בלאט 9 פון 16

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:34 am
דורך אישתישבי
איך אויך האט געשריבן:ניין.ער איז א איידעלע נשמה. פארען חטא פון איבערלאזן די קולט האט זיין אייגענע טאטע ארז ימש''ו עם געהייסן מאכן א קאליקע און לייידער צוגענומען די ווייב און קינדער כדרכו.


גראדע האט ער ממש לעצטנס געווינען אין געריכט קעגען זיין ווייב בנוגע די קינדער.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:11 am
דורך שושן פורים
פורים קטן האט געשריבן:אינטערעסאנט צו טראכטן, וואס פארציילט דער זוהן, ביי זיין דרשה ביי די שלשים סעודה?
די מדריגות פון זיין טאטע? זיין מסירות נפש?
וואס קען ער רעדן פון אים????

גראדע האלט ער עולמות פון זיין טאטע

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:15 am
דורך שושן פורים
ק/פ

מדברי ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא

"ער האט אסאך אויפגעטאן, אריינגעברענגט יראת שמים אין אסאך מענטשן"

עוד מדבריו

...שטייט יסורים ממרקין, שטייט אויך אז לשון הרע נעמט אוועק עוונות, איז אזא איד וואס מען האט שוין אזוי סאך צוזאמגערעדט אויף איהם, זאכן וואס איך אליינס קען מעיד זיין אז עס איז נישט געשטויגן נישט געפלויגן איז דאך אוודאי אז אויב האט ער נאך געהאט עפעס אויף זיך איז ער דאס אויך אפגעקומען.

זאל ער זיין א מליץ יושר פאר רבי נתן און פאר אלע קינדער און אלע אידן.

איך האב גערעדט מיט א חבר וועלכע האט זיך באטייליגט ביים שלושים סעודה און ער האט מיר קאנפירמירט אז רב וואזנער האט דאס געזאגט דארט

Re: ברעיקינג; הרב שלמה העלבראנץ אומגעקומען

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 3:39 am
דורך אלטער_איד
שושן פורים האט געשריבן:ק/פ

מדברי ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא

"ער האט אסאך אויפגעטאן, אריינגעברענגט יראת שמים אין אסאך מענטשן"

עוד מדבריו

...שטייט יסורים ממרקין, שטייט אויך אז לשון הרע נעמט אוועק עוונות, איז אזא איד וואס מען האט שוין אזוי סאך צוזאמגערעדט אויף איהם, זאכן וואס איך אליינס קען מעיד זיין אז עס איז נישט געשטויגן נישט געפלויגן איז דאך אוודאי אז אויב האט ער נאך געהאט עפעס אויף זיך איז ער דאס אויך אפגעקומען.

זאל ער זיין א מליץ יושר פאר רבי נתן און פאר אלע קינדער און אלע אידן.

איך האב גערעדט מיט א חבר וועלכע האט זיך באטייליגט ביים שלושים סעודה און ער האט מיר קאנפירמירט אז רב וואזנער האט דאס געזאגט דארט
טייערע אידן אין טאהש זענען אנגעקומען 3 קינדער פון לב טהור. וואס מען האט זיי געדארפט. און פארציילן שרעקעדיגע זאכןhttp://www.bhol.co.il/news/948278
https://twitter.com/levthaor?s=08
https://goo.gl/peimWU

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk

די מצב איז זייער שרעקליך. און איהר קענט העלפן

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2018 2:08 am
דורך אלטער_איד
https://www.charidy.com/rescuethechildren
ביטע ליינט א באשרייבונג פון די לעצטע געשענישן

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2018 4:14 pm
דורך חכמת שלמה
טייערע אידן, רבותי...

דער מצב שרייעט ארויס פון זיך געוואלד. ס'איז נישט קיין צייט צו שווייגן. א גאנצע קהילה בישראל געפינט זיך במצוקה, על סף של כליון חס-ושלום, מען טאר זיי נישט לאזן אונטערגיין, מען מוז זיי העלפן.

