בלאט 9 פון 14
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 4:53 pm
דורך גדליה
זייער קלאר. זייט ממשיך
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 6:59 pm
דורך הקטן
געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים, שכל און מאראל: (5)
פארשטייט זיך ווען מיר זאגן "הסכמת בני אדם" מיינט דאס נישט אייביג ס'איז געווען א Geneva Convention, וואס ס'מיינט איז מיר זענען געפראגרמד אזוי דארך אינזער סביבה וכו'
דאס ווערט אנגעריפן בלשנם nurture
וואס דאס זאגט, ס'איז נישט דא עפעס וואס איז "שלעכט" באמת ס'איז סך הכול דא וואס מיר האלטן ס'איז שלעכט, אנדערע קענען האלטן אנדערש, ווייל זיי האבן אן אנדער program.
יעצט וואס טוט זיך מיט עפעס וואס איעדער וועט מודה זיין אז דאס איז "שלעכט", למשל אידער וועט האלטן אז שטארבן איז "שלעכט", איז דאס טאקע יא באמת שלעכט, אדער איז דאס אויך נישט מער וואן א סארט "הסכמת כל בני אדם"?
וואס מיינסטו?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 7:05 pm
דורך גדליה
אויב גייען מיר דא מיט די צד אז סאיז נישט דא קיין אבסאלוטע רעכט אדער אומרעכט דעמאלץ זעה איך נישט פארוואס עס זאל זיין אנדערש ווען יעדער האלט אזוי
אגב נישט יעדע מענטש האלט אז שטארבען איז א שלעכטע זאך... לכל הפחות די דרייסיג טויזענט מענטשען וואס קאמיטען סואיסיייד יעדע יאר האלטען אז צי לעבען איז נישט אזוי גיט
סקוקט אפילו אויס ווי טייל חברה דא האלטען אויך אזוי...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 7:21 pm
דורך הקטן
גערעכט, נאר וואס?
די פעלער וואס איז דא אין דעם א מחלוקת, איז דאס ווייל די פראגראמינג ווערט געווענליך געמכט דארך די סביבה -
nurtureאון דארט וואו ס'איז "כולי עלמא מודה" , וואו למשל אז שטארבן איז "שלעכט", איז דאס געוועדילך ווייל די פראגראמיג איז געמאכט געווארן דארך
nature/גאט
און די מענטש ווערט שוין געבוירן מיט די program
און ביידע פעלער איז נישט דא קיין אבסעלאט "שלעכט" אדער אבסאלוטע "רעכט" אדער "אומרעכט"
די וועטער "רעכט" אדער "אומרעכט" האט נאר א משמעות דארט וואו די software לויפט!
איז קלאר ביז אהער?
----
גדליה האט געשריבן:אגב נישט יעדע מענטש האלט אז שטארבען איז א שלעכטע זאך... לכל הפחות די דרייסיג טויזענט מענטשען וואס קאמיטען סואיסיייד יעדע יאר האלטען אז צי לעבען איז נישט אזוי גיט
סקוקט אפילו אויס ווי טייל חברה דא האלטען אויך אזוי...
lol
איך האב געוויסט אז דאס וועט קימען, נעם אן אנדער משל, רעיפען א קינד, זאגן ליגענט פאר די FBI
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 7:38 pm
דורך גדליה
דא האסטו מיך פארלוירען.
וואס הייסט פראגראמירונג? די ען עי? אויב יא וואס א חילוק צי יעדער איז מודה צי נישט. אלץ קומט דאך פין די ען עי. וואס א חילוק צי איין מענטש'ס די ען עי זאגט אזוי צ'י זעקס ביליאן מענטש'ס די ען עי זאגט אזוי? כלפי די יוניווערס זענען אפילו א טריליאן מענטשען נישט מער ווי א שטיקעל שטויב.
אויך קענסט אביסעל קלארער מאכען וואס די מיינסט מיט "נאטור/ג-ט"? אפשר דא ליגט די הינט באגראבען.
אגב כגלייב נישט איר וועט טרעפען איין זאך וואס ממש יעדער איז מודה. יעדע רעיפיסט האלט אז ממעג רעיפען און יעדע טראמפיסט האלט ממעג זאגען ליגענט פאר די עף בי איי
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 10:51 pm
דורך פרייוויליג
הקטן האט געשריבן:אויב האט איר פארשטאנען אז די קשיא איז:
ווי אזוי קען א מענטש וויסען צו ער איז גערעכט אין א צווייטער איז ראנג, ווען ער וואלט געווען יענער וואלט ער דאך געהאלטען ווי יענער?
