בלאט 9 פון 10

נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 12:09 am
דורך שמעון וואלף
.

נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 12:14 am
דורך שמעון וואלף
.

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 11:21 am
דורך סקרן
ווער ס'וויל א מצוה זאל זאגען א קדיש

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 11:21 am
דורך סקרן
זלאטא וואס איז די צווייטע נאמען?

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 1:07 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 12:27 pm
דורך סקרן
ווער האט געשטעלט די מציבה?

נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 1:55 pm
דורך נקודת-אמת
סקרן האט געשריבן:ווער האט געשטעלט די מציבה?

מ'קען פארענטפערן בקל אז ס'איז געשטאנען אשתו היקרה
וואס דאס האבן די ח.ק./משפחה געלייגט שפעטער
(זי איז אוועק 30 יאהר שפעטער ווי עם)

נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 1:57 pm
דורך סקרן
כפה פרשה לעני וידי' שלחה ל?????

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 12:09 am
דורך שמעון וואלף
.

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 8:50 pm
דורך נקודת-אמת
קרעדיט
מצבת הנערה.jpg

[center]
נוסח המצבה אויף יידיש:
אורה מחפוד קורייש זכרונה לברכה בת אלעזר חיים ונעמי ברכה
געבוירן אום כ"ד ניסן תשס"ב,
געהארגעט געווארן כ"ז טבת תשע"ט,
זעכצן א האלב יאהר אלט,
דארך די דאקטורים פון שפיטאל 'שערי צדק' אין ירושלים תובב"א
לויט'ן באפעהל פונעם געזעץ פון כנסת המינים און די ערב רב ימח שמם וזכרם
ה' יקום דמך
כל מאי דעביד רחמנא לטב עביד
ת.נ.צ.ב.ה.
מיר ווארטן (האפן) צו תחיית המתים דיר צו זעהן בגוף ונשמה לאלתר
[/center]

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 9:04 pm
דורך berlbalaguleh
נקודת אמת: וואסי פשט פון די נוסח המצבה. וואס האבן שוין די ציונים (ימ"ש שר"י עפ"ל) ווייטער געטון...?!

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 11:31 pm
דורך אדונינו
berlbalaguleh האט געשריבן:נקודת אמת: וואסי פשט פון די נוסח המצבה. וואס האבן שוין די ציונים (ימ"ש שר"י עפ"ל) ווייטער געטון...?!

לכאורה די מיידל וואס האט באקומען די טויט שיין פארן שטארבן, נאריש פארן שרייבן די שנאה אויף א מצבה, אינטערעסאנט איז: אז ער שרייבט קלאר אז די דאקטוירים האבן עס געטון געזעצליך, ער וויל שעלטן די דאקטוירים מיט די ציונים ביינאזאם, אבער עס איז א סתירה, ואין משיבין על ההיקש.

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 11:56 pm
דורך איסר האטלקי
אפילו אין אמעריקע הרג'ט מען נישט ווען איינער איז ברעין דעד רח"ל, לויט א ניו יארקער געריכט אורטייל פאריגע יאר, דארף די אינשורענס אויסצאלן אלע הוצאות עד הסוף ווילאנג די משפחה וויל אז מ'זאל לעבן.

נאר די אידישע לאנד גלייבט נישט אז דער בורא איז דער ממית ומחיה. ימח שמם.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 12:03 am
דורך רביה''ק זי''ע
גוט צו וואוסן אז אונז האבן דא איינער וואס קען זיך אויס מיט די געזעצן פון כל מדינה ומדינה.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 12:15 am
דורך איסר האטלקי
ס'איז געווען א גרויסע טומל איבער דעם אין היימישן ניו יארק א האלב יאר צוריק.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 12:31 am
דורך רביה''ק זי''ע
דאכצעכמער אז ביי יענעם געטומל איז אויסגעקומען, אז ס'איז דא נאך איין לאנד אויסער ישראל וואס האט אזא געזעץ.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 3:05 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:.

היינט איז זיין 11'טע יארצייט...!

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 6:03 am
דורך איסר האטלקי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאכצעכמער אז ביי יענעם געטומל איז אויסגעקומען, אז ס'איז דא נאך איין לאנד אויסער ישראל וואס האט אזא געזעץ.

הערשט יעצט כאפ איך וואס דו מיינסט.

'נאר' איז משמש בד' לשונות, ס'איז במקום 'אבער' און 'משא"כ'. יעצט ליין עס איבער. ס'גייט בניחותא אויף אראפ, צוזאמגעכאפט מיטן נעקסטן ווארט, נישט אויסגעצויגן פאר זיך אזוי ווי 'בלויז אר"י'. צוויי אנדערע זאכן. ודו"ק היטב.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 8:00 am
דורך אדונינו
איסר האטלקי האט געשריבן:אפילו אין אמעריקע הרג'ט מען נישט ווען איינער איז ברעין דעד רח"ל, לויט א ניו יארקער געריכט אורטייל פאריגע יאר, דארף די אינשורענס אויסצאלן אלע הוצאות עד הסוף ווילאנג די משפחה וויל אז מ'זאל לעבן.

נאר די אידישע לאנד גלייבט נישט אז דער בורא איז דער ממית ומחיה. ימח שמם.

אויב עס איז די מעשה, האט מען איר נישט געהרג׳ט בלויז באשטעטיגט איר טויט שיין.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 9:54 am
דורך איסר האטלקי
אז עס ווערט פארשריבן א דעד סערטיפיקעט טוט די שפיטאל גארנישט מער צו העלפן דאס קינד, וואס מיינט א זיכערן און נאנטן טויט.

ביי די מעשה אין ניו יארק האט אויך קיין איין שפיטאל נישט געוואלט אפי' ארייננעמען דעם מענטש מער אפי' פאר געלט. טויט איז טויט. ביז מיימאנעדיס האט זיך מרחם געווען און אריינגענומען און די עלטערן האבן געמוזט באצאלן פולן פרייז פון טאש ווייל אינשורענס האט מער נישט געצאלט.

חוץ מזה טענה'ט דער טאטע אז דאס קינד האט אנגעהויבן צו ליידן אויפן אטעמען נאך א טעסט אין שפיטאל.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 11:06 am
דורך רביה''ק זי''ע
.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 11:07 am
דורך רביה''ק זי''ע
איסר האילטקי: לויט א גאלאפ אנקעטע פון 2017, קומט ישראל אריין אלץ די זעכצנטע מערסט אטעאיסטישע לאנד, ביי 58%. ד.ה. אז ס'דא פופצן לענדער מיט א גרעסערע פראצענט אטעאיסטן, וואס גלייבן נישט אין די אלע זאכן. אמעריקע קומט אריין ביי נומבער 30, מיט 39%.

דא האסטו אויך אן אנקעטע פון יעדע סטעיט באזונדער.

האבן די צוויי זאכן א שייכות? קען זיין, מ'קען עס נאכגיין, די שאלה איז נאר צו דו ביזט עס טאקע נאכגעגאנגען.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 11:14 am
דורך איסר האטלקי
אין אמעריקע גראבט מען קברים? אין בית שמש גלייבט מען נישט אין 'השארת הנפש' (whatever that means)....