הרב יהודה הנקין שרייבט טאקע אין די תשובה (די שאלה איז געווען צו מען דארף שרייבען אויף סאטמאר רב ״הגאון״ צו ״זצ״ל״, היות עס ווערט מבואר אין זיין כתבים אז די שואל און רוב אידן פון די וועלט זענען נידון כאפיקורסים) בשם זיין זיידע הגרי״א הנקין בזה״ל: אילו היה חי בזמן הבית היה נדון כזקן ממרא. עכ״ל, נעמט דאס נישט אוועק פון סאטמאר רב׳ס צדקות, ווייל מען רעדט דא נישט פון א פאל וואס די רבי האט נישט געוואלט מקבל זיין א פסק פון די בית דין הגדול, און איך קוק אן די ווערטער די זעלבע וועג איך קוק אן די ווערטער פון סאטמאר רב אויף הרב קוק, ודי למבין. אז מען רעדט שוין פון די תשובה, דער באקאנטער חוקר מלך שפירא האט לעצטענס ארויסגעגעבן א ספר ״אגרות מלכי רבנן״ תשובות פון רבנים ואנשים חשובים אויף שאלות וואס ער האט זיי געשוקט, איז אין סימן נ״א ברענגט ער די תשובה און יא ער איז געווען די שואל! (אין שו״ת בני בנים שטייט נישט ווער די שואל איז), און ער שרייבט צו אן הערה בזה״ל: נער הייתי כשכתבתי אל הרב, ולא ידעתי שאע״פ שהאדמו״ר זצ״ל השתמש בלשונות חריפות כלפי אלה שמודים ב״כפירה״ וה״עבודה זרה״ של הציונות, אין זה אומר שהחזיק כל מי שחלק עליו בזה כאפיקורסות פשוטו כמשמעו. עכ״ל.
רבי יששכר כ״ץ האט אויפגעמאכט א טוויטער אקאונט לכבוד די נייע מחזור פון דף היומי ווי ער שרייבט יעדן טאג אונטערסאנטע ענינים וואס האט שייכות צום דף. דא האט איר א לינק: https://twitter.com/DoseYomi
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2020 8:58 am
דורך במדבר
איך וויל דא עפענטליך הייס באדאנקען, דער המיוחד שבעם ר' יששכר כ''ץ: דיין גאלדענע הארץ, רייכע ערפארונג, און קליגע עצות, העלפט א'סך ארויס מיין חבר וואס איך האב רעפעריט צו דיר.
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2020 9:17 am
דורך דער גאלדענער אדלער
יאפ, לכבוד אזעלכע אידן וואו הרב כ"ץ האלטן זיך אסאך אידן ביי אטענטישע אידישקייט און ווען נישט זיינע גוטע עצות, הדרכות אוו הוראות וואלטן זיי שוין ליידער לאנג געווען אראפ פנעם וועג, כה לחי!
במדבר האט געשריבן:איך וויל דא עפענטליך הייס באדאנקען, דער המיוחד שבעם ר' יששכר כ''ץ: דיין גאלדענע הארץ, רייכע ערפארונג, און קליגע עצות, העלפט א'סך ארויס מיין חבר וואס איך האב רעפעריט צו דיר.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 12:21 pm
דורך מי אני
לגבי דאס וואס הרב יששכר שליט״א האט דערמאנט בנוגע די אונטערליגענדע סאביעקטיווע פסיכאלאגיע וואס ליגט אונטער א פוסק׳ס מסקנא וכו׳:
ר' יששכר דערמאנט אין וועקער אז YU האט אים גערופן זיין אנטייל פון א פאנעל איבער חסידים, ווייסט איינער אויב דאס איז דא עוועליבל ערגעץ צו קוקן?
פונקט האב איך מיך אנגעשטויסן אין דעם קליפ און דער מיטעלסטע ראביי פון די פאנעל איז די ראש ישיבה אין ישיבת חובבי תורה (די זעלבע פלאץ ווי ר' יששכר כ''ץ איז איינגעשטעלט) האב איך מיר דערמאנט פון יענעם אנעקדאט וואס הרב כ"ץ האט דערמאנט. Watch "FOOTSTEPS panel - Vilification/Romanticization" on YouTube https://youtu.be/S46MisjaWDI
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 4:59 pm
דורך הוגה
סאנטיאגא האט געשריבן:פונקט האב איך מיך אנגעשטויסן אין דעם קליפ און דער מיטעלסטע ראביי פון די פאנעל איז די ראש ישיבה אין ישיבת חובבי תורה (די זעלבע פלאץ ווי ר' יששכר כ''ץ איז איינגעשטעלט) האב איך מיר דערמאנט פון יענעם אנעקדאט וואס הרב כ"ץ האט דערמאנט. Watch "FOOTSTEPS panel - Vilification/Romanticization" on YouTube https://youtu.be/S46MisjaWDI
די מאדירעיטאר איז רבי יששכר'ס זון. הרב אינגבער האב איך שוין געטראפן עטליכע מאל און ער האט מיר שטארק אימפרעסד.
.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 5:43 pm
דורך סאנטיאגא
הוגה האט געשריבן:
סאנטיאגא האט געשריבן:פונקט האב איך מיך אנגעשטויסן אין דעם קליפ און דער מיטעלסטע ראביי פון די פאנעל איז די ראש ישיבה אין ישיבת חובבי תורה (די זעלבע פלאץ ווי ר' יששכר כ''ץ איז איינגעשטעלט) האב איך מיר דערמאנט פון יענעם אנעקדאט וואס הרב כ"ץ האט דערמאנט. Watch "FOOTSTEPS panel - Vilification/Romanticization" on YouTube https://youtu.be/S46MisjaWDI
די מאדירעיטאר איז רבי יששכר'ס זון. הרב אינגבער האב איך שוין געטראפן עטליכע מאל און ער האט מיר שטארק אימפרעסד.
ס'האט מיך מורא'דיג באנומען ווי דער קאנסערוואטיווע ראביי האט ארויסגעברענגט די פוינט אז ביים כותל איז דא ווייניגער דייווערסיטי ווי אין פוילן... איך עגרי נישט מיט איר אויף השקפה, אבער די פאקט אז מ'שפייט א מענטש אין פנים נאר ווייל יענער איז אויפגעצויגן אנדערש ווי דיר איז הארצרייסנד, פון וואס זי זאגט האט זי נישט געזעהן עפעס אנדערש אלע יארן, און דאס איז וואס זי איז געפראוגעמט אז א איד איז, איז וואס איז זי נעבעך שולדיג? פארוואס טאר מען נישט מחנך זיין די קינדער אז אזוי ווי אונז זענען חסידים זענען דא מאדערנע, און קאנסערוואטיווע וכו' און אונז פירן זיך וויאזוי אונז פירן זיך.. סתם לעבן אין דינייעל? מ'דארף זיך אויסלערנען צו ריספעקטן אנדערע דינאמינאציעס, אויב נישט, פון דארט ביז ראסיזם איז נישט קיין ווייטן שפרונג...
נשלח: מאנטאג פעברואר 21, 2022 9:50 pm
דורך מי אני
בנוגע דאס געדאנק אז יעדע פוסק קומט צו צו פסק׳ענען, לאיסור או להיתר להקל או להחמיר, מכח זיינע אייגענע תכונות הנפש, איז דאס וואס מ׳זאגט אויף הרב חיים הירשנזון זצ״ל (בעל שו״ת מלכי בקודש):