בלאט 9 פון 12
Re: פרשת בעלז תשמ"ב
נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 10:51 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הרב איך אויך, אז דו פארשטייסט נישט דער רמז, וועט מען דיר זאגען קלארער.
די עפרות תבל וואס מ׳האט צוזאם געשטעלט פאר קופת רמבעה"נ, זענען אריבער צענדליגע מעשרות איידער די שיריים זענען אנגעקומען קיין א"י. פאר דעם האט זיך אנגעהאלטען דער ביזנעס, און מ׳האט מכבד געווען דער ארץ ישראל׳דיגע איד וואס האט ערמעגליכט דער אפאראט. אבער מענטשען האט מען נישט געשיקט פון גאליציא קיין א"י. ווען א איד פון רוסלאנד\ליטא איז געפארען קיין א"י, האט גאנץ שטאט איהם באגלייט ביז צום נעקסטען שטאט. מ׳האט געלעבט מיט א שטרעבונג צו גייען וואוינען אין א"י. אין גאליציע האט מען דער מענטש פראבירט צוריק צו האלטען . עס האט גארנישט מיט פרייע קאלאניסטען, עס האט מיט עקסטרעמיזם אין דער געביט.
אגב, דער מימרא ׳דארט איז ארץ, דא איז ישראל׳, שטאמען פון שיניעווער רב.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 11:06 pm
דורך איך אויך
זאגסטו אז אין בעלזא פלעגט מען מתפלל זיין ותחזינו עינינו בשובך לראמעניע ברחמים. אינטרעסאנט כ'האב קיינמאל נישט געהערט דערפון.
נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 11:41 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך בין אלץ אויפגעוואקסן וויסנדיג אז אין בעלזא פלעגט מען באהאלטן די מסכתא פון דף היומי. כ'האב אמאל געפרעגט א מאכנובקער דערוועגן, זאגט ער מיר אז ער האט קיינמאל נישט געהערט דערפון. ס'איז מיר געווען א פלא, ווייל אויב אין בעלזא ווייסט מען נישט פון אזעלכע זאכן מיינט עס אז בפשטות איז עס נישט אמת, אבער ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז די סאטמארע זאלן סתם אויפבאקן אזעלכע מעשיות. ביז איינער האט מיר מסביר געווען אז די סיבה פארוואס די בעלזע יושבים זענען געווען קעגן די אגודה איז פשוט געווען אלץ שווענצערישקייט, זיי האבן נישט פארגינט אז אנדערע פירן אן א ווערטשאפט און זיי בלייבן פונדרויסן. עיין ערך סיטיפילד, בארקלעיס, ועוד, ואכמ"ל. איז עס געבליבן אזויווי אסאך אנדערע זאכן וואס די בעלזע יושבים האבן געטון און קיינער ווייסט נישט דערפון ווייל מ'שעמט זיך דערמיט.
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 12:07 am
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: איך האב גראדע געהערט אז אין בעלזא האט מען פארנייט די מסכתא פון דף היומי. וועגן א פשוט'ן טעם. ווייל די יושבים האבן זיך געהאלטן פאר העכערע מענטשן. און זיי זענען געווען די עליטע פון קנאות...! די מעשה איז דאך באקאנט אז א יושב איז אמאל אריינגעקומען אין ביהמ"ד מיט געפוצטע/געפאלישטע שטיוול. האט דער בעלזא'ער רב זצוק"ל איהם געזאגט מוסר. ווען ער האטציך פארענטפערט אז ס'מאכט נישט אויס וואס ער טוט האט איהם דער רב געזאגט פשט אין דעם פסוק יעקב חבל נחלתו. אז די אידישע פאלק איז אזוי ווי א שטריק. אויב א יושב אין בעלזא פוצט זיך די שטיוול. שמד'ט זיך א איד, רח"ל אין פאריז...!. ווייל מ'דארף פארשטיין וואס איז בעצם געווען די מהות פון די יושבים. דאס זענען בדרך כלל געווען מענטשן וועלכע זענען געווען סוחרים וואס האבן פארלוירן זייער פארמעגן. און אנדערע עלטערע אידן וועלכע האבן אויפגעגעבן זייער מזל אין די וועלט פון מסחר. און זיי האבן מקדיש געווען זייער לעבן פאר תורה ועבודה אין ביהמ"ד. און זיי האבן באקומען צו עסן פון דעם רב'ס קיך...! אזא מענטש דארפ נישט גיין אין ביזנעס און ער דארף נישט געפעללן פאר קיינעם. און אויב ער פוצט זיך די שטיוול איז עס א סימן אז ער איז געפאללן פון די מדריגות...!
