פאר הדור האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:"דעם ירושלימ'ער רב הגה"ק ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצוק"ל האבן - ווי באקאנט -חרדי'שע אידן אויפגענומען בעל כרחו כדי ער זאל שטיין און פירן די מלחמת ה' קעגן די פושעים, נאכדעם וואס די ציונים האבן געקרוינט אין ירושלים אלס רב הראשי דעם באקאנטן הרב קוק, וועלכער איז געווען א דורכגעפאלענער עילו וואס האט ליידער מפיץ געווען דעות כוזבות און אפיקורסות געמישט מיט חסידות און קבלה. -- רבי יוסף חיים האט בענוות קדשו כסדר געזאגט אז זיין (מיינענדיג 'זיך') רבנות איז אן ארויפגעצווינגענע זאך ממילא איז ער נאר א "פורים רב".
ווען מ'האט אים אמאל געפרעגט די כוונה דערפון האט ער געענטפערט: ס'איז דאך א מנהג ישראל אז פורים קרוינט מען איינעם אלס רב אלס חשש טאמער דער (עכטער) רב וועט מקיים זיין מצות היום, זיך אנטרינקן און טועה זיין מיט'ן דין, וועט נישט זיין קיין מורה הורה אין שטאט; ביי מיר אין ירושלים איז אויך אזוי. דער רב (רב קוק) איז א צומישטער מבולבל האט מען מיך צייטווייליג געקרוינט פאר רב...
יידל האט געשריבן:אינטערעסאנט... איך האב אלץ געמיינט אז הרב זאנענפעלד האט קיינמאל נישט אנערקענט אין די רבנות פון הרב קוק.
1. בעיני כלל קהילת ירושלים וגדולי ישראל מרן הגאון הרב קוק זצוק"ל היה רבה של ירושלים ולא הרב זוננפלד שהיה למעשה רבה של "העדה החרדית" בלבד כשהיא הוקמה לאחר שמיעוט מהאשכנזים לא קיבל את בחירת הרב קוק לרבה האשכנזי הראשי של ירושלים.
2. גם כלל גדולי היהדות החרדית התייחסו לרב קוק כקדוש, ציס"ע וגאון אדיר בכל חדרי התורה על אף המחלוקת ההשקפתית החריפה ובה גם מגדולי "העדה החרדית" ותומכיה, כולל הגריח"ז שבכל מפגש ביניהם ברחוב או באירוע דיבר עם הרב קוק באהבה ואחווה כמו אין כל מחלוקת ביניהם.
3. היו גם גדולי עולם רבים שאף תמכו בדרכו של הרב קוק ולא ראו בה אפיקורסות ובלבול אלא הדרך התורנית היהודית הצרופה.
על כל אלו ראה כאן:
http://www.hydepark.co.il/forum.asp?forum_id=21099
די אמת איז אז עס זענען געווען צוויי אידן מיטן נאמען רבי יוסף חיים זאנענפעלד אין ירושלים:
איינער איז רבי יוסף חיים זאנענפעלד, גאר א קלוגער און ווארעמער רב פון ירושלים, ממייסדי וועד העיר העדה החרדית, ובעל מחבר שלמת חיים. וואס איז טאקע געווען פון די חובבי ציון, און א גאר גרויסער אוהב ישראל, אבער לעומת זה א קנאישער איד און א גרויסער מנהיג. ער איז דער זיידע פון משפחת זאנענפעלד און זיין אייניקל הרב שלמה זלמן זאנענפעלד האט געשריבן זיינע ביכער "האיש על החומה". ער האט געפירט א מערכה אז רב קוק זאל נישט האבן קיין השפעה אינעם היימישן ירושלים, צוליב הרב קוק'ס שטעלונגען לגבי ציונות און לגבי התרחקות מרשעים. אבער לעומת זה האט ער שטארק מכבד געווען הרב קוק'ן פערזענליך און געזאגט אויף אים שיינע הגדרות.
דער צווייטער רבי יוסף חיים איז פון די מייסדי הבית דין הגדול שבירושלים, ער האט געזאגט פוי, ימח שמו און דעמ איט אויף הרב קוק, ער איז דער פארגייער פון די נטורי קרתא, און זיינע דעות און תולדות ווערט שטענדיג באשריבן אין דער איד. אלע הפגנות אין ירושלים זענען על פי דרכו ורוחו.
היסטאריקער וואס פארשן די תולדות זאגן אז אויסער די נעמען, געבורטס-דאטומען, פרצופים און יום פטירה האבן די צוויי מענטשן קיין שייכות נישט