבת אין א שיינע גרויסע שוהל שטעלט זיך אויף דער רב פאר'ן לייענען און פאנגט אן זיין וועכענטליכע דרשה.

עס שטייט די וואך... אתם נצבים היום כלכם... ראשיכם זקניכם שבטיכם ומלכיכם...

איז זייער שווער, מילא ראשיכם, אלע שבטים האבען געהאט א ראש. זקניכם, עס זענען געוועהן אסאך אלטע. שבטיכם, עס זענען דא 12. אבער מלכיכם? פארוואס מער פון איין מלך?

שרייט אריין דער ראש הקהל, רבי עס שטייט דאך נישט ומלכיכם.

ענפערט דער רבי, איך האב שוין געהערט דער תירוץ, איך וויל אבער זאגען א בעסערע

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 5:55 pm
דורך שמעקעדיג
האט געשריגן דער גבאי,
רבי עס גייט נאך כי תבא, אפילו די סדרה ווייסט נישט די רב?
ואמר כל העם אמן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 6:14 pm
דורך אפשר
א תמימות'דיגע אידל איז אמאל געווען אין מקוה, זעט ער דארט א איד וואס זיין גאנצע גוף איז געווען שיין ברוין אפגעברענט אחוץ דארטן ביים אחור וקדם וכו' וואו עס איז געווען ווייס נאטורליך.

פרעגט ער דעם איד ילמדנו רבינו פארוואס זענט איר טונקל איבעראל חוץ יענעם פלאץ? האט דער איד מסביר געווען זייער פשוט אז ער איז יעצט געווען אין מיאמי זיך בראהטן ביים ים אזוי איז ער געווארן אינגאנצן אפגעברענט חוץ פון דארט וואו עס איז געווען צוגעדעקט...

א וואך שפעטער טרעפט דער תמימות'דיגע איד א ספרדישע איד אין מקוה, און דער איז געווען אינגאנצן ברוין פון קאפ ביז פיס, דער איד געט אים א געזונטן פראק דארט אויפן אויבערדערמאנטן פלאץ און ער נעמט זיך שרייען "אזוי? נאקעטערהייט גייט מען צום וואסער?"

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 12:25 am
דורך ביליג
בילד

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:18 am
דורך ציבעלע-קיגל
דאס איז איינס פון די סיבות פארוואס סאקמר זעהט אזוי אויס. אז זיי קענען דערציילען אזעליכע מעשות אויף זייער רבי. צו עס איז אמת צו נישט איז שוין נישט קיין חילוק.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:30 am
דורך לית דין בר נש
I'm taking it as a compliment Thank you

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:31 am
דורך קאצקע ציקער
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:דאס איז איינס פון די סיבות פארוואס סאקמר זעהט אזוי אויס. אז זיי קענען דערציילען אזעליכע מעשות אויף זייער רבי. צו עס איז אמת צו נישט איז שוין נישט קיין חילוק.

מען קען מיינען. ס'איז א זיס ווערטל קאם אן

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 12:38 am
דורך דער דאס
מ'איז ביזי צו מ'מעג עסן כריין מיט די פיש פון ראש השנה ביז הושענה רבה, 'גאלדען טעיסט' פארקויפט כריין אן עסיג, אלעס פאר א סימן צו האבן א זיס יאר און ח"ו נישט א שארפע אדער א זויערע יאר.

זאגט מיר איינער, 'פיש מיט כריין איז געשמאק' ער עסט עס אלס א סימן פאר א 'געשמאקע' יאר..

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 12:52 am
דורך דער דאס
אז מ'רעדט שוין פון פיש.

א חשבון פון כמעט פערציג מאל וואס מ'עסט פיש אין די קומענדיגע פאר וואכן.

א וואונדער אז די פיש אין וואסער ציטערן ווען ס'קומט חודש אלול..

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 9:48 am
דורך ציבעלע-קיגל
מען קאן עסען שארפע ברענעדיגע כריין וואז איז געשמאק און אינזין האבען אז אלע אונזערע שואים זאלען פארברענט ווערען אבער פאר אונז זאל עס זיין געשמאק

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 9:24 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 9:35 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר: ייש"כ. וואונדערבאר. ס'איז דא אן ענליכער מאמר פון דר. פיל. אליינס געהערט מפה קדשו...!
Someone says...I love humanity. It's people that I can't stand... :lol:

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 9:39 am
דורך גר ותושב
די נ נח'ס האבן אמאל פרובירט ארויף צו טראגן רבי נחמן מהאט זיי געכאפט בשעתן גראבן זאגט מיך איינער אז ווען זיי זענען קליג נעמען זיי קודם ארויף די נ דערנאך די נח נאכדעים די נחמ און צום סוף די נחמן וואלט מען זיי נישט געכאפט.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:43 pm
דורך ציבעלע-קיגל
צוויי נ נחניקים זיצען און רעדן וועגן משיח, און פוקט קומט ער אן... משיח איז דא... רופט זיך אן איינער צום אנדערען... א שאד א שאד אונז האבען נישט גערעדט פון רבי'ן

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 4:05 pm
דורך קאצקע ציקער

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 5:22 pm
דורך berlbalaguleh
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:דאס איז איינס פון די סיבות פארוואס סאקמר זעהט אזוי אויס. אז זיי קענען דערציילען אזעליכע מעשות אויף זייער רבי. צו עס איז אמת צו נישט איז שוין נישט קיין חילוק.