מ'פארציילט די מעשה מיט פארשידענע נוסחאות. איינס פון זיי איז אז א יושב איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד מיט א העמעד וואס האט געהאט קנעפלעך. און נישט די בענדלעך. ווי אמאל. ס'קען זיין אז זיי אלע זענען אמת. אבער די מעשה מיט די שטיוול לייגט זיך די מערסטע אויפ'ן שכל...!
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 1:03 am
דורך Gimpel
אין שטאט סאטמאר פלעגט ארויסקימן א גליון בית ועד לחכמים פין א בעלזער חסיד אקעגן רב קוק מיט די גרעסטע קללות
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 1:05 am
דורך berlbalaguleh
Gimpel האט געשריבן:אין שטאט סאטמאר פלעגט ארויסקימן א גליון בית ועד לחכמים פין א בעלזער חסיד אקעגן רב קוק מיט די גרעסטע קללות
גימפל: נו, איז ער דאך געווען אויפ'ן ריכטיגן פלאץ...!
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 1:16 am
דורך שמעון וואלף
Gimpel האט געשריבן:אין שטאט סאטמאר פלעגט ארויסקימן א גליון בית ועד לחכמים פין א בעלזער חסיד אקעגן רב קוק מיט די גרעסטע קללות
אויך קעגן די מנחת אלעזר. כ'האב געזעהן אמאל דארט א ליסטע פון ספרים חצונים הטעונים גנוזה רעכענט ער אויס דארט ציוניסטישע ספרים און מונקאטשע רב'ס ספרים
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 1:24 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף:ייש"כ. איז דאך א ראיה אז אפילו איינער פרעדיגט קנאות אויפ'ן העכסטן שטאפל. האט ער אויך אן אגענדא. (פארשטייצעך אז דער ספה"ק ויואל משה גייט ח"ו נישט אריין אין די קאטעגאריע)...! ווייל אין ויואל משה שטייט נישט קיין קללות וזילזולים...!
נ.ב: געוויסע ניקס וועללן זיך נעמען טענה'ן אז יא. (אונז ווייס מיר ווער זיי זענען. זיי ווייסן עס אויך). ווילל איך אבער מיך נישט אריינלאזן אין קיין ויכוחים מיט זיי...!
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 2:12 am
דורך איסר האטלקי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין אלץ אויפגעוואקסן וויסנדיג אז אין בעלזא פלעגט מען באהאלטן די מסכתא פון דף היומי. כ'האב אמאל געפרעגט א מאכנובקער דערוועגן, זאגט ער מיר אז ער האט קיינמאל נישט געהערט דערפון. ס'איז מיר געווען א פלא, ווייל אויב אין בעלזא ווייסט מען נישט פון אזעלכע זאכן מיינט עס אז בפשטות איז עס נישט אמת, אבער ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז די סאטמארע זאלן סתם אויפבאקן אזעלכע מעשיות. ביז איינער האט מיר מסביר געווען אז די סיבה פארוואס די בעלזע יושבים זענען געווען קעגן די אגודה איז פשוט געווען אלץ שווענצערישקייט, זיי האבן נישט פארגינט אז אנדערע פירן אן א ווערטשאפט און זיי בלייבן פונדרויסן. עיין ערך סיטיפילד, בארקלעיס, ועוד, ואכמ"ל. איז עס געבליבן אזויווי אסאך אנדערע זאכן וואס די בעלזע יושבים האבן געטון און קיינער ווייסט נישט דערפון ווייל מ'שעמט זיך דערמיט.
הייסט אז מ'איז יא געווען קעגן אגודה?
פריער זאגסטו אז בעלזא איז נישט געווען קעגן. כ'בין שוין צומישט.
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 2:14 am
דורך איסר האטלקי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:פארן קריג מיין איך ביים ארויפברענגען דעם געדאנק פון ארץ ישראל. סוף תר''צ'ס. כ'געדענק נישט פונקטליך וועלכע יאר.