איז דא וואס וועלן אויף דעם ענפערן:
די קשיא הייבט זיך בכלל נישט אן!
די קשיא איז געבויט אויף אן הנחה אז ס'איז דא א ריכטיגער "גערעכט" און א ריכטיגע "ראנג" און יעצט ווערט די שאלה ווער האט ביי זיך די אמתע "גערעכט"
אבער ווער זאגט אז ס'איז בכלל דא אן אמתע "גערעכט" אפשר איז וואס איז יא גערעכט און וואס איז נישט גערעכט סך הכול אן הסכמת בני אדם.
איז ביז אהער קלאר?
די קשיא דריקט מיך שוין א לאנגע צייט, און עס קומט צום אויסדריק וואו אימער מיר קוקן נאר.
רובא דרובא מיינונגען וואס מענטשן האבן קומען פון וואו מען איז אויפגעוואקסן.
נעם למשל א דעבאטע פון ר' שמואל בוטח און מייקל בראון. ר' שמואל שווערט זיך אז הנוצרי איז חזיר טרייף, און מייקל בראון (אגב א איד) שווערט זיך אז הנוצרי איז משיח. וואס וואלט פאסירט אויב שמואל וואלט אויפגעוואקסן דארט וואו מייקל איז אויפגעוואקסן, וואלט ער דען געהאלטן אזוי?
ווער איז גערעכט? עס איז אייביג דאן איין גערעכטקייט און איין פאלטשקייט, איינער האלט דעם אמת, און א צווייטער האלט דעם שקר.
איך האב שוין אנגערירט דעם נושא כמה וכמה פעמים אין די פארגאנגעהייט, ליין:
א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?די קשיא דראמע וואס פארפאלגט דעם מענטש
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 11:10 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פרייוויליג האט געשריבן:ווער איז גערעכט? עס איז אייביג דאן איין גערעכטקייט און איין פאלטשקייט, איינער האלט דעם אמת, און א צווייטער האלט דעם שקר.
ווען צוויי מענטשן האבן פונקט פארקערט מיינונגען, זענען געווענליך ביידע פאלש, דער אמת איז געווענליך אינדערמיט. די פאקט איז, אז ווען צוויי מענטשן מיט פארקערטע מיינונגען וואס זוכן דעם אמת טענה'ן זיך ארום, קומט מען צו צום סוף אז ביידנ'ס מיינונגען זענען באמת אייניג (אדער כמעט אייניג).
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 9:20 am
דורך הקטן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:ווער איז גערעכט? עס איז אייביג דאן איין גערעכטקייט און איין פאלטשקייט, איינער האלט דעם אמת, און א צווייטער האלט דעם שקר.
ווען צוויי מענטשן האבן פונקט פארקערט מיינונגען, זענען געווענליך ביידע פאלש, דער אמת איז געווענליך אינדערמיט.
מיר גייען דא אביסל פארקריכן:
ס'פילט גוט אנצינעמן אזוי, ס'איז מער "אויפגעקלערט" אבער געווענליך איז א פשרה, ערגעץ אינדערמיט - זיכער פאלש!
אדער איז הנוצרי חזיר טרייף אדער איז הנוצרי משיח.
אדער איז ר' זלמן לייב מער פין ר' אהרן אדער ווייניגער
אדער איז די ערד פלאך אדער רינדיג.
אדער איז די זוהר געמכט געווארן פאר די רמב"ם אדער נאך
אדער האט גאט באשאפן די וועלט אדער נישט.
אדער איז הילערי גילטי אדער נישט.
אדער זענען מענטשען שילדיג אין גלאבע ווארמינג אדער נישט.
ס'איז אמת אז מען קען געווענליך טרעפן א קערל פין אמת אין ביידע:
הנוצרי איז חזיר טרייף און ער איז דא לישר דרך למלך המשיח.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:די פאקט איז ??? אז ווען צוויי מענטשן מיט פארקערטע מיינונגען וואס זוכן דעם אמת טענה'ן זיך ארום, קומט מען צו צום סוף אז ביידנ'ס מיינונגען זענען באמת אייניג ??? (אדער כמעט אייניג).
פארוואס זאגסטו אזוי?
