בלאט 80 פון 213

נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 12:14 pm
דורך מ גפני
מצטמק ויפה האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:ביי הבדלה מיז מען אויסלעשען די לעכט דורעך איינטינקען אדער ארויפגיסען פון די הבדלה וויין אדער מע קען פלעין אויסבלאזען?

רמ"א (סימן רצו סעיף א ): גם שופכין מן הכוס לאחר הבדלה ומכבין בו הנר וכו'

ס'איז דא וואס פירן זיך אז נאכ'ן אויסלעשען די לעכט דורעך איינטינקען אדער ארויפגיסען פון די הבדלה וויין, צינד מען עס אן נאכאמאל און מ'בלאזט עס אויס, זיי זאגן אז דאס איז א סגולה אקעגן א שריפה

נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 10:29 pm
דורך אפטעמיסט
וועלכע נומער ספירה האט מען נעכטן געציילט?

נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 10:30 pm
דורך ישמעאל הכהן
8

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:25 am
דורך נולד מאוחר
א געניצטע בוך אויף אמעזאן וואס קאסט איין סענט און 3.99 שיפינג, איז דאס טאקע אזוי אדער באמת שיפינג קאסט זיי ווייניגער און פארדינען מער אויף סעיל?

וויאזוי זעהט ער אויס?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:44 pm
דורך א גאסט אויף א וייל
איך וויל אסאך מאל וויסען וויאזוי א מענטש זעהט אויס. עפען איך דעם אשכול.

I will start now. Yitzchok Shlomo Dresner. A picture please. I have an imagination in my head, but want to see a photo. if there is another thread with this subject, please point me there...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 3:24 pm
דורך berlbalaguleh
א גאסט אויף א וייל האט געשריבן:איך וויל אסאך מאל וויסען וויאזוי א מענטש זעהט אויס. עפען איך דעם אשכול.

I will start now. Yitzchok Shlomo Dresner. A picture please. I have an imagination in my head, but want to see a photo. if there is another thread with this subject, please point me there...

נו, וויאזוי זעה איך אויס? איכ'ל דיר זאגן. כ'האב א לאנגע שווארצע בארד, בעלזער פיאות, א לאנג שווארץ רעקל מיט בלויע הויזן (מיט רויטע הויזנטרעיגערס). ברוינע שיך (אדער סניקערס) מיט שווארצע שיך בענדלעך. און א פלאטשיגע ביבער הוט. איך אליין בין 6 פיס מיט דריי און א האלב אינטשעס (ווען איך שטיי אויף א בענקל). און "סקינני".
נו, לאמיר זעהן צו די וועסט מיך דערקענען ווען איך גיי אויפ'ן גאס???!.. :? 8-) :lol: :roll: :x :D :) ;) :P :o :o :o :אומגלויבליך:

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 3:28 pm
דורך ונבנתה העיר
איז דא א חזרה-סיסטעם פאר דאקטורים, אדער פארלאזט מען זיך אז ער געדענקט אלע פרטי פרטים פון 30 יאהר צוריק?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 3:36 pm
דורך לית דין בר נש
berlbalaguleh האט געשריבן:
א גאסט אויף א וייל האט געשריבן:איך וויל אסאך מאל וויסען וויאזוי א מענטש זעהט אויס. עפען איך דעם אשכול.

I will start now. Yitzchok Shlomo Dresner. A picture please. I have an imagination in my head, but want to see a photo. if there is another thread with this subject, please point me there...

נו, וויאזוי זעה איך אויס? איכ'ל דיר זאגן. כ'האב א לאנגע שווארצע בארד, בעלזער פיאות, א לאנג שווארץ רעקל מיט בלויע הויזן (מיט רויטע הויזנטרעיגערס). ברוינע שיך (אדער סניקערס) מיט שווארצע שיך בענדלעך. און א פלאטשיגע ביבער הוט. איך אליין בין 6 פיס מיט דריי און א האלב אינטשעס (ווען איך שטיי אויף א בענקל). און "סקינני".
נו, לאמיר זעהן צו די וועסט מיך דערקענען ווען איך גיי אויפ'ן גאס???!.. :? 8-) :lol: :roll: :x :D :) ;) :P :o :o :o :אומגלויבליך:

א פיקטשער פליז! נישט descriptions :)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 3:42 pm
דורך דריידל
ונבנתה העיר האט געשריבן:איז דא א חזרה-סיסטעם פאר דאקטורים, אדער פארלאזט מען זיך אז ער געדענקט אלע פרטי פרטים פון 30 יאהר צוריק?