צי דען, ווייל עטליכע בחורים וואס האבן זיך נישט געפינען דאס פלאץ דארט, קומען צו גיין און אנטלויפן פון דארט, מעג מען זיי אויסצאפן דאס בלוט? - איז ריכטיג צו מגזם זיין און אויפבלאזן מעשיות וואס האבן קיינמאל נישט פאסירט, בלויז צוליב נצחון? - היה לא תהיה.

רבותי, טייערע אידן. זייט די ביטערע פטירה פון דער רבי זצוק"ל תמ"ל, איז דער מצב דא ש-ר-ע-ק-ל-י-ך! - איך וועט נישט גלייבן אז היינטיגע טעג קען מען נאך הונגערן אויף א שטיקל ברויט אזוי ווי אין דער מיטל אלטער... ילדים שואגים לטרף, אימותיהם בצער תבכנה... ווי אזוי קענט איר שטיין גלייכגילטיג?!

דער מצב דא איז צופארן, זאכן זענען אומ'מסודר, און מיר קוקן ארויס אויף אייער הילף.

אידן, האט רחמנות! - איר זיצט יעצט אין אמעריקע אין לוקסיעריעזע אפיסעס און שיינע הייזער, געקויפטע אדער געדינגענע, אבער אייערע ברידער אין די ווייטע גואטאמאלא זיצן בבתי יריעות און אונטער בלעכענע דעכער, אן די מינדענסטע באדינגונגען אין לעבן... נישטא די מינדנסטע מאס פריוואטקייט וואס פעלט אויס פאר אידישע משפחות על פי תורה, וד"ל. מ'קען זיך נישט קיין עצה געבן... מ'מוז עפעס טון זאפארט.

העלפט אייערע ברידער, אייגענע בלוט און פלייש.

שטעלט אייך פאר, איר קומט ארויף אויבן אין הימל, און איר ווילט מען זאל זיך באציען צו אייך במידת הרחמים והחסד. יא? - לב יודע יודע מרת נפשו, יעדער ווייסט די לעכער פון זיין נשמה. און איר ווילט אז דער בורא עולם מיט דער בית-דין-של-מעלה, זאלן פארשטיין דעם יצר לב האדם רע מנעוריו, און זיך באציען צו אייך מיט חסדים גדולים. וועט מען אין הימל קוקן ווי אזוי איר האט זיך באצויגן צו אייערע ברידער, ווי אזוי איר האט זיי דן געווען בעת צר ומצוק, און לויט דעם וועט מען דן זיין דער מענטש - אזוי ווי דער פסוק זאגט 'ה' צילך' - דער אויבערשטער איז דיין שאטן.

רבותי, נעמט די פאר מינוט, שענקט אוועק אפאר דאלער פאר הונגעריגע קינדערליך מיט פרויען וואס דארפן עס וויכטיג האבן. העלפט אונזער קהילה זיך שטעלן אויף די פיס, מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין על טהרת הקודש.

ובזכות זה תבוא עליכם ברכת טוב.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2018 4:24 pm
דורך קאך_לעפל
מיר האבן א נדבן וואס איז זאפארט גרייט ארויסצוהעלפן מיט אלעם. אבער בלויז מיט צוויי תנאים:

די גאנצע ק''ק מוז זיך זאפארט אריבערציען קיין ניו יארק.
די צוויי פארברעכער העלבראנץ און ראזנער דארפן איינגעשפארט ווערן אין טורמע, פאר פארברעכן קעגען די מענטשהייט.

מ'דארף נאך אלס הילף דארט?

