בלאט 9 פון 12

נשלח: דינסטאג אקטאבער 25, 2016 8:07 pm
דורך [NAMELESS]
[center]דער זעקסטער וועקער לאזט זיך ארויס אין וועג![/center]


רבותי, אומגלויבליך אבער דאך א פאקט: מיר גייען יעצט אפצייכענען דעם סימבאלישן מספר פון א האלבע יאר, וואס 'דער וועקער' ערשיינט מדי חודש בחודשו, אנגעפאקט און אנגעפולט מיט אינטרעסאנטע אפהאנדלונגען בכל מקצועות היהדות.

האמת אגיד, אז איך ארבעט שוין א לענגערע וויילע הונטער די קוליסן, צוצושטעלן איינס און א גוטס לכבוד סוכות, עפעס אן אויסטערליש-מעכטיגע אויסגאבע, וואס כמוהו לא קם אין אידישע ליטעראטור. אבער אוודאי האט דער שטן עס נישט צוגעלאזט, און כדי צו צומישן די שטן האבן מיר מחליט געווען עס אפצושטופן אויף חשון, אפצוצייכענען א האלבע יאר מיט די מאסיווע הערליך נייע זשורנאל, וואס וועט זיין א חידוש און אנדערש ווי אלע זשורנאלן ביז יעצט, און וועט געוויס באצייכנט ווערן אין גאלדענע אותיות ביים אידיש רעדנדן עולם.

מיר האבן שוין אריינבאקומען אסאך אויסטערליש שיינע ווערק, אויספארשונג-ליטעראטור וואס וואלט נישט פארשעמט די 'גרויסע'... און מיר וועלן זיין שטאלץ זיי פארצושטעלן בעז"ה, לכבוד דעם נייעם חודש הבעל"ט.

מער פרטים וועלן נאכפאלגן בקרוב. סטעי טונד!


ידידכם,
אדנירם.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 25, 2016 11:19 pm
דורך Chuchem
קוים אפגעפיצט די פיר עקעדיגע לאקשעלאך פונ'ם בארד, און א קארגע שעה נאכ'ן זמן מיט א פרישקייט שטייט שש, דא און מעלדט מ'גייט ווייטער. אבער נישט א פארשלאפענע חשוון, נאר גאר מיט א גרעסערער קנאק.

אויב איר מיינט איר חלומ'ט, און איר קענט נישט גלייבען, דאן לייגט אייך שלאפען, ביז די יי''ש און די האלאפצעס, לאזן נאך, און פשוט ליינט עס איבער.

אפנים, לענינינו, רבותי, ס'דא עטליכע וועגן אריינצולייגען די פרישקייט און א כלי;
ואלו הן:

א- מי שיש לו עט או עפרון בידו, זאל זיך נישט שעמען, און אריין שיקען די פרישע ווארע פאר שש'ן.

ב- מי שיש לו מנה בידו, זאל קיין ביישן נישט זיין און אריבער שיקען צו חשבון ה'פעי פעל' פון info@derveker.com

ג - בנוסף להנ"ל, דארף מען געדענקען צו לייקען, קאמענטירען (סיי דעם דשורנאל, און סיי די עקסטרע ארטיקלען, וואס ווערן ארויפגעשטעלט) און פארשפרייטען.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 5:57 pm
דורך [NAMELESS]
[center]ערשטער אפדעיט איבערן וועקער #6.[/center]


ווי דערמאנט, גייען מיר אי"ה ארויסקומען מיט א מעכטיגע מאסיווע זשורנאל אפצייכענענדיג א האלבע יאר וואס 'דער וועקער' ערשיינט מדי חודש בחודשו, גייענדיג כסדר נאר מעלה מעלה בכמות ובאיכות.

לכתחילה איז געווען אין חשבון ארויסצוקומען אויף 'סוכות' מיט א מעכטיגע יום טוב אויסגאבע בשם 'אסיף' - על שם חג האסיף, ועל שם אסיפת מאמרים נבחרים [עי' בסמוך], אבער צוליב'ן ערשיינונג פונעם מעגא-תשרי וועקער (#5), איז שוין נישט געווען מעגליך ארויסצוקומען מיט א פרישע באמבע אזוי שנעל. דערפאר האבן מיר עס אפגעשטופט אויפן חשוון נומער, ווען מיר צייכענען אפ א האלבע יאר פונעם ערשיינונג פונעם ערשטן וועקער, און אין א סימבאלישע צייכן וועלן מיר ארויסקומען מיט דעם מעכטיגן זשורנאל.


