בלאט 9 פון 14

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 1:18 pm
דורך קומזיץ
יעקב מענטש האט געשריבן:@סמבטיון

ביזט געווען ביי די רעבעצינ'ס טיש אויך?

פון וועלכע טיש רעדט מען ?

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 1:20 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קומזיץ האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:@סמבטיון

ביזט געווען ביי די רעבעצינ'ס טיש אויך?

פון וועלכע טיש רעדט מען ?

https://www.youtube.com/watch?v=TpVWMZxdfZo

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 1:33 pm
דורך קומזיץ
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קומזיץ האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:@סמבטיון

ביזט געווען ביי די רעבעצינ'ס טיש אויך?

פון וועלכע טיש רעדט מען ?

https://www.youtube.com/watch?v=TpVWMZxdfZo


סאיז א אפיציעל טיש? ס'זעהט מיר אויס מער ווי א פריוואטע זאך ביי איינעם אינדערהיים

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 1:38 pm
דורך סמבטיון
ניין ר' יעקב, איך בין נישט געווען, און קיין טיש איז עס אויך נישט געווען, זי איז געקומען מכיר טובה זיין משפחת גרינוואלד ווואס זיי האבן אהערגעשטעלט די לאגיסטישע חלק פינעם שבת, די אלע וואס זיצן ביים טיש זענען ברידערס פון משפחת גרינוואלד פון די מאנטריאלע מצה בעקעריי.

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 1:43 pm
דורך גאנצל
איך פארשטיי נישט פשט פון די סאטמורע בהמות פ"וו בלאזט מען אויף זאכן וואס עס איז שקר און בלאף און מ'פרעגט נאך יענעם מיט אזא טשעפע א מין סיקריקישע בהמישקייט

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 1:59 pm
דורך berlbalaguleh
גאנצל: ווייל זיי זענע יושבי חושך וצלמות. אומפארגינערס. און נאר וואס זיי טוען איז גוט און ריכטיג. און א צווייטער. א צווייט חסידות אדער רבי האט נישט קיין רעכט צו עקזיסטירן. איך ווייס נישט אין וועלכע שטאל זיי זענען אויפגעוואקסן. איך האב מתחילה אזוי פארשטאנען אז דאס איז פשט אין די קליפ. אפילו אן וויסנדיג די פרטים. ייש"כ...!

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 2:08 pm
דורך יעקב מענטש
סמבטיון האט געשריבן:ניין ר' יעקב, איך בין נישט געווען, און קיין טיש איז עס אויך נישט געווען, זי איז געקומען מכיר טובה זיין משפחת גרינוואלד ווואס זיי האבן אהערגעשטעלט די לאגיסטישע חלק פינעם שבת, די אלע וואס זיצן ביים טיש זענען ברידערס פון משפחת גרינוואלד פון די מאנטריאלע מצה בעקעריי.

א דאנק!

נישט געוואוסט.

די אפטיקס זענען נישט צו גוט, הקיצור ווען מ'לייגט עס אין קאנטעקסט מאכט עס סענס.

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 2:22 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך פארשטיי נישט, דו האסט געמיינט עפעס אנדערש? איך האב נישט געהאט קיין הו"א אנדערש. איך האב נישט געוואוסט די נעמען פון די מענטשען, אבער דאס איז געווען פשוט ביי מיר. איהר אנהייבען די זינגען איז געווען פאני, אבער נישט מער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 2:41 pm
דורך בן ישי
גאנצל האט געשריבן:רבותי נישט קיין שיינע זאך צו פארדרייען דעם אשכול איבער סיי וואס חוץ דעם שבת

היות איך האב אנגעהויבן מיט א זייטיגע קשיא בעט איך אז מ'זאל נישט פארדרייען דעם אשכול