Re: ברעיקינג; הרב שלמה העלבראנץ אומגעקומען

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2018 7:33 pm
דורך אלטער_איד
וואס איז מיטן דאמפען א 12 יעריגע מיידעל אויף א ערעפלאן צו קאנאדא? אויך אנטלאפן? וואס איז מיטן צונעמן רעבעצין טעלער אירע קינדער און אהרן ארי קאלט איהר יעדן טאג אז מען שלאגט אים ער זאל צוריקימן? ןןאס איז מיטן רעיפן 12 יעריגע טעלער מיידעל מיט ראזנער? אליין גערעדט צו רעבעצין טעלער. וואס איז מיטן איהר לייגן אין חרם... רבותי שיקט נישט א פעמי. נחמן זיצט אויף געלט. און לאזט יעדער הינגערען
שיקט נאר געלט צו די לינק
https://www.charidy.com/rescuethechildren
און די עסקנים קומען ארויס מיט נעמען. באהאלטן זיך נישט.....

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 2:23 am
דורך דער שכן
חכמת שלמה האט געשריבן:טייערע אידן, רבותי...

דער מצב שרייעט ארויס פון זיך געוואלד. ס'איז נישט קיין צייט צו שווייגן. א גאנצע קהילה בישראל געפינט זיך במצוקה, על סף של כליון חס-ושלום, מען טאר זיי נישט לאזן אונטערגיין, מען מוז זיי העלפן.

צי דען, ווייל עטליכע בחורים וואס האבן זיך נישט געפינען דאס פלאץ דארט, קומען צו גיין און אנטלויפן פון דארט, מעג מען זיי אויסצאפן דאס בלוט? - איז ריכטיג צו מגזם זיין און אויפבלאזן מעשיות וואס האבן קיינמאל נישט פאסירט, בלויז צוליב נצחון? - היה לא תהיה.

רבותי, טייערע אידן. זייט די ביטערע פטירה פון דער רבי זצוק"ל תמ"ל, איז דער מצב דא ש-ר-ע-ק-ל-י-ך! - איך וועט נישט גלייבן אז היינטיגע טעג קען מען נאך הונגערן אויף א שטיקל ברויט אזוי ווי אין דער מיטל אלטער... ילדים שואגים לטרף, אימותיהם בצער תבכנה... ווי אזוי קענט איר שטיין גלייכגילטיג?!

דער מצב דא איז צופארן, זאכן זענען אומ'מסודר, און מיר קוקן ארויס אויף אייער הילף.

אידן, האט רחמנות! - איר זיצט יעצט אין אמעריקע אין לוקסיעריעזע אפיסעס און שיינע הייזער, געקויפטע אדער געדינגענע, אבער אייערע ברידער אין די ווייטע גואטאמאלא זיצן בבתי יריעות און אונטער בלעכענע דעכער, אן די מינדענסטע באדינגונגען אין לעבן... נישטא די מינדנסטע מאס פריוואטקייט וואס פעלט אויס פאר אידישע משפחות על פי תורה, וד"ל. מ'קען זיך נישט קיין עצה געבן... מ'מוז עפעס טון זאפארט.

העלפט אייערע ברידער, אייגענע בלוט און פלייש.

שטעלט אייך פאר, איר קומט ארויף אויבן אין הימל, און איר ווילט מען זאל זיך באציען צו אייך במידת הרחמים והחסד. יא? - לב יודע יודע מרת נפשו, יעדער ווייסט די לעכער פון זיין נשמה. און איר ווילט אז דער בורא עולם מיט דער בית-דין-של-מעלה, זאלן פארשטיין דעם יצר לב האדם רע מנעוריו, און זיך באציען צו אייך מיט חסדים גדולים. וועט מען אין הימל קוקן ווי אזוי איר האט זיך באצויגן צו אייערע ברידער, ווי אזוי איר האט זיי דן געווען בעת צר ומצוק, און לויט דעם וועט מען דן זיין דער מענטש - אזוי ווי דער פסוק זאגט 'ה' צילך' - דער אויבערשטער איז דיין שאטן.

רבותי, נעמט די פאר מינוט, שענקט אוועק אפאר דאלער פאר הונגעריגע קינדערליך מיט פרויען וואס דארפן עס וויכטיג האבן. העלפט אונזער קהילה זיך שטעלן אויף די פיס, מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין על טהרת הקודש.