קענסט געבן דיגמאות
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 9:56 am
דורך רביה''ק זי''ע
כ'האב גערעדט צו פרייוויליג, נישט צו דיר. אז דו ווילסט באמת פארשטיין, קענסטו קומען שמועסן אין אישי, משום איזה סיבה ביזטו מער אויפריכטיג פריוואט. אדער קענסטו זיך אויס'טענה'ן מיט וואלווי אדער גדליה, ביי ביי.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 11:07 am
דורך הקטן
געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים, שכל און מאראל: (6)
[tag]פרייווילג[/tag] מיר רעדען פין צוויי אנדערע סארט right און wrong
דו רעדסט פין פאקט , האט גאט יא אדער נישט געזאלבט דעם נוצרי פאר משיח
קען זיין מיר ווייסן נישט וואס די פאקט איז, אין מיר טענען וואס איז באמת די פאקט.
אויב וולען מיט קענען אנפרעגן גאט גייען מיר באקימען א ביינערי תשיבה. יא - ניין!
(ס'איז דא היינט א א מהלך וואס איז פאפעלער ביי די עליטא, און טייל חברים דא אין שטיבל זענען אנגעשטעקט מיט די סארט מהלך המחשבה, וואס וועט פארוואסערן אויך די סארט right and wrong - דאס איז א postmodern בליק אויף די וועלט, וואס זאגט ס'איז בעצם נישט דא קיין שום סארט אבסעלאטע אמת, פאר דעם קריסט איז נוצרי משיח און פאר דעם איד איז ער חזיר, לדעתי איז מאכט דאס נישט קיין סענס! אבער איך וויל נישט יעצט פאקריכען)
דערנאך איז דא אן אנדער סארט right און wrong וואס דאס איז א מאראליש שאלה, נישט קיין פאקט.
איך האב נעכטן נאכט גגעבען פיינע ווארעמע טשיקען זופ פאר מיין קליין טאכטער.
איך האלט אז ס'איז א "גיטע" זאך , ס'נעמט זיך מכח מיין "רחמנות" און איז די "right" טינג טא דא!
PETA וועט האלטן איך בין "wrong" איך בין אן "אכזר" איך בין "שלעכט"! ווער לאזט דיך הארגענען א טשיקען?! ווייל דו ווילסט עסען און ביסט שטערקער?!?
ווער איז גערעכט?!?
איך וויל פארשלאגן דריי מהלכים:
א:
אדער בין איך אן "אכזר" אדער בין איך א "בעל רחמים" אינז האבן נאר נישט די tools מברר זיין ווער איז גערעכט.
ב:
נישט ס'פעלט אינז די tools, נאר באמת איז אין אזא פאל נישט דא איינער וואס איז גערעכט און איינער נישט גערעכט, אידער קען זאגן וואו אזוי ער וויל. (אבער פארט ווער איז גערעכט?!?)
ג:
קימט ג ציגיין און זאגט: מען דינגט זיך דא ארים יא "אכזר" נישט "אכזר" מקען יא מברר זיין מקען נישט מברר זיין, how about אז די גאנצע מישוג פין "אכזר" איז אן אויפגעמאכטע זאך, ס'עקזעסטירט נאר ווייל דער מענטש האט געפארעמט אזא מישוג אין זייער מיינד - "אכזרית" איז נישט קיין פאקט וואו א "בענקל" נאר איז פשוט אן אבסטראק פאקט, ניין! די גאנצער קאנסעפט פין "אכזריות" און אזוי אויך די קאנסעפט פין "שלעכט" , "גוט" , "right"' "wrong" ... איז א צאמגעשטעלטע זאך.
וואס פאר עליענס אויף א צווייטע פלענעט מאכט בכלל נישט קיין סענס!
זעמער אויף די זעלבע page?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 11:33 am
דורך הקטן
גדליה האט געשריבן:דא האסטו מיך פארלוירען.
וואס הייסט פראגראמירונג? די ען עי?
lets slow down a bit
ווען איך האלט אז בינדן א קינד הענט און פוס צים טיש אין פראנט פין אלע מענער און פרויען און קינדער און אריין שמייסן 39 איז אן "אכזריות" וואס לאזט מיך נישט שלאפן,
ווידער דער לב-טהור'ניק האלט אז ער איז דער בעל "רחמים" און איך בין דער אכזר, ווייל איך האלט אנדערש פין אים.
פארשטייען מיר
דארט וואס מיינט "געפראגראמד"?
בין איך programmed ?
איז ער programmed ?
זענען מיר ביידע programmed ?
-----
ב.ד.וו. ווען די לב-טהור'ניק ווערט געברעינוואשט ווערט נישט זיין DNA געטוישט.