אנדערש ווי אלע 'וועקערס' וואס זענען שוין ערשינען, גייט דער נייער וועקער נישט אנטהאלטן אין זיך די צוויי מדורים: 'חדשים גם ישנים', און 'מן הגנזים'. דאסמאל וועלן מיר נאר האבן אויסשליסליכע עקסקלוסיווע ארטיקלן צום וועקער.

איך ארבעט שוין אפאר חדשים הונטער די קוליסן, און יעצט קען מען אויפדעקן דעם סוד: איך האב איינגעשפאנט אסאך גאר גאר געלונגענע שרייבער פון ק"ש [און גאס] צו שרייבן מאסיווע ארטיקלן פארן ספעציעלן אויסגאבע, וואס וועט אנטהאלטן אין זיך דאס שענסטע און דאס בעסטע וואס א אידישע אויסגאבע האט נאר אמאל פארמאגט.

מיר האבן אוועקגעשטעלט א מספר פון 10,000 קערעקטערס אלס מינימום, אז אן ארטיקל זאל קענען אריינגיין אין דעם ספעציעל-פרעסטיזשפולן זשורנאל. למעשה, באשטייען רוב ארטיקלן פון ארום 20,000 ביז 50,000 קערעקטערס!!! פאר ווער עס פארשטייט, רעדט מען דא פון מאסיווע אדורכנעמענדע ארטיקלן, וואס וועלן געוויס זיין א ספעציעלע הנאה פאר די ליינער, און א מורא'דיגע דורכברוך ביים אידיש רעדנדן ציבור.


דערפאר האבן מיר עס א נאמען געגעבן 'אסיף', וויבאלד דאס אנטהאלט א צאמנעמונג פון די שענסטע און בעסטע וואס אידישע שרייבער פארמאגן. אזוי אויך איז אסיף א תקופת השנה, און מיר צייכענען יעצט אפ א האלבע יאר זינט איר ערשיינונג.

אינעם 'אסיף', נעמען אנטייל אזעלכע ריזן שרייבער ווי [tag]שמעקעדיג[/tag] און [tag]הוגה[/tag], [tag]ונבנתה העיר[/tag] און אדנירם, [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] און [tag]גראדעמעכעלע[/tag], [tag]אבטולמוס[/tag] און [tag]רויטע וואנצעס[/tag], [tag]פליקער[/tag] און [tag]בעל מדות[/tag], געסט שרייבער און אנדערע סורפרייזעס.

מיר האבן שוין ערהאלטן איבער א מנין קנאקעדיגע באשרייבונגען אין היסטאריע, ביאגראפיע, פסיכאלאגיע, ביאלאגיע, און געוואגטע געזעלשאפטליכע ענינים. ווי פארשטענדליך, זענען אלע ארטיקלן גאר גאר אינטרעסאנט און אפטמאל גאר מחודש'דיג. נאך ארטיקלן זענען אונטערוועגנס [און אויב איינער איז גרייט צו שרייבן, זאל ער זיך פארבינדן מיט מיר אין אישי].


מער דעטאלירטע באריכטן וועלן אי"ה נאכפאלגן בקרוב.


דברי ידידכם,
אדנירם.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 7:47 pm
דורך שושן פורים
לא איש דברים אנוכי אבער לפי דעתי הענייה והקטנה השפלה והנבזה קוקט מיר אויס אז פאר די פרעפעסיאנאלקייט פון די זאך איז בעסער נישט צו טוישן די נאמען און עס לאזן ביי די וועקער.

אין יארן ארום וועלן ענקערע אייניקלעך זוכן מיט ליכט דעם זעקסטן וועקער, מאנכע וועלן שפענדן טויזענטערס פאר מוזעאומס און ריסורטש אינסטיטוציעס נישט וואוסענדיג אז עס ליגט הארט אונטער זייער נאז מיטן נאמען "אסיף" פארשפארט זיי די אומנויטיגע עגמת נפש.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 7:57 pm
דורך קאצקע ציקער
נעה זיי גייען שוין לאנג זיין "אויפגעוועקט" דעמאלטס

הילף געזוכט...

נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 2:44 pm
דורך [NAMELESS]
רבותי, כ'גיי דאסמאל ארויסגיין פון מיין גדר, און עפנטליך אפעלירן פאר הילף.

מיר האבן א געוואלד מיט גאר לאנגע מאסיווע ארטיקלן, און איך קען נישט אליינס מגיה זיין אלסדינג.
אזוי אויך דארף מען טרעפן פאסיגע בילדער פאר די ארטיקלן.
ווער עס קען ארויסהעלפן אין איינע פון די צוויי הינזיכטן, זאל מיר ביטע קאנטאקטירן אין אישי.

א דאנק.

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 4:52 am
דורך [NAMELESS]
[center]קורצע קרישקעלעך איבערן 'אסיף'.[/center]


[justify]ב"ה די זאך ריקט זיך מיט משונה'דיגע גאלאפירנדע טריט אויף פאראויס. כ'האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין, אבער לאמיר כאטש געבן א קורצע באריכט אויפן שפיץ גאפל, וואו עס האלט יעצט:


1. איך האב דא א ריזיגע רשימה פון קרוב צו צוואנציג אויסשליסליכע עקסקלוסיווע ארטיקלן פארן 'אסיף', ס'רוב לענגערע מאסיווע ווערק [כ'ווייס נישט דעם פונקטליכן נומער, געוויסע קומען נאך אריין, און די רעדאקציע האט אן איבערפלוס פון ענטואיזם].


2. ס'איז קוים דא א שאנס אז ס'זאל ערשיינען אום ר"ח חשון גופא, מחמת די ריזן צאל ארטיקלן, און די צאל ריזן ארטיקלן.


3. א קורצע חשבון מאכט מיר טראכטן, אז ס'זעט אויס ווי דער 'אסיף' וועט אנטהאלטן אפאר הונדערט זייטן!!!


4. בנוסף צו די געווענליכע שטאב, האבן מיר יעצט נאך אפאר חשוב'ע ניקס וואס העלפן ארויס מיטן מגיה זיין און טרעפן בילדער. א ספעציעלן דאנק פאר הרב [tag]ליפא[/tag], [tag]שמעקעדיג[/tag], און [tag]פליקער[/tag], פאר זייער הילף [א ייש"כ פאר די אנדערע וואס האבן געאפערט הילף אין אישי].


5. ידידי החכם [tag]פיקאסא[/tag] ארבעט אריין קעסל און כלים, און די גראפיקס/בילדער זענען אויף גאר א הויכן סטאנדארט, עפעס מער קנאקעדיג און זאפטיג ווי ביז יעצט. רבותי, ס'קומט א גוטס!


6. יא, כ'שעם זיך נישט צו בעטן. דאס איז א ריזן פראיעקט וואס נעמט אוועק שעות ע"ג שעות, און וועט זיין א פארזיכערטע הנאה. ביטע, ביטע, אויב מ'קען זיך משתתף זיין מיט די הוצאות, אפילו מינימאל, זאל מען אריינשיקן געלט צום פעיפעל אקאונט: info@derveker.com, אדער זאל מען זיך ווענדן צו מיר אין אישי.[/justify]


דברי ידידכם,
אדנירם.

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 7:32 pm
דורך מיש-נייעס
.

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 7:37 pm
דורך יהושע חיים
אפשר וואלט כדי געווען ווען מען מאכט חלקים צו פרינטען (איך האלט עס אין טאש און ווען עס איז צו דיק האבן מיר א פראבלעים)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 7:25 pm
דורך פליקער
אכטונג מחר חודש

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 11:28 pm
דורך [NAMELESS]
[center]נייע אפדעיט איבערן 'אסיף' [וועקער #6].[/center]

צווישן איין טעלעפאן קאלל און א צווייטע, צווישן דרייען רויטע וואנצעס א קאפ פאר אן ארטיקל און משוגע מאכן געוואלדיג צוצוענדיגן זיינס, צווישן פייניגן פליקער פאר בילדער און רודפ'ן פיקאסא פאר פאסיגע גרעפיקס, און צווישן זיין א מענטש, מאן, און טאטע, און זיין א שלעכטע באסס, האב איך ב"ה באוויזן אן אומגלויבליכע זאך: אריינצובאקומען קרוב צו צוויי מנינים ארטיקלן.