ציבעלע קוגל: דיין לימוד איז נישט קיין גוטער לימוד. ווייל איך קען רעבעס וואס אין א ביליגערע קאר ווי א קעדדי מיט אפישל פלעיטס זעצן זיי זיך נישט אריין...מה נאמר ומיינע ווייבער, אויף דעים...? איך מיין ח"ו נישט קיינעם. נאר איך פארגין פאר א יעדן צו זאגן וואספארא דזשאוקס זיי ווילן. איך לערן ארויס מצוות פון א פסוק. נישט פון א דזשאוק... :roll:

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 5:35 pm
דורך ציבעלע-קיגל
berlbalaguleh האט געשריבן:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:דאס איז איינס פון די סיבות פארוואס סאקמר זעהט אזוי אויס. אז זיי קענען דערציילען אזעליכע מעשות אויף זייער רבי. צו עס איז אמת צו נישט איז שוין נישט קיין חילוק.

ציבעלע קוגל: דיין לימוד איז נישט קיין גוטער לימוד. ווייל איך קען רעבעס וואס אין א ביליגערע קאר ווי א קעדדי מיט אפישל פלעיטס זעצן זיי זיך נישט אריין...מה נאמר ומיינע ווייבער, אויף דעים...? איך מיין ח"ו נישט קיינעם. נאר איך פארגין פאר א יעדן צו זאגן וואספארא דזשאוקס זיי ווילן. איך לערן ארויס מצוות פון א פסוק. נישט פון א דזשאוק... :roll:

דו ביזט נישט גערעכט. ווייל ברענגען א ראי' פון אזעליכע וואס באנוצען זיך נאר מיט לייטס און סיירינעס און אפישעל פלעיטס.

דאכט זיך אבער אז דער אלטער סאקמרער רב איז נישט געוועהן אזוי.

וועגען זאגען דזאקס, ביזט גערעכט איעדער קאן זאגען וואס ער וויל אבער עס ווייזט אויף א מין מענטש וואס קאן זאגען אזא דזאק אויף זיין רבי... זאג עס כאטש אויף א צווייטען.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 5:48 pm
דורך berlbalaguleh
ציבעלע קוגל: אבער ביי מיר איז דער דזשאוק מורה אויף וועם מ'זאגט עס...! ס'דא א זיס ווערטל...מ'האט פארציילט פאר 3 חסידים א מימרא פון זייער רבי. א סקווירא'ער, א באבוב'ער און א סאטמער'ער. די רבי האט געהייסן אז דער חסיד זאלל אראפשרינגען פון דאך פון א הויכן בילדינג...דער באבוב'ער האט געזאגט..."ס'קען נישט זיין. מיין רבי הייסט נישט טון אזעלכע זאכן...דער סקווירא'ער האטציך אנגעטון א גארטל און געגאנגען אראפשפרינגען...דער סאטמער'ער האט געזאגט (בימי הברך משה זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן)...איך זאלל דזשאמפן...? זאלל ער דזשאמפן... :lol: :roll:

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 7:30 pm
דורך ציבעלע-קיגל
berlbalaguleh האט געשריבן:ציבעלע קוגל: אבער ביי מיר איז דער דזשאוק מורה אויף וועם מ'זאגט עס...! ס'דא א זיס ווערטל...מ'האט פארציילט פאר 3 חסידים א מימרא פון זייער רבי. א סקווירא'ער, א באבוב'ער און א סאטמער'ער. די רבי האט געהייסן אז דער חסיד זאלל אראפשרינגען פון דאך פון א הויכן בילדינג...דער באבוב'ער האט געזאגט..."ס'קען נישט זיין. מיין רבי הייסט נישט טון אזעלכע זאכן...דער סקווירא'ער האטציך אנגעטון א גארטל און געגאנגען אראפשפרינגען...דער סאטמער'ער האט געזאגט (בימי הברך משה זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן)...איך זאלל דזשאמפן...? זאלל ער דזשאמפן... :lol: :roll:

גוט, אבער עס ווייזט נאר אויף די היינטיגע חסידים

נשלח: זונטאג אקטאבער 02, 2016 12:37 pm
דורך יהושע חיים
היינט איז א ענין צו קויפען א ביקס, צו שיסען א גוט יאר, און פאר א רמז אז מיר זענען אלע גוט צושאסן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 02, 2016 1:02 pm
דורך ליפא
געזען מושב זקנים גיין אין מקוה

נשלח: זונטאג אקטאבער 02, 2016 3:24 pm
דורך berlbalaguleh
ער איז אזוי געגאנגען אין מקווה ווי זיין ווייב האט א שפיצל... :roll:

נשלח: דינסטאג אקטאבער 04, 2016 6:34 pm
דורך דער דאס
א יונגערמאן אביסל צושאקלט, האט זיך מיר אויס גערעדט דאס הארץ, אגאנץ יאר שפילט אים נישט די מזל, וואס ער וויל גייט אים פארקערט, האט ער באשלאסן ער גייט כאפן א דרימל ראש השנה נאכמיטאג, אפשר וועט אים געלונגען צו פארשלאפן זיין מזל.. און פון יעצט און ווייטער וועט אים שוין גיין אביסל גרינגער.

כ'בין אזא שלימזל קרעכצט ער, כ'האב נישט געקענט איינשלאפן..