בלאט 9 פון 18

שו"ת שבט הלוי חלק י"א

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 3:32 pm
דורך קאווע טרינקער
זכה הרב וואזנער, און אין זיין הויכען עלטער, זעהט ער זיין 11'טע חלק אין די שו"ת סעריע "שבט הלוי".

יידיש - השפה הקדושה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 5:55 pm
דורך סלינקי
א ספר מיט מקורות פאר יידישע שפריכווערטער
זעה דא

בילד
בילד

נשלח: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 7:02 pm
דורך מאראנצןזאפט
איך האב דעם נייעם קובץ נאכנישט געזען אבער ווי איך פארשטיי רעדט מען דא פון א קובץ וואו דאס מערסטנסטייל ווערט צוזאמגעשטעלט פון מאמרים וואס מחנכים שיקן אריין, האסט א שיינער מאמר איבער קדושה, שיק אריין!
אלס מחנך וואלט איך אבער נישט אויסגעוועלט צו רעדן בכתב איבער קדושה אין א קובץ, ווייל דאס איז געווידמעט צו אלע סארטן בחורים און אלע סארטן מצבים, און עס האט נישט קיין זין צו רעדן צו א דרייצן יעריגער בחור א שפראך וואס ער הייבט נישט אן צו פארשטיין און וועט אים בלויז עפענען די אויגן. כ'געדענק ווען ר' זלמן לייב פילאפ איז געקומען רעדן צו אונז אין ישיבה איבער [...] און איך האב אים אנגעקוקט מיט קעלבערנע אויגן נישט וויסנדיג וואס ער וויל.
לויט ווי איך פארשטיי רעדט רבי יצחק אלעזר פון א פשוט'ער נושא אז בחורים זאלן נישט אדרעסירן צווישן זיך ענינים שהצניעות יפה להם והכל יודעים כו', און ער ניצט אן איינגעהאלטענעם שפראך מטעמים הנ"ל. איך גלייב נישט אז ער מיינט ממש צו זאגן בשם אחד מצדיקי הדור אז א בחור טאר נישט פארציילן אז מ'האט מיך אנגעטראגן צו ווערן אן איידעם ביים מגיד שיעור.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 7:12 pm
דורך קאווע טרינקער
[tag]סלינקי[/tag], דאס איז נישט קיין נייע ספר.
איך האב דאס שוין געזעהן אין ספרים געשפעט פאר 7 יאר צוריק, לכה"פ.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 7:52 pm
דורך פישלע העררינג
לכאורה.

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 2:16 pm
דורך פישלע העררינג
מה בין אנציקלופדיה למיקרופדיה?

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 6:45 pm
דורך יאיר
עס איז ארויסגעקומען שו"ת תורה לשמה פריש איבערגעזעצט און איבערגעארבעט מיט הערות. אנהויב איז דא גאר א שיינע הקדמה אויפצואווייזן מיט ראיות ברורות ומוכרחות אז טראץ דעם וואס דער בן איש חי האט דאס געדרוקט אונטער'ן נאמען יחזקאל כחלי איז דער מחבר נישט קיין אנדערער ווי ער אליין, להוציא מלבן פון די פאר פאר'עקשנ'טע ספרדים וואס קריגן זיך נאך דערמיט.

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 10:35 pm
דורך קאווע טרינקער
הרב יצחק זלמן גיפס, געוועזענע ראש הכולל ספינקא, רב פון ברכת ???? וויען, איז ארויס מיט א ספר "קערות כסף" אויף יו"ד חלק א.

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 11:25 pm
דורך סאו וואט
ברכת אברהם.
מח"ס מלבושי כבוד. שמו נאה לו ושמו יאה לו.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 1:07 am
דורך גנדי
איך וויל ארויס געבן אזא ספר.

חמוקי ירכיך

ביאור מקיף בהלכות
שוק באשה ערוה

תוכן העניינים.
סימן א. דין קריעת שמע נגד שוק האשה
סימן ב. דין לבישת גרביים לאשה נשואה.
סימן ג. לבישת גרביים לקטנות בפרי 1 A
סימן ד. דיני צבע הגרביים.
סימן ה. דיני עובי הגרביים.
סימן ו. דיני סימס על גבי הגרביים.
סימן ז. בירור מקור צבע חום לגרביים יסודתו בהררי קודש.
סימן ח. דיני גרביים הנקראים גרביים דקל.
סימן ט. דיני גערטל. ומחזיקי הגרביים.
סימן י. דיני גרביים ספורט לבניים על גבי גרביים כשרים.
סימן יא. דיני מגפיים לחורף שגם הם צריכים סימס.
סימן יב. דיני גרביים לאלו הסובלים מוורידים בולטות.
סימן יג. איסור לבישת גרביים של רשת דגים.
סימן יד. דיני לבישת גרביים בשעת שינה לפי שיטת כת הלברנץ.
סימן טו. איסור לבישת גרביים של אשה על כף של איש אפילו לצורך הוראה.
סימן טז. דיני לבישת גרביים על הפנים לשודדי בנקים.
סימן יז. איסור השתמשות במצביעי צפרניים אפילו לצורך סתימת נקב בגרביים.
סימן חי. איסור לבישת גרביים בלי כף הרגל הנקרא לעגינגס.

נספח. דרוש בסמיכת המדרש. יש לך נקב בגרביים. הה״ד בורא פרי העץ.
נספח. דרוש בענין השם דקל לגרביים. רמז להוראת כף היד. הנקרא בלע״ז פאל״ם.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 7:38 am
דורך קאווע טרינקער
חמוקי ירכיך כמו פלאים מעשה ידי גנדי!
אפשר גיבסטו א נאמען "כולם לדבר אחד נתכוונו"?