יעדע פראפעשאן וואס דארף א לייסענס, פארלאנגט זיך צי באנייען די לייסענס יעדע פאר יאהר. נעקסטעס מאל די גייסט צום דאקטאר (נאר אויף שמחות) זאלסטי קוקען אויף די דאקטאר'ס לייסענס וואס הענגט אויף די וואנט, וועסטי זעהן אן עקספערעישאן דעיט. געווענטליך דארף מען ווייזן אז מ'איז בארעכטיגט צי באנייען די לייסענס, ווי ביי דרייווערס לייסענס דארף מען באשטעטיגן אז די זעה קראפט איז בסדר. א דאקטאר דארף נעמען קורסן וואס רופט זיך continued education וואס אן דעם קען ער נישט באנייען זיין לייסענס.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 3:52 pm
דורך פלעין יודיש
א גאסט אויף א וייל האט געשריבן:איך וויל אסאך מאל וויסען וויאזוי א מענטש זעהט אויס. עפען איך דעם אשכול.

I will start now. Yitzchok Shlomo Dresner. A picture please. I have an imagination in my head, but want to see a photo. if there is another thread with this subject, please point me there...

איך ווארט שוין גאנץ לאנג אויף א פיקטשער פון זלמן ווידער
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=48&t=6026&start=50
העסט מיזען ווארטען אין ליין

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:50 pm
דורך berlbalaguleh
דריידל האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:איז דא א חזרה-סיסטעם פאר דאקטורים, אדער פארלאזט מען זיך אז ער געדענקט אלע פרטי פרטים פון 30 יאהר צוריק?



יעדע פראפעשאן וואס דארף א לייסענס, פארלאנגט זיך צי באנייען די לייסענס יעדע פאר יאהר. נעקסטעס מאל די גייסט צום דאקטאר (נאר אויף שמחות) זאלסטי קוקען אויף די דאקטאר'ס לייסענס וואס הענגט אויף די וואנט, וועסטי זעהן אן עקספערעישאן דעיט. געווענטליך דארף מען ווייזן אז מ'איז בארעכטיגט צי באנייען די לייסענס, ווי ביי דרייווערס לייסענס דארף מען באשטעטיגן אז די זעה קראפט איז בסדר. א דאקטאר דארף נעמען קורסן וואס רופט זיך continued education וואס אן דעם קען ער נישט באנייען זיין לייסענס.

לפי ידיעתי (א דאקטאר האט מיר אמאל געזאגט) דארף א דאקטאר אדורכגיין א פיזיקל עקזעמינעישן אויך. איינמאל א יאר אדער איינמאל אין עטליכע יאר... :? 8-) :roll: :D :P :oops: :o

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 12:18 am
דורך רוח קדים
פארוואס ווען ס'קומט צו די "סאפט אייז קריעם", איז נאר דא צוקריגן טשאקאלאד און ווענילע?

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 8:31 pm
דורך קעגן די נעט
וואס מיינט די שווארצע ווערטער אין אידיש?

A home is an investment. When you rent, you write your monthly check and that money is gone forever. But when you own your home, you can deduct the cost of your mortgage loan interest from your federal income taxes, and usually from your state taxes. This will save you a lot each year, because the interest you pay will make up most of your monthly payment for most of the years of your mortgage. You can also deduct the property taxes you pay as a homeowner.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 8:45 pm
דורך גאלד
ווען מ'באצאלט די חודשליכע מארטגעדש איז א חלק דערפון איז וואס מ'צאלט צוריק די הלואה, דאס רופט זיך די "פרינסיפל בעלענס", און א חלק איז די רבית וואס די באנק מאכט געלט, דאס רופט זיך "אינטרעסט",

אטער די רבית וואס מ'צאלט איז טעקס דידאקטעבל, דאס מיינט אויב לאמיר זאגן אז דורכן יאר האסטו באצאלט $20,000 אינטרעס, ווערט פארעכנט כאילו די האסט פארדינט דורכן יאר מיט $20,000 דאלאר ווייניגער און באצאלסט נאר מכס אויף דיינע הכנסות מיינוס $20,000

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 10:42 pm
דורך בארא פארקער
וואס האט די באבובער רבי 45 גערעדט היינט ביי די גענעראל פארזאמלונג?

