בלאט 78 פון 179
ליצני הדור
נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 5:40 pm
דורך Djיאמי

Sent from my C6743 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אקטאבער 11, 2016 4:23 pm
דורך ונבנתה העיר
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=WLYHu0AG8GI[/youtube]
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג אקטאבער 11, 2016 4:41 pm
דורך קל וחומר
מיין חבר פרעגט מיר יעצט ערב יוה"כ טאמער כ'בין שוין א כזית אנגעצויגן.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג אקטאבער 11, 2016 4:44 pm
דורך mevakesh
יום כיפור דארף מען ככותבת
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 2:25 am
דורך קל וחומר
היינט געזען א איד זאגט וידוי און קלאפט זיך ס'בייכל.
נשלח: זונטאג אקטאבער 16, 2016 12:51 am
דורך דער דאס
א טאטע האט אויפגעוועקט זיין בחור סוכות אינדערפרי, ס'איז שפעט מ'גייט שוין דאווענען, דאס קינד האלט נישט ביים ארויס קומען פון בעט, מיט'ן טענה אז שלאפן אין די סוכה איז א מצוה, און 'העוסק במצוה פטור מן המצוה' דארף ער נישט גיין דאווענען..
האט דער טאטע אים אראפגעלאזט צוויי קלינגעדיגע אויף ביידע זייטן, און געזאגט 'המצטער פטור מן הסוכה' זיי מוחל לויף אין שול..
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג אקטאבער 16, 2016 1:35 am
דורך יהושע חיים
שלאפן אין סוכה איז מן התורה נוסח\זמן תפילה איז דרבנן
אבער דער עצה פון די טאטע וועט אויך העלפן
נשלח: זונטאג אקטאבער 16, 2016 5:25 am
דורך דער דאס
א בריסקער האט זיך געזעצט אין די סוכה אן הויזן וכו' און האט מסביר געווען, אז ער וויל מקיים זיין די מצוה פון זיצן אין די סוכה אן א חציצה..
נשלח: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 5:15 pm
דורך דער דאס
זייער אלט, אבער נאך אלס גוט..
כneייביp לכתlב בeיlJי בlnל הyiNד, Tה Nה eיiצk .k גul ד yiNד
נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2016 12:44 am
דורך וואלווי
דער דאס האט געשריבן:א טאטע האט אויפגעוועקט זיין בחור סוכות אינדערפרי, ס'איז שפעט מ'גייט שוין דאווענען, דאס קינד האלט נישט ביים ארויס קומען פון בעט, מיט'ן טענה אז שלאפן אין די סוכה איז א מצוה, און 'העוסק במצוה פטור מן המצוה' דארף ער נישט גיין דאווענען..
האט דער טאטע אים אראפגעלאזט צוויי קלינגעדיגע אויף ביידע זייטן, און געזאגט 'המצטער פטור מן הסוכה' זיי מוחל לויף אין שול..
מענין לענין...
א טאטע האט אויפגעוועקט זיין בחור 11 אזייגער סוכות אינדערפרי פון די סוכה אריינפארענדיג " די שגץ איינער, אפשר קולערסט זעך שוין ארויס פון בעט?" זאגט דער צדיק'ל "שינת רשעים נאה להם ונאה לעולם, נישטא א שענערע נוי סוכה ווי דעם"
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2016 11:12 am
דורך טאמבל סאס
געהערט פון ראביי דזשאנאטאן סאקס די יו"ט: וואס קומט ארויס ווען מ'שטעלט צוזאם א משיחיסט מיט א יעקע?
א משיח וואס קומט אין צייט.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2016 11:16 am
דורך טאמבל סאס
נאך פון עם: וואס כאראקטאזירט א מתפלל אין א יעקע שוהל אויף א שמיני עצרת צופרי?
אז ער זאגט אהן זיין פרוי דאס ער וועט אהיימקומען שפעט היינט ווייל מען טוישט צו מוריד הגשם.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2016 1:02 pm
דורך טאמבל סאס
טאמבל סאס האט געשריבן:געהערט פון ראביי דזשאנאטאן סאקס די יו"ט: וואס קומט ארויס ווען מ'שטעלט צוזאם א משיחיסט מיט א יעקע?