אה, סא מ'האט עס יא געשטיצט, אונז האלטן שוין אויף א וועג.
לאנג פאר די צייטן פון בעלזער רב. דו ביזט מיר שולדיג הוכחות אז מהרי''ד מבעלזא איז געווען פרא ציונות.
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 3:39 am
דורך Gimpel
המהריד היה מקור הקנאות
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 9:36 am
דורך newkave
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף:ייש"כ. איז דאך א ראיה אז אפילו איינער פרעדיגט קנאות אויפ'ן העכסטן שטאפל. האט ער אויך אן אגענדא. (פארשטייצעך אז דער ספה"ק ויואל משה גייט ח"ו נישט אריין אין די קאטעגאריע)...! ווייל אין ויואל משה שטייט נישט קיין קללות וזילזולים...!
נ.ב: געוויסע ניקס וועללן זיך נעמען טענה'ן אז יא. (אונז ווייס מיר ווער זיי זענען. זיי ווייסן עס אויך). ווילל איך אבער מיך נישט אריינלאזן אין קיין ויכוחים מיט זיי...!
שוין, אז דו אליין זאגסט אזוי, קען זיך איינער דינגען?
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 10:03 am
דורך רביה''ק זי''ע
איסר האטלקי האט געשריבן:לאנג פאר די צייטן פון בעלזער רב. דו ביזט מיר שולדיג הוכחות אז מהרי''ד מבעלזא איז געווען פרא ציונות.
איך מיין אז זיין איידעם דער סערעטער און זיין זוהן בעלזע רב זי"ע האבן איהם געקענט בעסער פון דיר, און אויב זיי האבן אזוי געזאגט און זיך אזוי געפירט למעשה איז נישט שייך קיין גרעסער מקור ווי דעם, אזוי זאגט מיר מיין נארישע דשעלי.
Re: פרשת בעלז תשמ"ב
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 10:04 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שמעון וואלף האט געשריבן:Gimpel האט געשריבן:אין שטאט סאטמאר פלעגט ארויסקימן א גליון בית ועד לחכמים פין א בעלזער חסיד אקעגן רב קוק מיט די גרעסטע קללות
אויך קעגן די מנחת אלעזר. כ'האב געזעהן אמאל דארט א ליסטע פון ספרים חצונים הטעונים גנוזה רעכענט ער אויס דארט ציוניסטישע ספרים און מונקאטשע רב'ס ספרים
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=387184#p387184
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 10:05 am
דורך רביה''ק זי''ע
איסר האטלקי האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין אלץ אויפגעוואקסן וויסנדיג אז אין בעלזא פלעגט מען באהאלטן די מסכתא פון דף היומי. כ'האב אמאל געפרעגט א מאכנובקער דערוועגן, זאגט ער מיר אז ער האט קיינמאל נישט געהערט דערפון. ס'איז מיר געווען א פלא, ווייל אויב אין בעלזא ווייסט מען נישט פון אזעלכע זאכן מיינט עס אז בפשטות איז עס נישט אמת, אבער ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז די סאטמארע זאלן סתם אויפבאקן אזעלכע מעשיות. ביז איינער האט מיר מסביר געווען אז די סיבה פארוואס די בעלזע יושבים זענען געווען קעגן די אגודה איז פשוט געווען אלץ שווענצערישקייט, זיי האבן נישט פארגינט אז אנדערע פירן אן א ווערטשאפט און זיי בלייבן פונדרויסן. עיין ערך סיטיפילד, בארקלעיס, ועוד, ואכמ"ל. איז עס געבליבן אזויווי אסאך אנדערע זאכן וואס די בעלזע יושבים האבן געטון און קיינער ווייסט נישט דערפון ווייל מ'שעמט זיך דערמיט.
הייסט אז מ'איז יא געווען קעגן אגודה?
פריער זאגסטו אז בעלזא איז נישט געווען קעגן. כ'בין שוין צומישט.
איך פארשטיי אז דו ביזט צומישט, איך בין אבער בכלל נישט צומישט, אפשר ווען דו וועסט גוט איבערליינען וועט אלץ ווערן קלאר.