אבער אז מ'רעדט שוין........איז אינטערסאנט אנצומערקן אז ביי יעדע גרויסע חסידות וואס די חסידים האבן א אמתע נאנטע קשר מיט זייער רבי'ן איז דוקא דער רבי נישט דער שמייכלדיגסטער מילד גערעדט אזוי זעיט מען ביי בעלזע וכן ראינו אצל ר' מאטעלע וויזניצער וכן ראינו ביי גור און אזוי אויך אין סאטמאר הדבר הזה ווייזט איין זאך אז אמתע חסידות און נאנטע קשר מיט'ן רבין איז נישט קיין חיצונותדיגע ענינים דאס איז א לב טהורדיגע עכטע אמתע פניומותדיגע העכערע קשר וואויל זענען די וואס זענען עס זוכה צו שפירן

צוריק צום שבת

@סמבטיון חלק ב כחלק ראשון עכט שיין

ר' מאטעלע וויזניצער איז געווען מורא'דיג נאנט מיט זיינע חסידים זיי פלעגן אריין גיין אויף קוויטלעך לכה"פ איינמאל א חודש מ'פלעגט זיך דורכשמועסן מיט עם אלע פרייוואטע ענינים אין ער פלעגט יא שמייכלען צו זיינע חסידים אין גלעטן מיט א ליבשאפט. ער איז געווען ווי א טאטע צו זיינע חסידים.
בכלל נישט קיין פארגלייך צו די אנדערע וואס די רעכנסט אויס.
(אין איך וויל נאכאמאל קלארשטעלן אז איך מאך נישט אוועק קיינעם, יעדער האט זייער דרך וויאזוי זיי פוהרן)
אין גם אני מצטרף אז איך האב הנאה פון סמבטיון'ס שיינע באריכטן אין אנטשולדיגט אז איך האב אביסל פארדרייט די שמועס דא, אבער מיינען ווערטער דא באלאנגט נישט אין צימעס. (בה איך שרייבן נישט דארט בכלל)

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 2:53 pm
דורך גאנצל
פאר א נישט וויזניץ איד וואס איז קיינמאל געווען ביי אים האט ער אויסגעקוקט ווי א באגי מען

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 2:57 pm
דורך שבת אחים
איך האב געזעהן א קליפ ווי די בעלזער רביצין פירט א באטע ביי איינעם אינדערהיים מיט אזא דרייסיג יונגלעך. כ׳ווייס נישט וויאזוי מ׳לייגט עס ארויף דא אויף ק״ש פון וואטסאפפ. מ׳זינגט דארט צוויי ווינזיצער ניגונים. די וויזניצער מנחה ושמחה און ברוך אלקוני שבראנו לכבודו. און דער אינגערמאן זאגט דארט מ׳וועט זינגן די ניגון וואס די הייליגער רבי זצ״ל האט געזינגען שבועות (ס׳מוז לכאורה זיין אז ער מיינט איר טאטע ר׳ מוישלע, ווייל די ניגון איז נאך נישט געוועהן ביים בעלזער רב זצ״ל און ער האט אויך לכאורה נישט געזינגן קיין וויזנצער ניגונים) אלזא וואס איז פשט פונדעם. איך פרעג סתם פאר נייגעריגקייט איך שריי ענק נישט אן. איך האב עס געוויזן פאר מיין טאטע און מאמע. זיי האבן שטארק הנאה געהאט. מיינע עלטערן קענען איר פערזענליך פון יאהרן צוריק. זיי האבן נישט געקענט גלייבן אז פירט טיש פאר מענער און מאכט מיט די הענט (ווי ר׳ ישראלטשע און ווי איר טאטע)
און זאגט תורה. סאיז זייער אינטערסאנט געוועהן פאר זיי. מיין טאטע זאגט אז לויט בעלזער מסורה איז דער רביצין געוועהן פונקט ווי דער רב

די פאלגענדע קשיות האב איך. איך לאז ענק לאכן פון מיינע שווערע דאגות וואס איך טראג.

1)איז די מסיבה געוועהן פאר בעלזער אדער וויזניצער קינדער
2)וועלכע קינדער האבן געהאט די זכי׳ אריינצוגיין?
3)האט עס געקאסט געלט אריינצוגיין?
4)פארוואס האט מען נאר געזינגען צוויי ווינזיצער ניגונים און נישט קיין בעלזער?

