בלאט 79 פון 179

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 5:03 pm
דורך וואלווי
געהערט:

נישט צו פארשטיין פארוואס די גלויביגע קריסטען הענגען צלמים, וואס וואלט יאשקע געזאגט צי דעם? שטעלט אייך פאר איינער גייט צי צי קענעדי'ס אלמנה און ווייזט איהר אז ער טראגט א שיינעם רייפעל פין אלס אנדענק פון איר מאן...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 5:07 pm
דורך [NAMELESS]
וואס פארשטייסטו נישט? ס'איז צו אויפוועקן די שנאה.
----
דבר בעתו מה טוב.. (עי' ערך דוק ימ"ש)

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 8:24 pm
דורך פליקער
פרעזידענט טראמפ

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 8:27 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
פליקער האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ





חהחהחהחהח חחהחהחהח חחחהחהחהחה :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
שוין לאנג נישט געלאכט דאס וועט זיין דער ווערטל דער דזשאוק פאר די נעקסט הינדערט יאר

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 10:52 am
דורך ציבעלע-קיגל
וואלווי האט געשריבן:געהערט:

נישט צו פארשטיין פארוואס די גלויביגע קריסטען הענגען צלמים, וואס וואלט יאשקע געזאגט צי דעם? שטעלט אייך פאר איינער גייט צי צי קענעדי'ס אלמנה און ווייזט איהר אז ער טראגט א שיינעם רייפעל פין אלס אנדענק פון איר מאן...


געהערט ווי א חבר מיינע פרעגט א מיסיאנער, אויב יאשקע וואלט ווען געהארגעט געווארען דורך ווערען אראפגעקלאפט דורך א טראק, וואלטען ענק אויפגעהאנגען א טראק?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 2:56 pm
דורך ציבעלע-קיגל
יעצט געהערט אז סקווירא האט געאפערט פאר הילערי א צומער און די קימפעטארען היים

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:40 pm
דורך ונבנתה העיר
הרב שמואל אליהו במענה לשאלה האם יש להתייחס לעובדה שדונלד טראמפ בגימטריה 'משיח בן דוד' השיב: דונלד טראמפ בגימטריה גם 'חצי מנה פלאפל'.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:47 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ונבנתה העיר האט געשריבן:הרב שמואל אליהו במענה לשאלה האם יש להתייחס לעובדה שדונלד טראמפ בגימטריה 'משיח בן דוד' השיב: דונלד טראמפ בגימטריה גם 'חצי מנה פלאפל'.


שטימט טאקע, וואס דארף מען אפלערנען?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:49 pm
דורך ונבנתה העיר
שטימט דאך יא?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:50 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ונבנתה העיר האט געשריבן:שטימט דאך יא?

גערעכט, פארראכטען

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 7:28 am
דורך ציבעלע-קיגל
אויב אזוי גייט ער טאקע מכבד זיין דעם עולם ביים איינשווערען מיט פלאפל? אדער גייט סקווער און סאקמאר אסר'ן צו עסען פלאפל ווייל זיי האבען אינדארסירט די מכשיפה

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:01 am
דורך געוואלדיג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:הרב שמואל אליהו במענה לשאלה האם יש להתייחס לעובדה שדונלד טראמפ בגימטריה 'משיח בן דוד' השיב: דונלד טראמפ בגימטריה גם 'חצי מנה פלאפל'.


שטימט טאקע, וואס דארף מען אפלערנען?


אז משיח בן דוד איז גימאטריא חצי מנה פלאפל

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:24 am
דורך נאטירליך
אז numerarical value פון א ווארט קען מען נישט ציען קיין שום מסקנא

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:52 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער גימטריא פון רשע גדול איז 613.




















וואס פערצופאל איז אויך דער גימטריא פון משה רבינו.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 10:58 am
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר: די גאנצע כאפ פון הרב שמואל אליהו'ס ענטפער איז אז גימטריאות אליינס מיינען גארנישט. אויב דער תוכן איז נישט ריכטיג.

פון דא איז אויכעט א לימוד אויף די אזוי-גערופענע תורה-קאודס (וואס דער מאמענט האט לעצטנס געברענגט באריכות.). זיי ברענגען כל מיני שטותים והבלים וועלכע זאללן אנגעבליך שטיין אין די תורה. אין די תורה איז טאקע מרומז אלע געשעענישן און פאסירונגען. אבער נישט דורך די גוי'אישע, און צומאל נארישע נעמען. און אויך נעמען פון עבודה זרה, וועלכע זאללן שטיין אין די תורה...!

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 1:35 pm
דורך ונבנתה העיר
בילד

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 12:39 pm
דורך ציבעלע-קיגל
איינער גייט אריין אין א זייער טייערער רעסטאראנט און זעהט אז עס זיצען דארט טראפ מיט פענס און האלטען אין מיטען א ערענסטען שמועס... גייט ער צו און פרעגט זיי, אנטשולדיג מיר, אבער איך מעג אפשר פרעגן פון וואס מען רעדט דא?

זאגט טראמפ, זיכער, אונז מאכען יעצט פלענער אויפען דריטען וועלט מלחמה, דער פלאן איז אז אמעריקא גייט הארגענן 5 מיליון אראבער און איין דענטיסט, מען איז אבער נאך נישט זיכער ווער דער דענטיסט...

איין מאמענט, האקט יענער אריין, ג-ט אין הימען איין דענטיסט? פארוואס?

