אויפ'ן אנגלא אידישן מארק איז נארוואס ערשינען דעם נייעם ספר the path to the tree of life, א חיבור אויף ליקוטי אמרים, באזירט אויף די באקאנטע תניא שיעורים פון רבי מאטל זילבער וואס זענען יארן לאנג פארגעלערנט געווארן פאר בחורים.
דער פארפאסער און ארויסגעבער איז הרב זאב רייכמאן
zreichman_lp[1].jpg
א מאדערן ארטאדאקסישער רב
פון איסטהילל שול אין ענגלוואד ניו זשערסי, און א
דירעקטאר אין ישיבה יוניווערסיטי; א געוועזענער תלמיד אין חסידות פון הרב משה וואלפסאן, און כהיום פון זיין איידעם רבי מאטל. דער ספר קומט באקרוינט מיט ווארעמע הסכמות פון רבי מאטל זעלבסט און פון זיין שווער הרב וואלפסאן.
צוליב וואס דער מחבר איז א פרעמדער און געהערט צו מזרח'ישע קרייזן, האט ער בחפץ לבו איבערגעגעבן דעם ספר פאר א שטאב מגיהים פון מכון תולדות יהודה וואס זענען באהאוונט אין דער ענגלישער שפראך, אריינגערעכנט הרב משה זילבער, אן עלטערער ברודער פון רבי מאטל, זיי זאלן רעדאגירן סיי וועלכע ציטאט אדער רעפרענץ צו ציונות, עס זאל שטימען מיט די אנשויאונגען פון ק"ק סטוטשין.
מיט דעם אלעם טרעפט מען אין די ערשטע בלעטער פונעם ספר ווי עס פארפיגט פראמינענט א הנצחה פאר צבא הגנה לישראל וואס איז בטעות אדורכגעלאזט געווארן, און ווערט שטארק באדויערט דורך ק"ק סטוטשין, וואס זענען מער קנאיש געשטימט, און אפילו אפיליאירט סאטמאר.
א בילד פון דעם מחבר פורים אין סטוטשין.