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 2:58 pm
דורך שבת אחים
גאנצל האט געשריבן:פאר א נישט וויזניץ איד וואס איז קיינמאל געווען ביי אים האט ער אויסגעקוקט ווי א באגי מען


נישט ממש יעדער איינער. אבער כהער וואס דו זאגסט.

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 2:59 pm
דורך בן ישי
@LabinJoel
It's refreshing to see the beautiful development of putting a Rebitzin in center. Belzer Rebitzin with her leadership and influence is renewing a tradition of special צדקניות leaders, including the Rebitzin Malkah, the first Belzer Rebitzin and the satmar Rebitzin Alta Feiga A"H

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 3:01 pm
דורך יוסף יוזפא
שבת אחים האט געשריבן:די פאלגענדע קשיות האב איך. איך לאז ענק לאכן פון מיינע שווערע דאגות וואס איך טראג.

1)איז די מסיבה געוועהן פאר בעלזער אדער וויזניצער קינדער
2)וועלכע קינדער האבן געהאט די זכי׳ אריינצוגיין?
3)האט עס געקאסט געלט אריינצוגיין?
4)פארוואס האט מען נאר געזינגען צוויי ווינזיצער ניגונים?

1. פון די ויז'ניצע חיידער (מהרמ"מ).
2. קינדער פון געוויסע כיתות.
3. ניין.
4. איך ווייס נישט.
אגב עס איז און בית האכסניא פון די בעלזע רעבעצין.
אלע מענטשן דארט חוץ פון די גבאי זענען ויז'ניצער'ס און וואס מ'זאגט הייליגע רבי מיינט מען די ישועות משה.

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 3:07 pm
דורך איסר האטלקי
בן ישי האט געשריבן:@LabinJoel
It's refreshing to see the beautiful development of putting a Rebitzin in center. Belzer Rebitzin with her leadership and influence is renewing a tradition of special צדקניות leaders, including the Rebitzin Malkah, the first Belzer Rebitzin and the satmar Rebitzin Alta Feiga A"H

ליפא מיט לאבין זענען איינשטומיג אז עס איז א געוואלדיגע זאך. כה לחי בעלזער רעביצין!

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 3:12 pm
דורך יוסף יוזפא
שבת אחים האט געשריבן:און דער אינגערמאן זאגט דארט מ׳וועט זינגן די ניגון וואס די הייליגער רבי זצ״ל האט געזינגען שבועות (ס׳מוז לכאורה זיין אז ער מיינט איר טאטע ר׳ מוישלע, ווייל די ניגון איז נאך נישט געוועהן ביים בעלזער רב זצ״ל און ער האט אויך לכאורה נישט געזינגן קיין וויזנצער ניגונים)

אגב, לידיעתך די ניגון איז פונ'ם אהבת ישראל'ס צייטן!