א משיח וואס קומט אין צייט.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
ויש אומרים, א משיח וואס קומט גענוי צען מינוט שפעט אויף א קביעות.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 11:09 pm
דורך פייער אפפער
ווי אזוי האט מען דערקענט אויף א בחור וואס פארט אפ פאר 20 יאר צוריק?
1) קורצע פיאו'לעך
2) פענסי אייזענע גלעזערנעם
3) באהאלט זיך די ציצית
4) רעדט פון פראסטע זאכן א גאנצן טאג
2016 אבער:
1) לאנגע פיאות
2) גרויסע לאנגע בלויע ציצית
3) קעצי גלעזער
4) רעדט פון באשעפער א גאנצן טאג.
Sent from my SM-G930T using Tapatalk
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 7:15 pm
דורך דער דאס
אביסעלע שיריים פון סוכות..
וואס איז די חילוק צווישן א ליטוואק און א חבד'סקער?
א ליטוואק באקוקט זיין אתרוג אפאר הונדערט מאל, און ניצט עס קוים איין מאל..
א חבד'סקער באקוקט זיין אתרוג קוים איין מאל, און ניצט עס אפאר הונדערט מאל..
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 7:17 pm
דורך דער דאס
פארוואס הייסט סוכות 'זמן שמחתינו'? וואס איז די גרויסע שמחה?
א גאנץ יאר טראכט מען, יעדער האט אזא שיינע שלום בית, איך בין דער איינציגער וואס קומט זיך נישט אויס מיט מיין ווייב, קומט סוכות, הערט מען אז ביי די שכנים איז גארנישט בעסער..
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 12:32 pm
דורך ציבעלע-קיגל
א חסיד פון העלבראנס מיט די גאנצע משפחה (פארשטייט זיך אז זיי זענען אנגעטוהן ווי פיסלעמעינער) קומען אן אין JFK עיר פארט. דער TSA גארד קוקט אריין אין זיין פאספארט, און קוקט איהם אן, און פרעגט... טאליבאן?
ענטפערט ער ניין, טייטלבוים...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 2:19 pm
דורך ציבעלע-קיגל
דער דאס האט געשריבן:פארוואס הייסט סוכות 'זמן שמחתינו'? וואס איז די גרויסע שמחה?
א גאנץ יאר טראכט מען, יעדער האט אזא שיינע שלום בית, איך בין דער איינציגער וואס קומט זיך נישט אויס מיט מיין ווייב, קומט סוכות, הערט מען אז ביי די שכנים איז גארנישט בעסער..
דאס איז דער רוז'ינער'ס ווארט...
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 1:03 am
דורך ונבנתה העיר
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=lUtn3myVe6U[/youtube]
נשלח: זונטאג נאוועמבער 06, 2016 4:09 pm
דורך וואלווי
יעצט אז די שוועדישע רעגירונג איז אפיציעל ארויף געקומען אז ראול וואלענבערג איז אפיציעל טויט האט עס געגעבן האפענונג פאר חרדישע יודען אז מען וועט נאך אמאל קומען צי closure וועגען די פטירה פונ'ם לעצטען ליובאוויטשער רבי'ן זצ"ל.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 3:51 pm
דורך וואלווי
בכל אופן וועט דא זיין היסטארישע עלעקשאנס ווייל ס'גייט נישט זיין א first lady אין די ווייט האוז, אויב מעלאניע וועט זי זיין third lady און אויב ביל וועט ער זיין פירסט מען.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 10:10 pm
דורך שטיינער
מיינסט אוודאי צו זאגן, אדם הראשון.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 3:39 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ר' משה קומט צום רב און זאגט איהם, רבי, עס איז ביטער, מיין ווייב וויל מיר פארסם'ן.
פרעגט דער רב, פארסם'ן? פארוואס זאגסטו דאס?
ענטפערט ער, רבי איך ווייס פאר א פאקט.
זאגט איהם דער רב, לאז מיר רעד'ן מיט דיין ווייב און איך וועל זעהן, און אונז וועל'ן שוין רעד'ן מארגען.
אויף מארגען קומט ער צוריק צום רב און דער רב זאגט איהם, ר' משה איך האב נעכטען גערעדט מיט דיין ווייב און עס איז נאר דא איין עצה פאר דיר... נעם איין די סם!