האלטן א געוויסע מיינאנג, חאטש איך זאל זאגן אז דער מענטש ווערט געבורן שוין מיט די מיינאנאג מיז בכלל נישט זיין אז דאס ליגט אין די מענטשנס DNA
ס'איז עכעט נישט קיין נפ"מ פאר אונזער שמועס אויב מיר קענען און ריאלעטי טרעפען עפעס וואס א יעדער איינער איז מודה דערצו, שמעקעדיג האט געזאגט א יעדער וועט האלטן אז פארלירן א פוס איז נישט גוט, נא, זאל דאס זיין די משל.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 11:37 am
דורך פרייוויליג
הקטן האט געשריבן:
קימט ג ציגיין און זאגט: מען דינגט זיך דא ארים יא "אכזר" נישט "אכזר" מקען יא מברר זיין מקען נישט מברר זיין, how about אז די גאנצע מישוג פין "אכזר" איז אן אויפגעמאכטע זאך, ס'עקזעסטירט נאר ווייל דער מענטש האט געפארעמט אזא מישוג אין זייער מיינד - "אכזרית" איז נישט קיין פאקט וואו א "בענקל" נאר איז פשוט אן אבסטראק פאקט, ניין! די גאנצער קאנסעפט פין "אכזריות" און אזוי אויך די קאנסעפט פין "שלעכט" , "גוט" , "right"' "wrong" ... איז א צאמגעשטעלטע זאך.
וואס פאר עליענס אויף א צווייטע פלענעט מאכט בכלל נישט קיין סענס!
זעמער אויף די זעלבע page?
לאמיר ענטפערן אויף סוג ג'. גראדע האט היטשענס געפרעגט די קשיא אין א ענליכע פארום פון רבי בוטח אין די אויבדערמאנטע דעבאטע. היטשענס האט געפרעגט: אין די תורה שטייט: "לא תרצח", הייסט דאס אז ביז די תורה האט דאס פארבאטן איז דאס געווען מאראליש אויסגעהאלטן, אזש די תורה האט דאס געדארפט פארבאטן? האט רבי בוטח געענטפערט: "מיר הרג'נען נישט נאר וויבאלד ג-ט האט דאס פארבאטן" - דאס איז זייער א פאפולער ענטפער ביי רעליגיעזע מענטשן - רבי בוטח האט דערמאנט צווישן אנדערע: די תורה איז נישט געווען די ערשטע צו פארבאטן מארד און רעיפ, עס איז געווען געזעצן נאך בעפאר די תורה, און ביי א סך לענדער, אז מ'טאר נישט הרג'נען. צב"ש Code of Hammurabi. אבער וויבאלד דאס איז געווען א "מענטשליכער געזעץ" האט דאס נישט געארבעט. מענטשן פלעגן אלץ הרג'נען ריגארדלעס אויב עס איז געווען א געזעץ. און יעצט, אז די תורה פארבאט דאס, האבן זיך אידן אלץ געהאלטן דערצו, זיי האבן קיינמאל גע'הרג'ט.
האסטו 2 מהלכים:
היטשענס: מארד האט גארנישט מיט ג-ט (תורה, רעליגע) צוטון, נאר עס איז מאראליש נישט אויסגעהאלטן צו הרג'נען.
רבי בוטח: מארד האט נאר צוטון מיט ג-ט, ווייל מיר זען אז די מאראלישע געזעצן פון מענטשן האט קיינמאל געארבעט, דערפאר מוזן מיר צוקומען צו די געזעץ פון ג-ט וואס לאזט נישט הרג'נען.
אכזריות האט מיט מאראלישע געזעצן. אפילו די געזעץ איז אויפגעמאכט, טוישט עס גארנישט. איינער וואס באלאנגט צו די געזעץ פון מענטשהייט האלט זיך צו דעם בתורת מאראל, איינער וואס האלט אז דאס איז אויפגעמאכט קען גיין אין א וואלד און דארט הרג'נען חיות.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 11:45 am
דורך הקטן
[tag]פרייוויליג[/tag], אויף די מינוט וואלט איך suggested ארויסצולאזן תורה-גאט, פון אונזער שמועס, וואס דאס איז די נידון פין היטשענס vs בוטח.
נניח אז ס'איז נישטא דא קיין תורה. לאמער פארן מיט היטשענס מהלך, און אפילה בוטח זאל גערעכט זיין מיט די תורה, זענען מיר יעצט נישט דן פארוואס מען טאר נישט הארגענען.