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 4:11 pm
דורך איש חזון
תורה ומדע האט געשריבן:פון ערשט האנטיקער מקורות און פון אייגענעם איבערלעבעניש און אנאליזע איז ביי מיר קלאר אז בעלזער חסידים האבען גאר א טיעפער און שטארקער פערזענליכער רילעישינשיפ מיטן רב זאל מאריך ימים זיין. דער רב פארמאגט גאר א ווארימע הארץ מיט א טיעפע פארשטאנד צו מענשען. אויך האט ער אן עלוי׳שען זכרון און א פיעלפארביגע מח וועלכער קען שייכות האבען צום ברייטען ציבור עם כל צורותיהן. זיין 50 יאהר עקספיריענס אין רביסטעווע גיט איהם אן אויבערהאנט איבער אללע רביס און גדולי ישראל אין הנהגת הכלל והפרט אז ער היט זיך גאר גאר שטארק פון זיך אריינמישען אין ענייני הפרט וכדו׳ אדער הייסען זיינע חסידים זיך נוהג זיין זאכען וואס זיי האלטען ניט ביי דערביי.
א חלק פון זיין כח המושך איז זיין אמת׳דיקייט און שארפער צונג וועלכער איז שנעל, פלינק, און צום פאוינט, אז לפעמים נאך א פאהר מינוט וואס דער חסיד גייט אוועק פון א באגעגעניש מיטן רב נעמט איהם נאך צייט צו כאפען ס׳כוונה פונעם רב.
לייגט צו צו דעם זיין רבי׳שקייט אין זאגען תורה מיט א העכערקייט שוין איבער פופציק יאהר, דוגמת די של״ס תורה דעם שבת אין מונטריאול, אין וועלכער דער חסיד, אויב איז ער א שטיקעל בעל השגה, האט נישט געקענט נאר לעכצען אויפן לעת״ל׳דיקער געהויבענעם צייט, ווען עס וועט זיין א ריינער פיורער וועלט אהנע חטא און יצה״ר. א חלק פון די שעהנקייט איז טאקע דאס אז דער רב האט איינגעפיהרט אן הנהגה פון זיך נישט שרעקען פון די פאלשע קנאים און אונגארישער חסידים יוצאי וויליאמסבורג, און זאגט די תורה אויף א מייק נאכן זמן מיט ריזיקען סקרין אז יעדעס יונגעל זאל קענען זעהן און איינזאפען דאס קדושה פונעם טיש און די תורה.
א חסיד וועלכער איז געווען דערביי דערציילט מיר נעכטען אז בשעת ער האט געזעהן אויפן סקרין ס׳צורה פונעם רב ווען ער האט נאכגעזאגט דעם פסוק אין ירמי׳ י״ג ״כי כאשר ידבק האזור אל מתני איש כן הדבקתי אלי את כל בית ישראל ואת כל בית יהודה נאם ה׳ להיות לי לעם ולשם ולתהלה ולתפארת״ איז ער ארומגענומען געווארען מיט אן אויסטערלישען געפיעל פון אהבת הבורא אז ער איז ממש צוגאנען פון דביקות.
צו דעם אלעם קומט נאך צו דאס גאלדענע אויסגעטרויטענם מסורה פון בעלז מיט די הייליגע רביס און די געהויבענע יושבים וועלכער גייט שוין אהן פונעם שר שלום עד ימינו. בעלז האט א מסורה פון תורהדיגקייט, הלכה, מנהגים, תפילה, מעשיות, מופתים, גרונטליכע דברי תורה און מוסר, שארפקייט, ליבליכקייט. און אלץ אהן קבלה און זוהר, נאר מיט א גרונטליכקייט און צווי-פיס-אויף-די-ערד׳יגער צוגאנג צו תורה, יראה און חסידות.
א וואונדער אז די חסידים זענען גרייט אין פייער צו גיין פארן רבי׳ן?

שטארקע דיבורים.
דאס וואס דו שרייבסט ''אהן קבלה און זוהר'' מיינסטו אוודאי ''ברבים'' און ''אפן''.

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 5:01 pm
דורך קפה נמס
יוסף יוזפא האט געשריבן:ה. נאכאמאל, אפשר פאר דיר איז דאס א גלויבינג, פאר יעדע בעלזע חסיד איז דאס נישט קיין אמונה, נאר א ידיעה, מען זעהט עס בחוש און מען קען זיך נישט לייקענען צו דעהם, מען דארף נישט גלויבן ווייל יעדער זעהט מיט די פליישיגע אויגן.


אפשר קענסטו ארויסשרייבן וואס מען זעהט.
ווען עס וואלט געווען א גלויבונג וואלט איך פארשטאנען אז עס איז שווער צו מסביר זיין. אבער היות מ'רעדט פון זאכן וואס מ'זעהט בחוש מיט די פליישיגע אויגן, איז אפשר זאלט איר אביסל מיטטיילן דא פון אייער עקספיריענס.

