הרבישראל האט געשריבן:בכלל ווען וועט עטס שוין איינזען אז בעלזער רב ז״ל איז אויך געווען א גרויסע צדיק אין ער האט געשטיצט די בחירות אין די טשבינער רב א גדול בתורה ער האט געהייסן פין די גרעסטע גדולים (פארשטייט זיך די גייסט מיר זאגן אז מ׳האט אים פארנארט וואס איז שקר וכזב ) האט גע האלטן אז ס׳איז א מצוה צי גיין בסך הכל איז א מחלוקת יעצט גייסטו מיך זאגן אז איך בין א שגץ פארן גיין ?
אני כשלעצמי זאג נישט מיט א זיכערקייט לכאן או לכאן, איך ווייס נישט וואס דער האט געהאלטן אדער וואס יענער האט געזאגט. איך וויל נאר נאכזאגן וואס כ'אב אמאל געהערט פון א ירושלימער איד, און עס לייגט זיך אויפ'ן שכל.
עס איז שווער פאר אונז זיך פארצושטעלן, וויאזוי אידישקייט האט אויסגעקוק בימים ההם. נאך דער ביטערער חורבן וואס אסאך אידען, אפילו שומרי תומ"ץ האבן זיך ארומגעדרייט מיט קשיות אויפ'ן באשעפער, איז צוגעקומען די מדינה וואס דאס האט געגעבן אסאך חיזוק פאר די לבבות הנשברות און געשטיפט אפצולאזן די פארגאנגענהייט און פורק עול זיין רח"ל.
די גדולים און א"י האבן פארשטאנען אז אויב פרומע אידן וועלן נישט פילען אלץ א חלק פון די מדינה, וועלן זיי זיך אנשליסען און די פרייע פארטייען און זייער אזוי אויך וואקעלדיגע אידישקייט וועט אינגאנצן צעפאלן. וויסענדיג די מציאות פון דער נאנט אז דער עולם וועט סייווי גיין צו די בחירות האבן די גדולים באשלאסן אז זאל כאטש זיין א פרומע פארטיי וואס וועט צאמהאלטן די פרומע ציבור און אונאיינוועגס ארויסהעלפן פרומע אידן. אוודאי האבן זיי נישט געהאלטן אז ס'איז ביהרג ואל יעבור, אבער א לכתחילה איז עס אויך נישט געווען נאר לפי המצב והזמן האט זיך עס אויסגעפעלט.
די סאטמאר רב ז"ל וועלכע האט זיך דאן געפינען און אמעריקא און האט נישט מיטגעהאלטן פון דער נאנט די מצב אין א"י, איז אויסגעקומען מיט די גאנצע שארפקייט אז מ'טאר נישט האבן קיין שייכות מיט די ציונים וואס באמת האבן רוב גדולים מודה געווען צו דעם וכנ"ל.