ארטיקלן זאג איך? 'באמבע-ארטיקלן', קאנאנען. מאסיווע ווערק פון די בעסטע שרייבער, טיפע אפהאנדלונגען דורך די לייבן פון שטיבל, גאר געוואגטע ארטיקלן מיט שארפע מעסעדזשעס, און אלע פון זיי - און איך רעד בלי יוצא מן הכלל - האבן באשטייערט מער פון 10,000 קערעקטערס, אפטמאל ציענדיג זיך ביז אזוי גרויס ווי 50,000 טויזנט קערעקטערס!!! פאר ווער עס איז באקאנט אין דעם פעלד, רעדן מיר דא פון אן אפעראציע וואס נאר טראמפ קען באווייזן...


אלנפאלס, ווי פארשטענדליך וועט דער אסיף נישט קענען ערשיינען אום ראש חודש, און וועט מעגליך נישט ערשיינען ביז סוף וואך, אדער גאר אנהייב קומענדיגע וואך. אבער רבותי, ס'לוינט זיך צו ווארטן! ווער וואלט דען נישט געווארט פאר אן אויסגאבע וואס אנטהאלט שוין יעצט ארום 200 בלעטער, נאך בעפאר איך האב ערהאלטן אלע ארטיקלן פארענדיגטערהייט!!!

מיר האלטן שוין ביי גאנצע אכצן ארטיקלן, וואס זענען שוין גענצליך אדער כמעט גענצליך פארענדיגט [חוץ פון נאך אפאר וואס וועלן נאך מעגליך ערשיינען]! און די שרייבער זענען די פאלגענדע חשובע ניקס:
1-2. [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag].
3-4. [tag]פליקער[/tag].
5-6. אדנירם.
7-8. [tag]הוגה[/tag].
9. [tag]געוואלדיג[/tag].
10. [tag]אבטולמוס[/tag].
11. [tag]רויטע וואנצעס[/tag].
12. [tag]שמעקעדיג[/tag].
13. [tag]גראדעמעכעלע[/tag].
14. [tag]בעל מדות[/tag].
15. [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag].
16. [tag]ונבנתה העיר[/tag].
17. חכם אחד פון גאס.
18. לענגערע בריוו צום מערכת.


איך האף בקרוב צו געבן מער א דעטאלירטע באריכט. [כ'וויל קענען באריכטן אז די קאסע פון 'דער וועקער' האט זיך אנגעפולט, העלפטס ארויס מיט דעם באריכט].
סטעי טונד!

ידידכם,
אדנירם.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 4:31 am
דורך [NAMELESS]
[center]הרהורי הלב וועגן דעם 'אסיף', 4:30 ביינאכט...[/center]

יא יא, בשעת דער עולם איז פארזינקען אין א טיפע שלאף, נישט חלומ'ענדיג אז דער משוגענער ארבעט ווי א חמור פאר זיי, שטייט ווירקליך דער שש'ל און שוויצט אריין שעות ארוכות, אז דער מעכטיגער 'אסיף' זאל זיין אזוי מעכטיג און מאסיוו ווי געזאגט.

פון רויטע וואנצעס ביז ביבער, און פון געוואלדיג ביז פיקאסא. יא יא, נאכט נאך נאכט דארף איך פגע'נען חברים צו שרייבן אן ארטיקל, אריינשיקן אן ארטיקל, איבערשרייבן אומפארשטענדליכע פאראגראפן.

דערנאך דארף איך עס מגיה זיין און מנקה זיין און אויסשטעלן [פרעגטס אלע חברים וואס האבן געשריבן אן ארטיקל. יעדעס ארטיקל גייט אדורך די שבט ביקורת].

הערשט יעצט דארף מען אפירזוכן בילדער, צופאסן צום ריכטיגן פלאץ, מאכן זיכער אז ס'איז נישט צו פול און נישט צו ליידיג.

אבער יעצט הייבט זיך עס גאר אן. שיקן צו פיקאסא, איבערגיין די גרעפיקס, מעקן און מגיה זיין פון פינטלעך ביז געריקטע שורות. יא, אזויווי איר ליינט, אלעס טו איך זעלבסט ווי א פערד ללא אונים. ס'טייטש? כ'קען דען ארויסגעבן אן אומגעפערטיגטער ארבעט פארן גאס? קען איך מיך דען פארלאזן בלינדערהייט אויף אנדערע אויגן בלבד?