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 5:19 pm
דורך אמת ויציב ונכון
גאנצל האט געשריבן:רבותי נישט קיין שיינע זאך צו פארדרייען דעם אשכול איבער סיי וואס חוץ דעם שבת

היות איך האב אנגעהויבן מיט א זייטיגע קשיא בעט איך אז מ'זאל נישט פארדרייען דעם אשכול

אבער אז מ'רעדט שוין........איז אינטערסאנט אנצומערקן אז ביי יעדע גרויסע חסידות וואס די חסידים האבן א אמתע נאנטע קשר מיט זייער רבי'ן איז דוקא דער רבי נישט דער שמייכלדיגסטער מילד גערעדט אזוי זעיט מען ביי בעלזע וכן ראינו אצל ר' מאטעלע וויזניצער וכן ראינו ביי גור און אזוי אויך אין סאטמאר הדבר הזה ווייזט איין זאך אז אמתע חסידות און נאנטע קשר מיט'ן רבין איז נישט קיין חיצונותדיגע ענינים דאס איז א לב טהורדיגע עכטע אמתע פניומותדיגע העכערע קשר וואויל זענען די וואס זענען עס זוכה צו שפירן

צוריק צום שבת

@סמבטיון חלק ב כחלק ראשון עכט שיין


בעלזא זעהט גראדע יא אויס ווי ער האט שטארק געפיל צו זיינע חסידים. און וויזניצע רבי זי"ע האט דירעקט יא גיהאט שטארק קשר מיט יעדן חסיד. גור ווייסעך נישט. און סאטמאר העסט גיין צד מהר"זל איז די רבי דירעקט א ווייעכע מענטש רעדט מיט יעדן חסיד מיט א נעימות..... צד מהר"א לאז איך איבער פאר דיר דן צו זיין. אבער קוקט נישט אויס ווי די האסט ארויס אינזערע מנהיגים......

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 5:25 pm
דורך תורה ומדע
איש חזון האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:פון ערשט האנטיקער מקורות און פון אייגענעם איבערלעבעניש און אנאליזע איז ביי מיר קלאר אז בעלזער חסידים האבען גאר א טיעפער און שטארקער פערזענליכער רילעישינשיפ מיטן רב זאל מאריך ימים זיין. דער רב פארמאגט גאר א ווארימע הארץ מיט א טיעפע פארשטאנד צו מענשען. אויך האט ער אן עלוי׳שען זכרון און א פיעלפארביגע מח וועלכער קען שייכות האבען צום ברייטען ציבור עם כל צורותיהן. זיין 50 יאהר עקספיריענס אין רביסטעווע גיט איהם אן אויבערהאנט איבער אללע רביס און גדולי ישראל אין הנהגת הכלל והפרט אז ער היט זיך גאר גאר שטארק פון זיך אריינמישען אין ענייני הפרט וכדו׳ אדער הייסען זיינע חסידים זיך נוהג זיין זאכען וואס זיי האלטען ניט ביי דערביי.
א חלק פון זיין כח המושך איז זיין אמת׳דיקייט און שארפער צונג וועלכער איז שנעל, פלינק, און צום פאוינט, אז לפעמים נאך א פאהר מינוט וואס דער חסיד גייט אוועק פון א באגעגעניש מיטן רב נעמט איהם נאך צייט צו כאפען ס׳כוונה פונעם רב.
לייגט צו צו דעם זיין רבי׳שקייט אין זאגען תורה מיט א העכערקייט שוין איבער פופציק יאהר, דוגמת די של״ס תורה דעם שבת אין מונטריאול, אין וועלכער דער חסיד, אויב איז ער א שטיקעל בעל השגה, האט נישט געקענט נאר לעכצען אויפן לעת״ל׳דיקער געהויבענעם צייט, ווען עס וועט זיין א ריינער פיורער וועלט אהנע חטא און יצה״ר. א חלק פון די שעהנקייט איז טאקע דאס אז דער רב האט איינגעפיהרט אן הנהגה פון זיך נישט שרעקען פון די פאלשע קנאים און אונגארישער חסידים יוצאי וויליאמסבורג, און זאגט די תורה אויף א מייק נאכן זמן מיט ריזיקען סקרין אז יעדעס יונגעל זאל קענען זעהן און איינזאפען דאס קדושה פונעם טיש און די תורה.
א חסיד וועלכער איז געווען דערביי דערציילט מיר נעכטען אז בשעת ער האט געזעהן אויפן סקרין ס׳צורה פונעם רב ווען ער האט נאכגעזאגט דעם פסוק אין ירמי׳ י״ג ״כי כאשר ידבק האזור אל מתני איש כן הדבקתי אלי את כל בית ישראל ואת כל בית יהודה נאם ה׳ להיות לי לעם ולשם ולתהלה ולתפארת״ איז ער ארומגענומען געווארען מיט אן אויסטערלישען געפיעל פון אהבת הבורא אז ער איז ממש צוגאנען פון דביקות.
צו דעם אלעם קומט נאך צו דאס גאלדענע אויסגעטרויטענם מסורה פון בעלז מיט די הייליגע רביס און די געהויבענע יושבים וועלכער גייט שוין אהן פונעם שר שלום עד ימינו. בעלז האט א מסורה פון תורהדיגקייט, הלכה, מנהגים, תפילה, מעשיות, מופתים, גרונטליכע דברי תורה און מוסר, שארפקייט, ליבליכקייט. און אלץ אהן קבלה און זוהר, נאר מיט א גרונטליכקייט און צווי-פיס-אויף-די-ערד׳יגער צוגאנג צו תורה, יראה און חסידות.
א וואונדער אז די חסידים זענען גרייט אין פייער צו גיין פארן רבי׳ן?