ובזכות זה תבוא עליכם ברכת טוב.


געוואלדיג! שקויעך אז איר האט דאס קאנפירמד! ״בבתי יריעות און אונטער בלעכענע דעכער, אן די מינדענסטע באדינגונגען אין לעבן״.. ווער האט ענק געבעטן?! קומטס צוריק דא און גיבט אויף אייער דיקטאַטאָרשיפּ!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 2:28 am
דורך [NAMELESS]
[tag]חכמת שלמה[/tag] יעדעס מאל ענקערע קרימינאלער אקטן שווימען ארויף, דערמאנסטו זיך פון דיין פארשימלטן ניק.
און וועמען מיינסטו די פאפסט? ס'איז קלאר אז די אביוז ביי ענק איז געפערליך, און אז דאס געלט קומט נישט אן, דארט ווי עס דארף צו גיין.
יא, נישט לאזן א 12 יעריג מיידל אננעמען דיין וואזנערס פסק איז רשעות און בכלל נישט אידישלעך, און אויב דו ביסט נישט מסכים, מיז זיין אז אויך דו ביסט א געפערליכע אביוזער.
אויסער אפאר ציין בערשטלעך און טעמפאנס, פעלט גארנישט אויס צו שיקן.
אוואקאדא האבן ענק גענוג.

Re: ברעיקינג; הרב שלמה העלבראנץ אומגעקומען

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 2:51 am
דורך אלטער_איד
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:[tag]חכמת שלמה[/tag] יעדעס מאל ענקערע קרימינאלער אקטן שווימען ארויף, דערמאנסטו זיך פון דיין פארשימלטן ניק.
און וועמען מיינסטו די פאפסט? ס'איז קלאר אז די אביוז ביי ענק איז געפערליך, און אז דאס געלט קומט נישט אן, דארט ווי עס דארף צו גיין.
יא, נישט לאזן א 12 יעריג מיידל אננעמען דיין וואזנערס פסק איז רשעות און בכלל נישט אידישלעך, און אויב דו ביסט נישט מסכים, מיז זיין אז אויך דו ביסט א געפערליכע אביוזער.
אויסער אפאר ציין בערשטלעך און טעמפאנס, פעלט גארנישט אויס צו שיקן.
אוואקאדא האבן ענק גענוג.
זייער גוט געזאגט, זאג פאר ראזנער מיט גאלדמאן און די וויינגארטנס. סאיז שוין צייט צו אנערקענען אז די וועלט איז מער נישט גרייט צו שווייגן.. נחמן האט געמאכט א ביג מיסטעק יענע פרייטאג צו נאכטס פאר יום כיפור מיט דעם שידוך שפיל פארן ארויסווארפן ווי הינט די צוויי קינדער.... וואלטן ענק ווען נישט געשפילט רשעות מיט די קינדער און זייערע נייע פאסטער שטיבער, קען זיין אז עס וואלט זיך אינטערגעגליטשט.... אבער יעצט שלעפט זיך זיכער ראזנער די ציגעלע בארד, און טראכט ווי זיין חכמה וועט אים ווייטער טראגן....

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:07 am
דורך ראוונע
חכמת שלמה האט געשריבן:טייערע אידן, רבותי...

דער מצב שרייעט ארויס פון זיך געוואלד. ס'איז נישט קיין צייט צו שווייגן. א גאנצע קהילה בישראל געפינט זיך במצוקה, על סף של כליון חס-ושלום, מען טאר זיי נישט לאזן אונטערגיין, מען מוז זיי העלפן.

צי דען, ווייל עטליכע בחורים וואס האבן זיך נישט געפינען דאס פלאץ דארט, קומען צו גיין און אנטלויפן פון דארט, מעג מען זיי אויסצאפן דאס בלוט? - איז ריכטיג צו מגזם זיין און אויפבלאזן מעשיות וואס האבן קיינמאל נישט פאסירט, בלויז צוליב נצחון? - היה לא תהיה.