מיר זענען דן וואס פילט דער מענטש אז דאס איז אום-מאראליש?
וואס מיינט דאס "מאראליש נישט אויסגעהאלטן"?
says who ?!?
לב טהור האלט אז ס'איז יא מאראליש!
(מייט פוינט איז נישט דא צי זאגן, זעסט? מ'מיז האבן א תורה)
מיר זענען נישט דן יעצט וואו אזוי די וועלט פארט בעסער, וואס איז בעסער פאר world order, מיט רעליגיע אדער אן. דאס וועלן מיר לאזן היטשענס און רבי בוטח אויס'טענה'ען
מיר ווילן פארשטיין וואס מיינט דאס "מאראלישע געזעצן"? אויפגעמאכט צי נישט, איז דאס אבסעלוט? און אויב יא, פארוואס?
וואו אזוי ווערט א מאראלישע געזעץ א געזעץ?
וואס מיינט דאס די "געזעצן פון מענטשהייט"?
פארשטיי אז ס'איז אויך דא די "געזעצן פון זיברעס"
"געזעצן פון מענטשהייט" vs "געזעצן פון זיברעס" - וועלכע איז אמת?!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 4:14 pm
דורך רביה''ק זי''ע
הקטן האט געשריבן:איך וואלט אויך נישט געוויסט צי ס'האט א תכלית צי נישט, ווען נישט גאט זאגט דאס צי זיינע נביאים אין תנ"ך.
https://www.youtube.com/watch?v=uid75xsB_q4
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 8:33 pm
דורך הקטן
איז מגליך אז ס'עקזעזטירט בכלל נישט אזא זאך וואו "אכזריות" אדער "מאראל" אינדרויסען פין דער מענטשעס שכל אדער קאנשענעס
און פארוואס ליגט דער מישוג פין "אכזריות" אין די מענטש'ס קאנשעסנעס?!? וואו אזוי איז דאס אנגעקימען דארט?
ווייל איינער האט דאס דארט אריינגעלייגט!!
ווער???
און געוויסע פעלער די סביבה, הסכמת בני אדם וכו'
און געוויסע פעלער טבע, מיר זענען אזוי געבוירן!
איז קלאר?
---
אגב, אויב די software וואס מיר אלע ווערן געבוירן מיט, ליגט יא אדער נישט און די DNA איז א מחלקה פאר זיך.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 10:47 pm
דורך רביה''ק זי''ע
evolution's answer to the moral instinctבקיצור, די גאנצע ענין פון מאראל איז נאר אזא מין מעכאניזם אז אונז זאלן קענען אנגיין, פארדעם טאקע האלט זיך עס אין איין טוישן. דיין אינסטינקט לאזט דיך נישט הרג'נען, ווייל אויב דו הרג'סט איינעם היינט קען מארגן קומען א צווייטער און דיך הרג'נען. בשעת דו הרג'סט, מאכט שוין דיין מוח די גאנצע חשבון, און דו פילט שוין ווי דו אליינס ווערסט גע'הרג'ט, א בחינה פון איזהו חכם הרואה את הנולד. וואשינגטאנ'ס עקזיסטענץ איז נישט געווארן באדראעט פון זיינע קענכט'ס ליידן, און אונזער עקזיסטענץ ווערט נישט באדראעט פון די בהמות וואס ליידן. די מינוט וואס אונזערע מוחות הייבן אן צו ציען א פאראלעל צווישן דער געליטענער און אונז, יענע מינוט ווערט באשאפן א נייע מאראל.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 9:21 am
דורך הקטן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:evolution's answer to the moral instinctבקיצור, די גאנצע ענין פון מאראל איז נאר אזא מין מעכאניזם אז אונז זאלן קענען אנגיין, פארדעם טאקע האלט זיך עס אין איין טוישן. דיין אינסטינקט לאזט דיך נישט הרג'נען, ווייל אויב דו הרג'סט איינעם היינט קען מארגן קומען א צווייטער און דיך הרג'נען. בשעת דו הרג'סט, מאכט שוין דיין מוח די גאנצע חשבון, און דו פילט שוין ווי דו אליינס ווערסט גע'הרג'ט, א בחינה פון איזהו חכם הרואה את הנולד. וואשינגטאנ'ס עקזיסטענץ איז נישט געווארן באדראעט פון זיינע קענכט'ס ליידן, און אונזער עקזיסטענץ ווערט נישט באדראעט פון די בהמות וואס ליידן. די מינוט וואס אונזערע מוחות הייבן אן צו ציען א פאראלעל צווישן דער געליטענער און אונז, יענע מינוט ווערט באשאפן א נייע מאראל.