שטארקע דיבורים.
דאס וואס דו שרייבסט ''אהן קבלה און זוהר'' מיינסטו אוודאי ''ברבים'' און ''אפן''.

בעלזער חסידות איז אייגענארטיג אין דעם אז עס איז נישט געבויעט אויף קבלה ווי א שטייגער אין לובאוויטש, ראפשיץ, אדער זידיטשוב, נישט אויף מחקר און פילוסופי׳ ווי אין קאצק אדער אנדערע פולישע חסידיות, אדער אויף בלינדע אמונה ווי אין רוז׳ין, טשערנאביל, און קרלין. בעלזער חסידות (און בערך אזוי צאנז) איז ווארשיינליך געבויעט אויף גאליציאנער לומדות, מדרש, הלכה, און מצוות מעשיות ווי חסד, עסקנות, און מסירת נפש. אויסער אין די ד״ת פון דער ערשטער בעלזער רב איז כמעט ניטא בנמצא קיין זוהר אדער אנדערע ספרי- קבלה אין די דאקיומענטירטע בעלזער תורות. דאס אייגענארטיגקייט איז מסביר פארוואס רבנים מפורסמים, און אפילו אשכנזישע אונגארישע רבנים און סתם עמך אידען, האבען זיך געטראפען ס׳פלאץ אין בעלזא אנהייבענדיג פונעם מיטעלער רב ר׳ יושע זצ״ל. זיי רעכענען אריין דער בעל חבצלת השרון, דער קאשויער רב ר שאול בראך, דער בעל ערוגת הבשם ובניו, ועוד ועוד. די יושבים האבען אפשר געלערנט קבלה פאר זיך, אבער לעיני העם איז אלץ געווען נאר בנגלה.

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 6:11 pm
דורך שבת אחים
.

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 6:30 pm
דורך בן פרצי
שבת אחים, אמאל האב איך נאך געמיינט דו ביזט א אינטעליקאנט, א קליגער. לעצטענס האסטו אנגעפאנגן זיך לאזן פירן מיט פארמאכטע אויגן נאך דיינע אינערליכע שנאה וואס דו האסט צו געוויסע קרייזן, אז דו ביזט מצליח צו רעדען אזעלכע שטותים, איך ווער ממש נתפעל וואס פאר א שוטה מ'האנדעלט דא. רחמנא לשיזבן.
לדאבוני, האב איך נישט געוואוסט וויפיל שטותים קען אריין גיין אין איין הודעה.
איך ווייס אפילו נישט וואס צו זאגן, איין ווארט האט זיך מיר ארויסגעריסן פון מיין מויל ליינענדיג דיינע נערישע לופטיגע שנאה'דיגע ווערטער: נעבעך נעבעך נעבעך!
איך האב פשוט רחמנות אויף דיר, אפילו דעי אלע וואס האבן ארויסגעלאזט די שטותים אין די מ"ם יארן, האבן נישט געגלייבט אז ס'וועט קומען א טאג וואס מענטשן וועלן עס גלייבן מיט פארמאכטע אויגן.
אנא ה', שלח מהרה רפואה שלמה לחולי עמך.

