בלאט 9 פון 10

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2017 9:55 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דעת תורה האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז די היינטיגע מאדע פון alternative facts. וואס זאגען די אנדערע? איך האב דיר צוגעצייכענט הארטע לינקס. גיי קוק דארט און פארש עס נאך. ס׳איז דא white supremacists, ס׳איז דא גענגס און נאך. גיי קוק

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

די לינקס וואס דו האסט צוגעצייכנט רעכענען נישט אריין אזעלכע פראמינענטע און שוידערליכע מעס קעזשאלטי אטאקעס ווי די באולינג גרין מעסעקעיר. אוודאי זענען זיי נישט קראנט

׳מערצעשעם, ווען דער באולינג גרין מעסעקער וועט פאסירען, וועט מען עס שוין צולייגען. ונזכה ונחיה ונראה.....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 9:52 pm
דורך mevakesh
די אפעלאט געריכט האט יעצט אפגעווארפן די ביטע פון דער פעדעראלער רעגירונג צו אפווארפן די סטעי וואס דער געריכט אין וואשינגטאן האט ארויסגעגעבן קעגן דעם בען צו אריינקומען אין די פאראייניגטע שטאטן פון די זיבן מוסלעמענער לענדער
עס איז וויכטיג צו באַמערקן אז דאס איז נאר צייטווייליג ביז דער סופרים קאורט וועט אורטיילן אויף דעם
דא האט איהר דעם פיהלן פסק

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 9:58 pm
דורך [NAMELESS]
א טוץ 'פייגלעך' זענען ערווארטעט ארויס צו פליען פון 1600 פענסילוועניע עוו' אנגעלאדנט מיט צואה...

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 10:03 pm
דורך mevakesh
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:א טוץ 'פייגלעך' זענען ערווארטעט ארויס צו פליען פון 1600 פענסילוועניע עוו' אנגעלאדנט מיט צואה...

דאכט זיך אז אזעלכע פייגעלעך העלפן איהם נישט אין דעם פאל פארקערט דאס ברענגט די ריכטער חושד צו זיין אז מען וויל אונטערברענגן דעם געריכט
און דאכט זיך אז פונעם פסק דא קומט דאס אביסעל ארויס צווישען די שורות

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 10:10 pm
דורך [NAMELESS]
דו פרעגסט צו ס'העלפט? זייט ווען איז דעיס א נידון ביים מריה דיונה?

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 10:11 pm
דורך mevakesh
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דו פרעגסט צו ס'העלפט? זייט ווען איז דעיס א נידון ביים מריה דיונה?

איך פרעג נישט איך זאג
אגב וואס איז דאס נריה דיונה?

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 10:13 pm
דורך גר ותושב
mevakesh האט געשריבן:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דו פרעגסט צו ס'העלפט? זייט ווען איז דעיס א נידון ביים מריה דיונה?

איך פרעג נישט איך זאג
אגב וואס איז דאס נריה דיונה?

לכאורה די טוויטער פייגעלע

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 4:11 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דוכט זיך די נידון פאר׳ן קאורט איז צו דער פרעזידענט האט סיי וועלכע פליכטען און אפהאלטונגען ביים פארארדנען אזעלכע טריטען. טאמער נישט, האט דער געריכט נישט וואס אריינצורעדען. יעצט וטאס ס׳איז באשטעטיגט אז ס׳איז מעגליך אז מ׳זאל אפהאלטען דער פרעזידענט, דארף מען ווייטער משפט׳ן צו דער פארלאנג איז א געזעצליכע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 9:15 am
דורך החוקר
איך בין שטארק צומישט, אפשר קען מיר איינער פון די טראמפ שטיצער העלפן.

טראפ האט דאך געשריבן די עקזעקיוטיווע ארדער פאר איין, און ממש נאר איין סיבה "נאציאנאלע זיכערהייט", אויב אזוי איז עס נישט מער שכל'דיג עס צו איבערארבייטן אז עס זאל צופרידנשטעלן די קאורט, ווי איידער זיך שלאגן פאר חדשים אין געריכט. ביני לביני קענען דאך טעראריסטן אריינקומען, און אנזייען כאאס.

נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 10:11 am
דורך [NAMELESS]
מיך גייט דער גאנצע זאך אן אין די לינקע פיאה. יעדער גוי איז בחזקת טעראריסט.

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 10:20 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בן אדם האט געשריבן:מיך גייט דער גאנצע זאך אן אין די לינקע פיאה. יעדער גוי איז בחזקת טעראריסט.

וואס עפעס יעדער גוי? יעדער איד אויך? יעדער מענטש איז בחזקת טעראריסט
#deathtohumans

וואס עפעס מענטש? יעדער בעל חי איז בחזקת טעראריסט.
#deathtoallcarbonbasedlifeforms

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 10:35 am
דורך [NAMELESS]
און די מלאכים אויך

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 10:35 am
דורך החוקר
וואס עפעס בעל חי? יעדע ארגאניזם איז בחזקת טעראריסט

#מבול2017

אוי גאט האט שוין געשוואוירען דערקעגן.

נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 11:20 am
דורך אישתישבי
[youtube]https://youtu.be/EFDeIDU__C4[/youtube]

נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 11:24 am
דורך שבת אחים
טראמפּ אהער טראמפּ אהין... סוריא פליטים קומען אריין קיין אמעריקע נאך די געריכט האט צייטווייליג אפגעווארפן די ״טראמפּ-אנשיקענש״, האלטענדיג א אמעריקאנע פענדל. לאנג לעבן זאל די רעוועלאציע!!!. טראמפּ זאל צוריקגיין צו זיינע אינטערערדישע קאסינאוס און גניבות וואס ער האט געטוהן די לעצטע זיבעציג יאר!
בילד

נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 11:41 am
דורך שבת אחים
בן אדם האט געשריבן:מיך גייט דער גאנצע זאך אן אין די לינקע פיאה. יעדער גוי איז בחזקת טעראריסט.


און יעדע איד בחזקת גנב?

נשלח: מוצ"ש פעברואר 11, 2017 11:42 pm
דורך איסר האטלקי
שבת אחים האט געשריבן:טראמפּ אהער טראמפּ אהין... סוריא פליטים קומען אריין קיין אמעריקע נאך די געריכט האט צייטווייליג אפגעווארפן די ״טראמפּ-אנשיקענש״, האלטענדיג א אמעריקאנע פענדל. לאנג לעבן זאל די רעוועלאציע!!!. טראמפּ זאל צוריקגיין צו זיינע אינטערערדישע קאסינאוס און גניבות וואס ער האט געטוהן די לעצטע זיבעציג יאר!
בילד

טראמפ וועט גאנץ שנעל גיין אין די ערד,אויב אזעלכע 'אנשיקענישן' וועלכע אפרגעווארפן ווערן, אבער אינאיינעם מיט מיר און דיר, ה"י.

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 2:50 pm
דורך גאנצל
החוקר האט געשריבן:איך בין שטארק צומישט, אפשר קען מיר איינער פון די טראמפ שטיצער העלפן.

טראפ האט דאך געשריבן די עקזעקיוטיווע ארדער פאר איין, און ממש נאר איין סיבה "נאציאנאלע זיכערהייט", אויב אזוי איז עס נישט מער שכל'דיג עס צו איבערארבייטן אז עס זאל צופרידנשטעלן די קאורט, ווי איידער זיך שלאגן פאר חדשים אין געריכט. ביני לביני קענען דאך טעראריסטן אריינקומען, און אנזייען כאאס.


דאס איז טאקע וואס דער פרעזידענט פלאנט צו טאן

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 4:05 pm
דורך גר ותושב
גאנצל האט געשריבן:
החוקר האט געשריבן:איך בין שטארק צומישט, אפשר קען מיר איינער פון די טראמפ שטיצער העלפן.

טראפ האט דאך געשריבן די עקזעקיוטיווע ארדער פאר איין, און ממש נאר איין סיבה "נאציאנאלע זיכערהייט", אויב אזוי איז עס נישט מער שכל'דיג עס צו איבערארבייטן אז עס זאל צופרידנשטעלן די קאורט, ווי איידער זיך שלאגן פאר חדשים אין געריכט. ביני לביני קענען דאך טעראריסטן אריינקומען, און אנזייען כאאס.


דאס איז טאקע וואס דער פרעזידענט פלאנט צו טאן

אדער יא אדער נישט אבער אפילו יא ווי איז די היסטעריע אז אין א יעדע מינוט קען חס ושלום אריין קומען א טעראריסט אויף וועים ווארט ער די bad people שטראמען דאך אריין און די מאסן.

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 4:22 pm
דורך גאנצל
די שכל ביי די דעמאקראטן וואקסט צוריקוועגס טאקע אדורכגעטראכטע קשיא

אינטערסאנט ווי זוי אזא ארכי דיקטעיטער מענטש ווי טראמפ פאלגט די קארט בכלל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 5:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טראמפ דארף נישט פאלגען. דער וואס זיצט אין לופטפעלד דארף פאלגען.

ער וואלט געוואלט זיין דיקטאטור, און ער גייט נאך היבש חרוב מאכען פאר דער פלאן, אבער דיקטאטור וועט ער נישט ווערען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 5:37 pm
דורך גר ותושב
גאנצל האט געשריבן:די שכל ביי די דעמאקראטן וואקסט צוריקוועגס טאקע אדורכגעטראכטע קשיא

אינטערסאנט ווי זוי אזא ארכי דיקטעיטער מענטש ווי טראמפ פאלגט די קארט בכלל

האסט גענטפערט שלא מן הענין איך גלייב אז די ווייסט דאס.

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 5:42 pm
דורך גאנצל
גיי נאכאמאל איבער שטייטלעך דיין קשיא ?