נקודת-אמת האט געשריבן:וחלופיהן האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:וחלופיהן האט געשריבן:איך האב געמאכט א זוך דער ווארט 'מורדים' און איך זע עס איז קיין איינמאל נישט דערמאנט זייט ר' מאטעלע איז אוועק.
אחרי מות קדושים אמור...?
וואס האט ער געהאט צוטוהן מיט די מרידה? די מרידה איז פארגעקומען אין בני ברק אין שיכון וויזניץ. ר׳ מאטעלע האט געוואוינט אין אמעריקע. די איינציגסטע זאך וואס ער האט געהאט צוטוהן מיט די מרידה איז געוועהן אז עטליכע פון די וויזניצע-מורדים זענען געווארן זיינע חסידים נאכן טאטענס פטירה. ער האט פארלאנגט אז זיי זאלן זיך קודם איבערבעטן און מפייס זיין דעם ברודער. דאס אלעס וואס איך האב געהערט.
פון וואס איך האב געהערט איז א חלק (דער עיקר?) פון דער מרידה געווען איבער אזוי גערופענע מאדערנקייטן ביים רביצן פור ר' חיים מאיר'ל. ר' מאטעלע האט טאקע געוווינט אין אמעריקע אבער ער האט מקרב געווען די מורדים על אפו וחמתו פון זיין פאטער.
באזונדער, איך מיין אז ער האט נאך געגעבן פאר זיין ברודער און זיך גערופן אפיציעל "וויזניץ מאנסי" א היפשע פאר יאר נאך ווערן רבי און זיך ציען קיין מאנסי.
ס'דא אין דיין תגובה אזויפיהל טעותים ועם-הארץ'ות אין מושגי ויז'ניץ, וואס איך ווייס נישט פון וואו אן-צו-הייבן,
סאו,
ווער וויל איהם איבערצייגן איבער די פאקטן?
ת.ע.ב.
1)דו ביסט דער גרעסטער עם הארץ אין מושגי ויז'ניץ! די מרידה האט גארנישט געהאט צוטוהן מיט ר׳ חיים מאירל און זיין רביצין נאר מיט ר׳ מוישעלע און זיין רביצין. איך האב צוויי פעטערס פון די מורדים. איך בין אויפגעוואקסן מיט די פאליטיק. דו ווייסט נישט וואס טוט זיך.
נאך מעהר. רובא דרובא פון מורדים זענען געבליבן חסידים פון ר׳ חיים מאירל אויף אייביג.
2)ר׳ מאטעלע האט קיינעם נישט מקרב געוועהן פון די מורדים...
3)ר׳ מאטעלע האט זיך קיינמאל נישט גערופן וויזניץ-מאנסי. ער האט געוואלט זיך רופן מאנסי אליינס שוין אסאך יאהרן נאך זיין טאטע איז אוועק.זיינע חסידים האבן אים איבערגערעדט אז ס׳נישט קיין גיטע איינפאל היות סאיז דא גענוג און נאך מענטשען אין מאנסי וואס האבן גארנישט מיט וויזניץ.