רבותי, טייערע אידן. זייט די ביטערע פטירה פון דער רבי זצוק"ל תמ"ל, איז דער מצב דא ש-ר-ע-ק-ל-י-ך! - איך וועט נישט גלייבן אז היינטיגע טעג קען מען נאך הונגערן אויף א שטיקל ברויט אזוי ווי אין דער מיטל אלטער... ילדים שואגים לטרף, אימותיהם בצער תבכנה... ווי אזוי קענט איר שטיין גלייכגילטיג?!

דער מצב דא איז צופארן, זאכן זענען אומ'מסודר, און מיר קוקן ארויס אויף אייער הילף.

אידן, האט רחמנות! - איר זיצט יעצט אין אמעריקע אין לוקסיעריעזע אפיסעס און שיינע הייזער, געקויפטע אדער געדינגענע, אבער אייערע ברידער אין די ווייטע גואטאמאלא זיצן בבתי יריעות און אונטער בלעכענע דעכער, אן די מינדענסטע באדינגונגען אין לעבן... נישטא די מינדנסטע מאס פריוואטקייט וואס פעלט אויס פאר אידישע משפחות על פי תורה, וד"ל. מ'קען זיך נישט קיין עצה געבן... מ'מוז עפעס טון זאפארט.

העלפט אייערע ברידער, אייגענע בלוט און פלייש.

שטעלט אייך פאר, איר קומט ארויף אויבן אין הימל, און איר ווילט מען זאל זיך באציען צו אייך במידת הרחמים והחסד. יא? - לב יודע יודע מרת נפשו, יעדער ווייסט די לעכער פון זיין נשמה. און איר ווילט אז דער בורא עולם מיט דער בית-דין-של-מעלה, זאלן פארשטיין דעם יצר לב האדם רע מנעוריו,ער און זיך באציען צו אייך מיט חסדים גדולים. וועט מען אין הימל קוקן ווי אזוי איר האט זיך באצויגן צו אייערע ברידער, ווי אזוי איר האט זיי דן געווען בעת צר ומצוק, און לויט דעם וועט מען דן זיין דער מענטש - אזוי ווי דער פסוק זאגט 'ה' צילך' - דער אויבערשטער איז דיין שאטן.

רבותי, נעמט די פאר מינוט, שענקט אוועק אפאר דאלער פאר הונגעריגע קינדערליך מיט פרויען וואס דארפן עס וויכטיג האבן. העלפט אונזער קהילה זיך שטעלן אויף די פיס, מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין על טהרת הקודש.

ובזכות זה תבוא עליכם ברכת טוב.

קיינער האט ענק נישט געצווינגען צו איבער לאזן אמעריקע אין די ציוויליזירטע געזעלשאפט אין אנטלויפען ערגעץ בארץ לא זרועה

מען הונגערט דארט? הייב דיך אויף אין טראג אפ פון דארט

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:40 am
דורך דער שכן
ראוונע האט געשריבן:קיינער האט ענק נישט געצווינגען צו איבער לאזן אמעריקע אין די ציוויליזירטע געזעלשאפט אין אנטלויפען ערגעץ בארץ לא זרועה

מען הונגערט דארט? הייב דיך אויף אין טראג אפ פון דארט


פראבלעם איז אז אויב קומען זיי צוריק זענען זיי אין גרויסע צרות. זיי די פארפאלגער זענען אין א פאסטקע. זיי וועלען ליבערשט שטארבן ווי די הונט דארט אוואו זיי זענען, ווי איידער צוריק צוקומען צו נארמאלע ציוויליזאציע.
זיי קענען נישט דארט בלייבן אליינס, זיי וועלן דאך דאַנסמאָל זיין די חוֹזיקס פון די וועלט, דעריבער מאכן זיי זיכער אז די אנשים און די אומשולדיגע נשים וטף בלייבן דארט אלטץ יאָמען שיעלדס!

דאס אכזריות דארט איז אומבאשרייבליך.