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 6:36 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
תורה ומדע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דיין ווערטער זענען ממש טערקיש צו מיר. דו רעדסט פון א געפיל וואס האט גארנישט מיט די מענטשליכע ערפארונג, נאר פארקערט, פון דאס דערדריקען דער מענטשליכע וויכטיגקייט און שיין דורך זיך אונטערגעבען עפעס וואס דו קענסט ניטאמאל אויפווייזען. ווען דו גלויבסט אז ער איז צדיק הדור, ביסטו אפשר א נער, אבער פון דארט און ווייטער פארשטייט מען. אבער ווען דו אליינס ביסט מודה אז דאס איז נישט אמת, וואס דארף עס צו מיינען? סתם נעמען א קלאטץ און קלאטשען אין פראנט פון איהם?

איך האף נאר אז דו לייגסט דאס נישט אן אויף אידישקייט, ווייל מיט די סברא ישרה פון אונזער תורה האט עס נישט.

עס דערמאנט מיר נאר די ווערטעל 'אן אונגארישער דארף א רבי, ווי א שוואנץ דארף א קאפ'. עס איז שוין לאנג באשטעטיגט אז דאס האט נישט דוקא מיט אונגארען, נאר אסאך אנדערע אויך.

ווייזט אויס פון דיין רעספאנס אז דו פארשטייסט גאנץ גוט מיינע ווערטער. יעדער איד דארף א רבין. די ליטווישער וועלט איז אויך היינט מסכים צו דעם. וואס האט דאס מיט שוואנץ?


עס זעט זיך אויס אז דו האסט אסאך ווייניגער דרך ארץ פאר דער מענטשהייט ווי מיר. יא, עס זענען מעגליך דא שוואכער נשמות, אבער פארצייל מיר נישט אז אזא ריזיגער ציבור אידען זענען פשוט שוואכיטשקעס וואס מ'דארף זיי איינרעדען לאקשען זיי צו האלטען אין די ראמען. דאס איז א ריזיגע זלזול אין גאנץ קהלת בעלזא. וזה דרכם של הצדיקים להוריד האשמה מן הציבור ולהעמידו על היחידים. די פיהרערס האבען אן אינטערעס צו האלטען די מאסען אונטער זיך, האבען זיי געבויט א ווערטשאפט פון הבל הבלים, אזוי ווי הרב רייזמאן האט גוט ארויס געברענגט, און דערמיט פארט דער באן א מחיה.

די בעלזער חסידים זענען גארנישט אזעלכע בהמות. מ'האט זיי געמאכט בהמות אזש זיי רעדען פון תפיסת המחשבות, גאליציאנע למדות און הויפענעס קדושה וואס דמיון איז משפיע. פליז, שפעט נישט אזוי אין די אלע פיינע אידען.

ניין, דער ליטווישע וועלט איז נישט מסכים דערצו. עס איז דא מענטשען, בעיקר גבירים, וואס מאכען א טראסק פון די סארט זאכען, אבער דאס איז בבחירתם. עס איז נישט דא קיין חינוך אז מ'דארף זיין געבונדען צו א צווייטען, און קיינער גלויבט נישט אין די סארט זאכען. די טערמין 'רבי' איז נישט אריבער קיין גירות, עס מיינט נאכאלס די זעלבע זאך 'דער פון וועמען מ'לערנט תורה', עס איז נאך נישט פארוואנדעלט אין די טערמין 'די קאפ פון דער שוואנץ' אזוי ווי דו האסט געזאגט.