רןפט זיך אן טראמפ צו פענס... דו זעהסט? איך האב דיר געזאגט אז עס גייט קיינעם נישט אן וואס געשעהנט מיט די אראבער.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 1:00 pm
דורך ציבעלע-קיגל
משה קומט צום דאקטער נאך א שווערען הארץ אטאקא און נאכ'ן ווערען אונטערזוכט רופט זי אן דער דאקטער צו זיין ווייב, איך מוז עפעס רעדען מיט דיר, זייער וויכטיג.

דיין מאן איז ערענסט קראנק, אויב דו גייסט נישט טוהן די פאר זאכען, גייט ער שטארבען.

איעדע צופרי דארפסטו איהם אויפ וועקען מיט א קוש, דו דארפסט פאר איהם קאכען א גוט'ן פרישטיג, די טארסט איהם נישט הייסען צו העלפען אינדערהיים און ח"ו זיך נישט אפרעדען און דערציילען דיינע פראבלעמען, עס וועט נאך מאכען דיר מצב אסאסך ערעגער.

אויב ער פאנגט אן צו שרייען, און שעלטען לאז איהם, עס איז גוט פאר איהם, דו דארפסט איהם געבן א מאסאדז' 3/4 מאהל א טאג און לאז איהם קוקן ספארטס אויף טעלעוויזיע וויפיהל ער וויל.

ווייז איהם אסאך ליעבשאפט, מער ווי אייביג, אויב דו וועסט דאס טוהן פאר 8 חדשים וועט ער זיין אינגאנצען געזונט.

אופ'ן וועג אהיים פרעגט משה זיין ווייב, נו? וואס זאגט דער דאקטער?

ענפערט זי... דער דאקטער האט געזאגט אז דו גייסט שטארבען...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 10:27 am
דורך ציבעלע-קיגל
א איד קומט צום רב און זאגט איהם אז ער האט א גרויסע פראבלעם. ער האט צוויי פייגעלעך, פעראטס, וועלעכע קענען רעדן. אבער זיי האבען א זייער שמוציג מויל. ווען איינער קומט אריין צו איהם אין שטוב, רופען זיך אן די צוויי פייגעלעך...

האלו... אונז זענען זונות דו ווילסט אפשר מאכען א לעבען?

רופט זיך אן דער רב, איך קען דיר טאקע העלפען, איך האב אויך צוויי פעראט פייגעלעך און זיי שטייען אגאנצען טאג און זאגען תהלים. ברענג דיינע צוויי צו מיר אהיים און אז זיי וועלען זעהן ווי מיינע צוויי פירען זיך אויף, וועט דאס העלפען.

דער איד קומט צום רב מיט זיינע צוויי פייגעלעך און ער זעהט ווי דער רב'ס צוויי פייגעלעך שטייען טאקע און קוקען אריין אין קליינע תהילים'לך און זאגען תהילים מיט א מורא'דיגע מתיקות.

דער רב זאגט איהם, לייג אריין דיינע צוויי אין די זעלעבע קעידז' ווי מיינע.

ער גייט נאר צו און אזוי ווי זיינע פייגעלעך האבען נאר געזעהן דעם רב'ס צוויי האבען זיי אנגעפאנגען מיט'ן זעלבען פזמון... האלו... אונז זענען זונות דו ווילסט אפשר מאכען א לעבען?

אזוי ווי דער רב'ס צוויי פייגעלעך האבען נאר געגעבען א קוק אויף זיי, רופט זיך אן איינס צום אנדערען, לייג שוין אוועק די תהילים'ל אונזערע תפילות זענען גע'ענפערט געווארען

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 7:44 pm
דורך איך אויך
אן אלטס אבער א גוטס.

והנמשל, די אלע מיעסע פרויען וואס לויפן ארום אגאנצן טאג מוסרן אדערע איבער זייערע שייטל/סנוד/שיך/שפיצל/מעיקאופ/דאסטער זענען פרומע זונות.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 7:55 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:.
והנמשל, די אלע מיעסע פרויען וואס לויפן ארום אגאנצן טאג מוסרן אדערע איבער זייערע שייטל/סנוד/שיך/שפיצל/מעיקאופ/דאסטער זענען פרומע זונות.

ס'גייט נאך אסאך ווייטער. נעמליך, זיי ניצן דאס אלס א סימן, ווען זיי ווילן מזנה זיין וועלן זיך נעמען פארפירן אויף די שייטל, שפיצל, דאסטער וכו' און די יעניגע מענער וועלן כאפן דעם רמז, און ס'איבריגע טאר מען נישט זאגן. וכן ידוע לכל הנודעים וכו' וכו'

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:28 pm
דורך אייז קריעם
מענין לענין, נחום ראזענבערג פלעגט זאגן אז די מענער וואס שרייען און הערעסן די ווייבער וואס טראגן שבת האבן א געוויסע הנאה פון דעם און עס איז א פארעם פון זנות.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:42 am
דורך געוואלדיג
אייז קריעם האט געשריבן:מענין לענין, נחום ראזענבערג פלעגט זאגן אז די מענער וואס שרייען און הערעסן די ווייבער וואס טראגן שבת האבן א געוויסע הנאה פון דעם און עס איז א פארעם פון זנות.

און איך זאג אז די מענער וואס שרייען אויף די מענער וואס שרייען אויף די ווייבער האבן א געוויסע הנאה דערפון און עס איז א פארעם פון משכב זכור.