און אזוי, שטיי איך האלב פינף אזייגער אינדערפרי, מיט האלב פארקלעבטע אויגן, און איך שרייב... נאכן ענדיגן מגיה זיין גאנצע זיבעצן לאנגע מאנסטערישע ארטיקלן, וואס פארנעמען הונדערטער זייטן אינעם קומענדיגן מעכטיגן 'אסיף'.

פרעגט איר אוודאי פארוואס איך שרייב דאס? קודם כל, ווייל איך וויל איר זאלט וויסן. צווייטנס, ווייל אזוי נעם איך עטוואס אראפ דעם הימל-עפן-דיך פרעשור וואס האט מיר באגלייט ביז יעצט [הגם נאך אפאר ארטיקלן דארפן נאך לאנדן ביי מיר אין וויינגארטן, האפנטליך אין די קומענדיגע פאר שעה].


דער ישיחנה לאחרים טריעטמענט איז גאנץ גוטע טעראפי...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 5:24 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב א געפערליכע סתירה. אין קעפעל פון דער טהעראפי מאמר שטייט 430 ביי נאכט, און גלייך העכער דעם שטייט 331, אז ס'איז ארינגעשיקט געווארען א שעה פריער.

תירוצים:-
1. שש איז צוריק געגאנגען א שעה כדי ארייינצוכאפען מער שעות אין טאג.
2. שש האט עס געשריבען 430 מאנטאג נאכט און ארויפגעשטעלט 330 דינסטאג נאכט.
3. אין א"י האט מען שוין גערוקט די זייגער, און זיי מיינען אז זיי קענען נישט קען דער גלח אויך נישט, און אין דער געבענטשטע לאנד האט מען אויך גערוקט די זייגער.

ביטע צולייגען תירוצים אלס א הכנה צו די קומענדיגע יו"ט וואס האט הונדרעטער תירוצים אויף איין קשיא.

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 7:30 am
דורך סביב העולם
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב א געפערליכע סתירה. אין קעפעל פון דער טהעראפי מאמר שטייט 430 ביי נאכט, און גלייך העכער דעם שטייט 331, אז ס'איז ארינגעשיקט געווארען א שעה פריער.


פין אלעם וואס ער האט געשריבן האסטו נאר דעיס ארויסגענימען??

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 8:26 am
דורך החוקר
מען בעט דעם ציבור, אז אויב טרעפט מען אינמיטן אן ארטיקל עטליכע ליידיגע פאראגראפן, זאל מען פארשטיין אז אפשר מחמת גרויסע מידיקייט איז שש איינגעשלאפן פאר עטליכע סעקונדן, מיטן פינגער אויפן ספעי"ס קנעפל, נאך אלעם איז עס געווען האלב פינף.
לאמיר באצאלן מידה כנגד מידה, פונקט ווי שש פארגעסט נישט אז מיר ווארטן אויפן וועקער, ווארט ער מיר זאלן אריין טשיפ"ן עפעס אין פעיפאל.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 8:50 am
דורך [NAMELESS]
ליטוואק, איך מיין אז אייער ק"ש זייגער איז אנגעשטעלט אויפן ווינטער זייגער, ווייל איך זעה שש'נס תגובה אויף 4:31. כדי פעסטצושטעלן, זאג מיר אויף וועלכע צייט דו זעהסט אויף מיין תגובה.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 9:14 am
דורך יאסל ראקאווער
היות די אסיף האט נישט קיין יום טוב אדער ספעציעלע deadline איז אפשר כדאי עס נישט צו releasen צום ציבור פאר עס איז אויף עמעזאן. אזוי וועלען ליינערס עס נישט דארפן פרינטען פון גרויס נייגער נאר עס גלייך קויפן אויף עמעזאן.

און ווי יעדעס מאל, א יישר כח פאר די מעסיווע ארבייט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 9:35 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ריכטיג האט געשריבן:ליטוואק, איך מיין אז אייער ק"ש זייגער איז אנגעשטעלט אויפן ווינטער זייגער, ווייל איך זעה שש'נס תגובה אויף 4:31. כדי פעסטצושטעלן, זאג מיר אויף וועלכע צייט דו זעהסט אויף מיין תגובה.


