ברוך שכוונתי איך האב עס געטוישט ממש א סקונדע פאר די האסט דאס ארויפגעלייגט, ואתכם הסליחה
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איך האלט אין איין טוישן מיין מיינונג. יעדער וואס שרייבט קאנווינצט מיך ביז איך ליין פון איינער וואס שרייבט פארקערט......
איך פאר אויך אהער און אהין. דאס ווינדערט מיר ווי אזוי אלע צוועלף דזשרי זעמען געווען אזוי קאנווינסט, איי געס ווען איך וואלט געווען און קארט וואלט איך אויך נישט געהאט קיין ספיקות.
יישר כח. איך האב נאר געוואלט וויסן אז איך בין די איינאיינציגסטע][quote]עזאג אויף ברענער בין איך נוטה אז סאיז נישט יושר די ווערדיקט. אנלעס היינס ווייסט מער וואס BMG פארקויפט. פון היינט און וויטער טרעט איך מער נישט אריין צי BMG איי ווי וועל איך לערנען? ס'דא גענוג.בתי מדרשיםאון לעקוואד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום נולד מאוחר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
בנוגע די לינגערעי, דאס איז איינער פין די זאכען וואס איך האב בכלל נישט ליב געהאט אין די גאנצע דיון, עס האט געמאכט א רושם כאילו זיי ווארפען ארויף עפעס לשם מצוה, ד.ה. אז כדי אים צו פעינטען ווי א נישט יושר'דיגע מענטש האבען זיי אריין געווארפען די גאנצע מעשה מיט ניצען זיין פריוואטען צדקה אקאונט פאר פריוואטע באדערפעניש, און דער זאך אז מען האט געקויפט לינגערעי, האט מען דארט אריין געווארפען.
לאידך גיסא האט די פראסעקיוטער געזאלט הערען פין אנדערע מיידלעך וואס זענען געוועהן ביי נחמיה בני בית, אז ער האט געהאט א שוואכקייט אין די ענינים פין לינגערעי און האט געגעבען געלט זיי זאלען קויפען שיינע אינטערוועש, און פארדעם האבען זיי אפיר געזוכט די טראנסאקשענס כדי דאס צו זאגען אין קארט.
נאך א וויכטיגע נקודה, די פראסעקיושען האט געהאט גערעדט מיט אנדערע מיידלעך צו מען האט זיי מאלעסטעט, און זיי האבען גובה עדות געוועהן פין אנדערע וואס האבען מסכים געוועהן צו רעדען און זיך אויסגענומען אז זיי ווילען נישט אויפטרעטען אין קארט מחמת סיבות מובנות, און זיי האבען מעיד געוועהן (דער פין מאנרא) אז ער האט זיי אויך מאלעסטעט (גיי גלייב א גוי), און פארדעם איז דער פראסעקיאשען געוועהן אזוי זיכער מיט זיך, און ארויף געשליידערט וויפיל קאונטס זיי האבען נאר געקענט, אז ער זאל לכה"פ ארויס מיט עפעס שולדיג.
די אנדערע נקודה וואס מען דארף געדענקען איז, אז ווען נחמיה זאל ארויס פריי פין די אלע באשולדיגען, וואלט דער די עי אים זיכער געקלאגט אויף ניצען דער צדקה אקאונט פאר זיינע פריוואטע צרכים, און ער וואלט פארדעם אליין געקענט גיין יושב'ן לדורות עולם, ווייל יעדעס מאל ער האט עס געניצט איז עס נאך אן עבירה. דוגמת רובאשקען וואס זיי האבען אפגעלאזט די אלע טשארדזעס פין דער מעקסיקאנער, און נאר געמאכט באנק פארלעצונגען.
ער איז געוועהן א פארפאלענער בכל אופן.
למעשה האלט איך אויך אז הגם איך גלייב דאס מיידל כמבואר כמה פעמים, וואלט געוועהן בעסער אז די געזעץ ערלויבט א פלי בארגען ווען די אנגעקלאגטע איז מסכים ער זאל באקומען א שוואכערע סענטענס, און נישט אז איך האלט אז די געזעץ זאל אזוי זיין, ווייל דעמאלס ווערט די געזעץ אויס געזעץ, נאר עס וואלט געוועהן בעסער פאר אונז ווען מען קען עפעס אויסארבעטען כעין זה, ווייל דעמאלס וואלטען מער מענטשען "לכאורה" מסכים געוועהן אז מען מעג גיין אין קארט קלאגען א מאלעסטער.
אין די שאריע געזעצען פין די מוסלמענער שטייט, אז איינער וואס איז א רוצח דארף מען הרג'נען חוץ אויב דער קרוב פין דער נרצח איז מוחל דעמאלס דארף מען נישט. וואס דאס האט צוגעברענגט איז אז ווען איינער איז א רוצח און מען איז אים צומזל דן למיתה, שטייט דער גאנצער עולם פאר מען איז מקיים פסק, און שרייען צום קרוב ער זאל מוחל זיין דער רוצח, ווייל וואס וועט ער האבען פין דעם אז מען הארגעט נאך איינעם.........
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).