בלאט 80 פון 214

נשלח: זונטאג יאנואר 14, 2018 3:02 pm
דורך Joe
,Married, 25 years old i like to socialize with people my tipe
Plus, i saw a article in which someone needs help in a particular issue that went thru so i think that it'll be nice to share my experience

נשלח: זונטאג יאנואר 14, 2018 3:03 pm
דורך עגלה ערופה
שלום עליכם
איך.בין אן "אויפגעקלערטע" און איך וויל מיטהאלטן מיט נאך "אויפגעקלערטע" וואס זיי האבן צו פארקויפן.
מיינע אינטערעסן זענען נישט צו לעבן אין א דמיון און וויסן וואס טוט זיך אויף די וועלט.
איך געהער נישט צו קיין ספעציעלע חסידות.

נשלח: זונטאג יאנואר 14, 2018 3:04 pm
דורך פיטעם
שלום עליכם טייערע חברי השטיבל.
ס'איז מיר א כבוד צו זיין א חלק פון אזא בא'טעמ'ט קרעמל
מיינע הערות וועט זיין אדער מיט'ן "פיטעם" ארויף, אדער מיט'ן "פיטעם" אראפ...
קיינמאל נישט גראד...

נשלח: זונטאג יאנואר 14, 2018 4:00 pm
דורך וואלווי
פיטעם האט געשריבן:שלום עליכם טייערע חברי השטיבל.
ס'איז מיר א כבוד צו זיין א חלק פון אזא בא'טעמ'ט קרעמל
מיינע הערות וועט זיין אדער מיט'ן "פיטעם" ארויף, אדער מיט'ן "פיטעם" אראפ...
קיינמאל נישט גראד...


זאג, די האסט אויסגעלאזט היינט ביי קרבנות דעם פטמה לחצאין כשרה?...

בכל אופן ברוך הבא און ענדזשוי!

נשלח: זונטאג יאנואר 14, 2018 4:49 pm
דורך געוואלדיג
וועלקאם יעדער

נעקסט קומט דער שעיר לעזאזל, און דער לולב הגזול,

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:10 pm
דורך מפוזרי
א לולב הגזול האט מען שוין.

נשלח: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:28 pm
דורך וואלווי
דער עגלה ערופה האפענטליך וועט זיך לאזען קוויטשענען...

נשלח: זונטאג יאנואר 14, 2018 9:44 pm
דורך יהודה מאשקאוויטש
איך בין א פשוטער איד, נישט קיין גרויסע חכם און נישט קיין גרויסע נאר, בתוך עמי אנכי יושבת, בבחינת כיהוד"ה ועוד לקרא.

כ'האב שוין געשריבן אפאר מאל אין די "וועקער", און דערפאר שרייב איך מיך איין אויף קאווע שטיבל כדי צו קענען הערן פידבעק אויף מיינע ארטיקלען, והערות יתקבלו בברכה.

נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2018 7:54 pm
דורך Bloomingburg
קאוועשטיבעל איז א וועבזייט פיל מיט געשמאקע אינהאלט א פלאץ ווי מען קען פאברענגען אויף א גאר געשמאקען פארנעם
איך געהער צו סאטמער מהרז"ל זעלבסט פארשטענדליך איך האב ליב יעדע אידיש קינד

נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2018 7:55 pm
דורך ש ל ו ם
איך בין צופרידן זיך אריין שרייבן דא
אין איך האף צו הנאה האבן (איך וועל זיך פרייען אויב מקען אריין לייגן לינקס אויף גוגל דרייב אודער גמבו מייל ווייל איך קען נישט אריין גיין צו דו לינקס וואס זענען צו יוטיוב)
א גרויסן שכויח !!!

נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2018 7:55 pm
דורך חיים פרל
איך טרעף דארט גאר א סאך נוצבארע הילף פאר זאכן וואס איך האב שוין פיל געזיכט אויף פארשידענע פלעצער איך האף צו קענען מיטטיילן מיט די ליינער אויך מיין עקספירענס און די צוקונפט

נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2018 7:56 pm
דורך מתושלח יארן
איך בין ניינצן יאר אלט און איך וואוין אין ענגלאנד און איך. וויל לעבן אזוי. לאנג. ווי מתושלח אבער. דאך ווייס איך. אז. למעשה גיי איך אמאל שטארבן און איך האב מחליט געווען צו וערן א קאווע שטיבל מעמבער כדי צו מיטהאלטן וואס טוט זיך אין אמריקע איך האב עס געזען די ערשטע מאל. אנליין שכח

נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2018 7:36 pm
דורך איסר האטלקי
Bloomingburg האט געשריבן:קאוועשטיבעל איז א וועבזייט פיל מיט געשמאקע אינהאלט א פלאץ ווי מען קען פאברענגען אויף א גאר געשמאקען פארנעם
איך געהער צו סאטמער מהרז"ל זעלבסט פארשטענדליך איך האב ליב יעדע אידיש קינד

פארוואס איז עס ""זעלבסט פארשטענדליך""?

נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2018 9:13 pm
דורך berlbalaguleh
איסר האיטלקי: ווייל א יעדער איד איז בטבעו א גוטער. און ר'האט ליעב א יעדן איינציגן איד. דער רבי שליט"א איז מחנך צו אהבת ישראל. איי מ'זעהט דאך ליידער א טייל מאל מחלוקת. איז אזוי ווי די גמ' זאגט..."מי מעכב? שאור שבעיסה"... דער יצר הרע מישט זיך אריין א סאך מאל און ווערטשאפט אן מחלוקות און פירוד לבבות...!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 5:07 pm
דורך גדליה
איך האב זיך איינגעהאנדלט דעם וועקער, און אזוי ווי איך האב געזען אז דא קומען פאר שמועסן וועגן די ארטיקלען אין דעם וועקער האב איך מחליט געווען צו עפענען א אקאונט דא צו מיטהאלטן מיט די שמועסן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 5:08 pm
דורך פאליטיקאנט
פארשטייט אין פאליטיק, א חוש צו הומאר, א מבין אין טעכנאלאגיע ספעציעל אין קאמפיוטערס ,סמארטפאונס, קאמפיוטער שפראכן, אין "סייבער סעקיוריטי" (יא העקן אויך) !

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 5:09 pm
דורך אליעזר מארקס
איך גלייך זייער שטארק דיסקוסיעס, צו הערען פארשידענע מיינונגען אין פארשידענע טאפיקס.
ספיציעל אינרעסיר איך זיך אין השקפה, אלגעמיינע ידיעות, חסידות, מיוזיק. בקיצור: אינטרטיימנט.
אין מיינע יונגע יארען האב איך געלערנט אין מוסדות וואס זענען גיווען מער קנאות'דיג געשטמיט.
מיט די יארען הבען זיך זאכען געטוישט.
איך בין א שטארקער אנהענגער פון הר" יואל ראטה שליט"א
און איך קלער, אז ער איז פיינע נייעס פאר אונזער ציבור.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 5:10 pm
דורך אויסער געווענדליך
איך בין אויסער געווענדליך, איך טוה אויסער געווענדליכע זאכען און איך לויף נאך אן אויסער געווענדליכער שטראם. אין קאווע שטיבעל האף איך צו טרינקען קאווע אויף אן אויסער געווענדליכער פארנעם, אפשר אריין לייגען זאלץ אנשטאטס צוקער, אפשר גאר מישען די צוקער מיט א לעפעל אנשטאטס די בריללען, ווער ווייסט?
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער......

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 5:11 pm
דורך חיים ושלום
תושב בלומינגבורג אנכי, אין אויף אסאך סאשעל מידיע פלאטפארמעס פארדרייט מען דעם קאָפ מיט שטותים והבלים כדי זאכען זאלן פאָרן אויף זייער אגענדע
עס איז א גרויסער פראָבלעים ווייל זייער אסאך מענטשען נעמען זייער אינפארמאטציע פון איי וועלט וכדו אין ווען איינער שרייבט אמת'ע פאקטען ווערט עס צענזורירט וויבאלד עס פאָרט נישט 100 פראצענט מיט די שטומינג וואס עטליכע יחידים באשלוסען, ע"כ ווילן מיר דא פותח זיין אַן אשכול וואס מען זאל קענען אלעס דורך שמועסן אפאזעטיוע אין נעגעטיווע נייעסן עד נזכה וכו..

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 8:43 pm
דורך געוואלדיג
אויסער געווענדליך האט געשריבן:איך בין אויסער געווענדליך, איך טוה אויסער געווענדליכע זאכען און איך לויף נאך אן אויסער געווענדליכער שטראם. אין קאווע שטיבעל האף איך צו טרינקען קאווע אויף אן אויסער געווענדליכער פארנעם, אפשר אריין לייגען זאלץ אנשטאטס צוקער, אפשר גאר מישען די צוקער מיט א לעפעל אנשטאטס די בריללען, ווער ווייסט?
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער......


אוי וויי, ווי זאגט יענער ''עס איז געווען [tag]אויסער געווענדליך[/tag], ווייל געווענטליך איז גוט...''

נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2018 3:58 pm
דורך וואלווי
געוואלדיג האט געשריבן:
אויסער געווענדליך האט געשריבן:איך בין אויסער געווענדליך, איך טוה אויסער געווענדליכע זאכען און איך לויף נאך אן אויסער געווענדליכער שטראם. אין קאווע שטיבעל האף איך צו טרינקען קאווע אויף אן אויסער געווענדליכער פארנעם, אפשר אריין לייגען זאלץ אנשטאטס צוקער, אפשר גאר מישען די צוקער מיט א לעפעל אנשטאטס די בריללען, ווער ווייסט?
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער......


אוי וויי, ווי זאגט יענער ''עס איז געווען [tag]אויסער געווענדליך[/tag], ווייל געווענטליך איז גוט...''

הרה"צ ר' אייזיק שניצלער זצ"ל פלעגט זיך ארום דרייען מיט דעם ווערטעל

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2018 9:08 pm
דורך ראקי יואלי נאה
.I grew up in Satmer Williamsburg. This is the best group to keep up with my past . I lived in France over the last few years and recently moved back to NYC.

I found this to be the best way to keep in touch with the Jewish music scene

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2018 10:21 pm
דורך כלבאשבוע
ראקי יואלי נאה האט געשריבן:.I grew up in Satmer Williamsburg. This is the best group to keep up with my past . I lived in France over the last few years and recently moved back to NYC.

I found this to be the best way to keep in touch with the Jewish music scene


שלום עליכם, וואסי שלעכט געווען מיט די אלטע ניק?

memberlist.php?mode=viewprofile&u=828