און מ'האט שוין א פערטען תירוץ. דער יו"ט רוקט זיך פיין.

ביי מיר שטייט 750, שטימט?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 10:53 am
דורך [NAMELESS]
ניין, איך האב עס געשיקט 8:50. שרייב זיך ארויס פון קאווע שטיבל און קוק עס פלעין פונעם בראוזער.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 2:18 pm
דורך פיקאסא
אדנירם האט געשריבן:יא יא, בשעת דער עולם איז פארזינקען אין א טיפע שלאף, נישט חלומ'ענדיג אז דער משוגענער ארבעט ווי א חמור פאר זיי, שטייט ווירקליך דער שש'ל און שוויצט אריין שעות ארוכות, אז דער מעכטיגער 'אסיף' זאל זיין אזוי מעכטיג און מאסיוו ווי געזאגט.



העי [tag]אדנירם[/tag] מה היום מיומיים?? די גייסט דאך קיינמאל נישט שלאפן פאר זעקסע פארטאגס סיי ווי?... חוץ מזה ווייסטו דאך אוודאי אז איז שלאף אויך נישט מער ווי א קארגער פאר שעה א מעת לעת אלס ווייל ס'דיר איינגעפאלן צו מאכן אן "אסיף" און די קענסט נישט אראפ קריכן פון בוים... :D
אלזא, איי פיל יור פעין אבער כאטש צרת רבים חצי נחמה. גלייב מיר אז ס'וועט זיך אלס אויס צאלן ווען די וועסט האלטן די "וועקער" -איך מיין צו זאגן "אסיף" - אין האנט!

אןן צו ענק טייערע חברים, כ'מיין מ'קען גלייבן @שש ביים ווארט.. ס'קומט באמת א פראכט פון א זשורנאל! מלא וגדוש מיט גאר תוכן'דיגע אין היסטארישע ארטיקלן, אזאנס וואס איהר האט נאך נישט געזעהן!
וואס דער @שש קען נאר נישט באווייזן.. אויב ביי וועקער 5 האט מען געמיינט אז מ'האלט שוין ביים שפיץ, האט @שש געהויבן די סטענדערד און געשוויצט יומם ולילה אויף א סאך א סאך א גרעסערע פארנעם.

אבער כיהודה ועוד לקרא הנני מצטרף בבקשה צו יעדן יחיד דא, צו באשטייערען מיט א נתינה חשובה איש כמתנת ידו צו אונזער פעיפאל אקקאונט כדאי צו קענען ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש מיט חשק. ביטע קליקט דא נאך היינט!
אויף דערווייל האט די הנהלה אריינגעשיקט א לייטישן סכום כמדי חודש, און א חבר דא האט אריינגעליפערט א סכום פון עטליכע הונדערט דאלאר! ותשוחח"ל. איך עקספעקט דאס נישט פון יעדן, אבער כאטשיג עפעס א נתינה וואלט גאר אסאך ארויסגעהאלפן.

איך דארף שוין לויפן... @שש רופט מיר יעצט.. וואס וויל ער שוין ווייטער?!...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 2:24 pm
דורך פיקאסא
יהושע חיים האט געשריבן:אפשר וואלט כדי געווען ווען מען מאכט חלקים צו פרינטען (איך האלט עס אין טאש און ווען עס איז צו דיק האבן מיר א פראבלעים)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk


אדער קויפט אייך א גרעסערן טאש.. אדער קענסטו הייסן דיין קאצפיוטער צו ארויסדרוקן נאר חלקים דערפון אויף אמאל. (געדענק צו איינטיילן די פאפירן אויף 4, למשל פון פעידש 1 ביז 16 אדער פון פעידזש 1 ביז 64 וכו')

בכלל איז נישט אזוי ריקאמענדירט צו אליין ארויספרינטן, עס קומט נישט אזוי שיין ווי א געהעריגע פרינטער, לכתחילה שיק צו א פרא פרינטער אדער קויפט אויף עמאזאן.

הצלחה!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 2:32 pm
דורך [NAMELESS]
מצטרף להנ"ל.

הילד געוואגטער

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 7:59 pm
דורך פליקער
החודש עבר ואין, איז מעגלעך די וועקער זאל זיין לכבוד שבת קודש געפרינט ביי מיר אויפן טיש, איך בעט בכל לשון של בק"שה