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 7:49 am
דורך איש עברי
עסט לאכן ס'איז דא א ספר שוקיו עמודי שש, וואס רעדט בערך איבער די נושאים

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 8:28 pm
דורך פארוואס?
איך וואלט געזאגט אזוי ווי - להבדיל 10^10 הבדלות - דער חילוק צווישן א dictionary און Wikipedia.

מורה נבוכים - חשב האפוד

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 10:09 am
דורך [NAMELESS]
ערשינען דעם ספר מורה נבוכים מיטן פירוש חשב האפוד פון הגאון הרב אליעזר דוד פאל ז"ל מגדולי תלמידי הגאון ר' גדלי' נדל ז"ל,
מתוך ההסכמות: הרב יצחק שילת ולהבדיל אב"ד דקה"י וואדרידזש

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 12:35 pm
דורך יידל
נישט געזען אין ערגעץ, ריכטיג. וואו קען מען דאס באקומען אין די היימישע געגנטער פון ניו יארק?

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 1:01 pm
דורך [NAMELESS]
יידל האט געשריבן:נישט געזען אין ערגעץ, ריכטיג. וואו קען מען דאס באקומען אין די היימישע געגנטער פון ניו יארק?

ביגלאייזן אין ב"פ

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 1:05 pm
דורך פישלע העררינג
דא.

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 1:51 pm
דורך [NAMELESS]
ריכטיג האט געשריבן:ערשינען דעם ספר מורה נבוכים מיטן פירוש חשב האפוד פון הגאון הרב אליעזר דוד פאל ז"ל מגדולי תלמידי הגאון ר' גדלי' נדל ז"ל,
מתוך ההסכמות: הרב יצחק שילת ולהבדיל אב"ד דקה"י וואדרידזש

ייש''כ פאר די בשורה טובה אויף וואס איך ווארט שוין איבער א צוויי יאהר :!:

ווער איז די דיסטריביוטור?? גיימער שוין לייגען דרוק אויפן געשעפטסמאן,

נ''ב עס איז מיר א וואונדער אז עס איז נאכנישט דא קיין זאכליכע אנאליז אויף ר' אליעזר דוד ז''ל ורבו ושי' וגדר חכמתם, דא אין שטיבל די מקור החכמה ומחשבה, נאא! לעבטס אויף אביסל די תורה ודעת פארום,
איך מיין סדא אסאך אויסצושמואסן ארום עם כגון מצד אחד זיין התחכמות... ומצד שני זיין התצמצות ביי צניעות בנשים!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 2:43 pm
דורך [NAMELESS]
ריכטיג האט געשריבן:ערשינען דעם ספר מורה נבוכים מיטן פירוש חשב האפוד פון הגאון הרב אליעזר דוד פאל ז"ל מגדולי תלמידי הגאון ר' גדלי' נדל ז"ל,
מתוך ההסכמות: הרב יצחק שילת ולהבדיל אב"ד דקה"י וואדרידזש

ווייסט איינער אוואו מ'קען עס באקומען [פאר געלט פארשטייט זיך] אין ווימסב''ג והגלילות???

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 5:48 pm
דורך פישלע העררינג
ס'ליגט ביים טיר.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 9:51 pm
דורך מאראנצןזאפט
אויפ'ן אנגלא אידישן מארק איז נארוואס ערשינען דעם נייעם ספר the path to the tree of life, א חיבור אויף ליקוטי אמרים, באזירט אויף די באקאנטע תניא שיעורים פון רבי מאטל זילבער וואס זענען יארן לאנג פארגעלערנט געווארן פאר בחורים.

דער פארפאסער און ארויסגעבער איז הרב זאב רייכמאן
zreichman_lp[1].jpg

א מאדערן ארטאדאקסישער רב פון איסטהילל שול אין ענגלוואד ניו זשערסי, און א דירעקטאר אין ישיבה יוניווערסיטי; א געוועזענער תלמיד אין חסידות פון הרב משה וואלפסאן, און כהיום פון זיין איידעם רבי מאטל. דער ספר קומט באקרוינט מיט ווארעמע הסכמות פון רבי מאטל זעלבסט און פון זיין שווער הרב וואלפסאן.

צוליב וואס דער מחבר איז א פרעמדער און געהערט צו מזרח'ישע קרייזן, האט ער בחפץ לבו איבערגעגעבן דעם ספר פאר א שטאב מגיהים פון מכון תולדות יהודה וואס זענען באהאוונט אין דער ענגלישער שפראך, אריינגערעכנט הרב משה זילבער, אן עלטערער ברודער פון רבי מאטל, זיי זאלן רעדאגירן סיי וועלכע ציטאט אדער רעפרענץ צו ציונות, עס זאל שטימען מיט די אנשויאונגען פון ק"ק סטוטשין.
מיט דעם אלעם טרעפט מען אין די ערשטע בלעטער פונעם ספר ווי עס פארפיגט פראמינענט א הנצחה פאר צבא הגנה לישראל וואס איז בטעות אדורכגעלאזט געווארן, און ווערט שטארק באדויערט דורך ק"ק סטוטשין, וואס זענען מער קנאיש געשטימט, און אפילו אפיליאירט סאטמאר.


א בילד פון דעם מחבר פורים אין סטוטשין.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 10:00 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך האב אים טאקע געזעהן קאכן אין סטוטשין פורים, א איידלקייט פון א מענטש, און א שיינער ת"ח און ידען.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 10:19 pm
דורך רויטע וואנצעס
א חסידישע שמועס אויף פסח פאר א YU קלאס, דורך הרב רייכמאן.
http://www.yutorah.org/lectures/lecture ... n/Passover