וואו זענען די ראשי גולת אריא-ל און די רשכבהאגס?! הצלת ילדי רוסיא, איראנער, צרפת ועוד ועוד?!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 12:31 pm
דורך דאכצעכמער
ברוך השם די דיינים פון קאנאדע האבן שוין געשריבן מען זאל העלפן די דעפעקטירטע פון לב טהור

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 12:34 pm
דורך דאכצעכמער
ר' משה מנחם און ר' יוחנן וואזנער שרייבן אויך

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 2:45 pm
דורך חכמת שלמה
שאלה לי עליכם לשאול חברים יקרים הי"ו.

אן אריינצוגיין אין וויכוחים ושיטות וכדומה.

אויב איז דא אן ארדער אויף מיין קינד, נאך זייענדיג מיט מיין פאמיליע וואויענדיג אין קאנאדע, אז מען דארף אים אוועקנעמען פון אונטער מיינע הענט און אים ערציען אונטער פרעמדע הענט. נעמט איר זיך אונטער, אז טאמער איך קום צוריק קיין קאנאדע, זאלן מיינע קינדער פאבלייבן ביי מיר, איך זאל קענען לעבן און זיין כאחד מן החבורה, געהעריג מיט יעדן, אדער דאס האלטן ענק נישט ביים טון, נאר שרייען און שימפן, זיכער מאכן אז מיר קענען נישט צוריקקומען, מיט דעם רבי'ן תמ"ל, דיין ראזנער מיט הרב טעללער, אדער אן זיי. טאמער איך קום צוריק אלס יחיד, אדער אינאיינעם מיט עטליכע מענטשן, זענט איר גרייט צו נעמען אויף זיך דאס מסדר צו זיין אדער נישט.

שאלת תם.

Re: ברעיקינג; הרב שלמה העלבראנץ אומגעקומען

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 2:59 pm
דורך אלטער_איד
אייזיק ווייס וואס ארבעט מיט די יוט פראטעקשן געט א גאראנטי פאר יעדן וואס קומט צוריק. אז מען וועט נישט צונעמען קיין קינדער אויב 1 די עלטערן האבן א נארמאלע סעיף הויז פאר די קינדער 2 די קינדער זענען געזונט, דאס הייסט זיי עסען גענוג געזינטע עסען 3 זיי גייען און א נארמאלע מוסד אדער ווערן היים סקולד אזוי ווי סאטמאר אדער טאהש

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:01 pm
דורך חכמת שלמה
אלעס קען איך צושטעלן ביז א נארמאלער הויז... אדרבה! - געבט מיר א נארמאלער הויז... אפשר ביז אפאר יאר, איך וועל האבן געלט, וועל איך קענען קויפן א הויז.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:04 pm
דורך רביה''ק זי''ע
הרב חכמת שלמה: וואס איז דיר וויכטיגער, דאס וואוילזיין פון דיינע קינדער, אדער אז זיי זאלן בלייבן ביי דיר?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:05 pm
דורך חכמת שלמה
רביה"?:

ווען די שאלה איז ביי דיר, וואס וואלסטו געענטפערט, וואס איז פאר דיר וויכטיגער, דאס וואוילזיין פון דיינע קינדער אדער אז זיי זאלן זיין ביי דיר? - ענטפער קלאר און דייטלעך, אן דרייען מיטן צינג.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:06 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די ערשטע

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:14 pm
דורך חכמת שלמה
סא, אויב לאמיר זאגן, דו האסט נאכנישט קיין אייגענע הויז, דו דינגסט א דירה. און ס'קומט דיר איינער זאגן אז פאר די וואוילזיין פון דיינע קינדער מיסטו האבן א אייגענע הויז, און טאמער נישט, וועט מען אוועקנעמען די קינדער.

וועט דיין תשובה זיין: "נעם אוועק מיינע קינדער, איך האב נישט קיין אייגענע הויז."

איז דאס ריכטיג?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:16 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ניין.