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 10:16 am
דורך Gimpel
רב ליטוואק מען קען ניט לינק ען
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 10:21 am
דורך רביה''ק זי''ע
Gimpel האט געשריבן:רב ליטוואק מען קען ניט לינק ען
viewtopic.php?p=387184#p387184
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 10:30 am
דורך איסר האטלקי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:לאנג פאר די צייטן פון בעלזער רב. דו ביזט מיר שולדיג הוכחות אז מהרי''ד מבעלזא איז געווען פרא ציונות.
איך מיין אז זיין איידעם דער סערעטער און זיין זוהן בעלזע רב זי"ע האבן איהם געקענט בעסער פון דיר, און אויב זיי האבן אזוי געזאגט און זיך אזוי געפירט למעשה איז נישט שייך קיין גרעסער מקור ווי דעם, אזוי זאגט מיר מיין נארישע דשעלי.
נו אפשר ברענגסטו שוין א מקור אז זיי האבן עס געזאגט??
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 10:49 am
דורך רביה''ק זי''ע
איסר האטלקי האט געשריבן:נו אפשר ברענגסטו שוין א מקור אז זיי האבן עס געזאגט??
עיין לעיל ותמצא נחת.
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 10:59 am
דורך רביה''ק זי''ע
Gimpel האט געשריבן:המהריד היה מקור הקנאות
די בילגורייא רב שרייבט אין א בריוו אז זיין ברודער האט איהם געזאגט "איך ווייס נישט וואס זיי רעדן וועגן קנאות, כ'האב עס נישט געזען ביים טאטן און נישט ביים זיידן".
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 11:02 am
דורך Gimpel
מקור ביטע
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 1:44 pm
דורך מצפה לישועה
בעלזא האט קיינמאל נישט געהאט קיין שיטה פון קנאות.
דאס איז איינע פון די זאכן וואס די סאטמערע פראבירן איבער צו שרייבן די היסטאריע כדאי האבן מיט וואס זיך פארענטפערן זייער שיטה, און מיט וואס צו האקן אויף בעלזא.
בעלזא האט אלס געהאט איין זאך וואס זיי האבן געשטרעבט צו דינען, און דאס איז דער באשעפער.
קנאות איז קיינמאל נישט געווען א געטישק ביי זיי.
אזוי ווי דער 'שר שלום' האט שוין געזאגט: "בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה און יר"ש בי משיח וועט קומען."
יא קנאות נישט קנאות, דאס איז קיינמאל נישט געווען א 'שיטה' אדער א גאנג וואס אויף נאר אויף דעם האט מען זיך אנגעוויזן.
ס'איז טאקע געווען רב'ס וואס זענען געווען מער קנאיש, אדער וויניגער, אלס לויט די עיקר שטרעבונג- פון א ווינקל פאר תורה און יר"ש, און וויאזוי ס'האט זיך געפאדערט און יענע צייטן. נישט אלס א 'שיטה הקדושה' אדער אלס א 'דרך און חסידות'.
נעמען א חסידות וואס עס איז נישט פארהאן דארט קיין תורה אדער יר"ש, נאר קנאות אלס א 'דרך' און יידישקייט.
און פראבירן צו צוגלייכן צו א חסידות וואס איז געוועהן באווסט אלס מלא וגדוש תורה ויר"ש, אסאך פאר ווען מ'רעדט פון קנאות,
איז נישט מער ווי א חוכא ואיטטלולא.
(נישט אומזיסט האט דער רב געזאגט פארשטאפטע גענז, דאס האט אין זיך א טאפלטע משמעות. א חסידות וואס איז זיך מחמיר נהנה זיין פון אלע תאוות העוה"ז, זאלן נישט קומען אויסלערנען קנאות פאר ווער עס זייפט זיך איין און תורה און יר"ש)
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 2:57 pm
דורך איך אויך
ולהאיר אז אקוראט דאס האט בעלזער רב שליט''א ארויסגעברענגט ביי די באקאנטע שטייעדיגע תורות. און דערפאר האבען זיך די מאפיאנערישע שפלים ארויפגעווארפן עם צו פארציקן היל''ת. נאר פאר די נארישע אונגארישע קיען האט מען געמוזט באקן א עלילת דם ספין און איבערדרייען די וועלט אז ער האט ח''ו פוגע געווען בכבוד פונעם הייליגן חתם סופר.