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 8:48 pm
דורך atmybest
בארא פארקער האט געשריבן:וואס האט די באבובער רבי 45 גערעדט היינט ביי די גענעראל פארזאמלונג?


צוערשט האט די רבי ארומגערעדט איבער די גרויסע הצלחה פון די לימוד פון ערבי פסחים, וואס מע האט געלערנט על פי פקודתו הקדושה.
דערנאך האט די רבי זאל זיין געזונט מציע געווען אז מען זאל ווייטער ממשיך זיין, און לערנען.
מען גייט לערנען א עמוד א טאג, און מען וועט באצאלן פאר די יונגעלייט וואס וועלן נעמען און קענען אויף די בחינה.

זאל די אויבערשטע העלפן אז אזוי זאלן זיך אלע אנדערע חסידות'ע אפלערנען דערפון, און עס וועט זיין א נחת רוח פארן בורא.

דערנאך האט די רבי געבעטן מען זאל זיך האלטן שטיל ביים דאוונען, און ארומגערעדט נאך עטליכע ענינים, ואכמ'ל

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 9:36 pm
דורך שטילע אינגערמאן
אקיצור טוט נאך רב''צ טריט ביי שריט, חידוש ער לאסט זיך נישט וואקסן א שטיקעל בוך

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 10:55 am
דורך לית דין בר נש
atmybest האט געשריבן:צוערשט האט די רבי ארומגערעדט איבער די גרויסע הצלחה פון די לימוד פון ערבי פסחים, וואס מע האט געלערנט על פי פקודתו הקדושה.


atmybest האט געשריבן:זאל די אויבערשטע העלפן אז אזוי זאלן זיך אלע אנדערע חסידות'ע אפלערנען דערפון, און עס וועט זיין א נחת רוח פארן בורא.


וועלכע חסידות איז נאך געבליבן וואס האט עס נאך נישט וואס זאל זיך קענען אפלערנען דערפון?

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 3:42 pm
דורך berlbalaguleh
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אקיצור טוט נאך רב''צ טריט ביי שריט, חידוש ער לאסט זיך נישט וואקסן א שטיקעל בוך

און אפשר ארויפלייגן אביסל פאודער אויפ'ן בארד, צו מאכן עים אויסזעהן עלטער. :? 8-) :lol: :roll: :o

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 11:07 pm
דורך ונבנתה העיר
וואס איז די אויפטוה פון א וואסער טאנק אין א בית הכסא, פארוואס זאלן נישט אלע האבן א דירעקטע וואסער פייפ - ווי די קאמערשעל האבן - וואס איז אסאך אפעקטיוו'ער?

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 12:39 am
דורך קליגער אינגערמאן
[tag]ונבנתה העיר[/tag]
אז עס זאל ארבייטן אזוי ווי די קאמערשעל ביה"כ דארף די פייפ זיין באלד 4 מאל אזוי דיק (1 1/4 אינטש) ווי די סטענדערד וואס איז ארים א פערטעל\האלבע אינטש.
פארשטאנען ? קענסט איבערפרעגן!

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 12:42 am
דורך משולם שטיינפעלד
ונבנתה העיר האט געשריבן:וואס איז די אויפטוה פון א וואסער טאנק אין א בית הכסא, פארוואס זאלן נישט אלע האבן א דירעקטע וואסער פייפ - ווי די קאמערשעל האבן - וואס איז אסאך אפעקטיוו'ער?

ונבנתה, העיר יו גאו
https://answers.yahoo.com/question/inde ... 104AA5FNRl

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 12:44 am
דורך מאטי
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:[tag]ונבנתה העיר[/tag]
אז עס זאל ארבייטן אזוי ווי די קאמערשעל ביה"כ דארף די פייפ זיין באלד 4 מאל אזוי דיק (1 1/4 אינטש) ווי די סטענדערד וואס איז ארים א פערטעל\האלבע אינטש.
פארשטאנען ? קענסט איבערפרעגן!

דו נעמסט אן פריוואטע זשאבס? מיין טוילעט איז צובראכן.