אויב פארשטיי איך גוט וואס [tag]רביה"ק[/tag] זאגט:
ס'איז נישט דא בכלל אזא זאך בעצם וואו "גוטס" "שלעכט" "right" "wrong" "אכזר" רחמן" אלעס אלעס וואס מיר טוען, און פילען, איז פאר סעלפאיש סיבות.
מיר האבן אזא בילד-אין מעכאניזם, וואס האלט אין איין זיך טוישן וואס מיינט זיין א "גיטער" וואס מיינט זיין א "שלעכטער", אלץ אלץ וואו אזוי ס'לוינט זיך אינז!
האבן א קנעכט איז נישט בעצם "שלעכט"! מיר פילן נאר שלעכט דערמיט ווייל אונזער עקזיסטענץ ווערט דארך דעם באדראעט.
הרגענען א מענטש איז נישט בעצם שלעכט! פין האבן פשוט א פילינג אז דאס איז "שלעכט" ווייל אונזער עקזיסטענץ ווערט באדראעט, קיינער וויל נישט ווערן געהארגט.
מאראלן ווערן באשאפן! לויט די נויט.
וועלן מיר דאס ריפען מהלך
ד: די רביה"ק-מהלך
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 10:33 pm
דורך הקטן
געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים, שכל און מאראל: (7)
לאור האמור, אויב טראגן מיר דאס צים נאטירלעכע אויספיר:
א. ווער אימער ס'בעולט דיך טוט נישט קיין עכטע עוולה, סך הכול שטימט ער נישט מיט מיט די מארל[?] וואס איז הערש איצטעט באשאפן געווארן!
ב. דער מישוג "עוולה" אדער "מאראל" right and wrong איז נאר צווישען מענטש און מענטש (ווייל נאר דארט קימט אויף אין דער מענטש'ס מחשבה, אז ער קען ווערן באדוירד)
דער אמת איז ס'איז נישט קיין נ"מ וועלכע מהלך מיר זאלן אננעמען זענען אינזער מארלן אלס ריין מאראל זייער היפעקריטש, מיר וועלן ברויזן אויף א מאסען מערדער, און טייל דא אויף גאט, אבער מיר וועלן ע"פ רוב נישט האבן קיין פראבלעם ווען א יעדען טאג גייט פאר א גענעסייד פין טשיקענס אין ק"י בית השחיטה.
מיר ווערן איבערגענימען פין א טצאנאמי, בשעת מיר טרעטען אויף גאנצע קאלעניס פין קאקעראטשעס, טעגליך, ואין פוצה פה ומצפצף! און שמעקעדיג זאגט נישט קיין ווארט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 10:58 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די עולה איז צווייפאכיג. איינס, אז דו שיסט זיך אליינס אין די פיס. צוויי, אז די ביזט נישט לאגיש אויסגעהאלטן. ווי קענסטו פארלאנגען אז יענער זאל דיר נישט בארויבן, ווען דו אליינסט טוסט די זעלבע זאך?!
אזא איינער וואס משום איזה סיבה מאכט זיין מוח נישט אליינס דעם חשבון, טוט טאקע גארנישט שלעכט.
מיין קשיא אויף א מאסן מערדער איז טאקע אט דאס, "וואו איז דיין שכל?!". אויף גאט ברויז איך נישט, ווייל די ביידע טענות זענען נישט שייך ביי איהם. לגבי די טשיקנס אין ק"י, ווענדט זיך עס טאקע אין יעדנ'ס שכל עקסטער.
Re: הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 1:13 am
דורך אונטער חכם
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:"איש בער לא ידע, וכסיל לא יבין את זאת", דעם 'זאת' פארשטייט ער נישט, כאילו ביז דא איז אלץ פארשטאנדיג..
אן אייגנס?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 9:30 am
דורך הקטן
געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים, שכל און מאראל: (8)רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די עולה איז צווייפאכיג. איינס, אז דו שיסט זיך אליינס אין די פיס. צוויי, אז די ביזט נישט לאגיש אויסגעהאלטן. ווי קענסטו פארלאנגען אז יענער זאל דיר נישט בארויבן, ווען דו אליינסט טוסט די זעלבע זאך?!
אזא איינער וואס משום איזה סיבה מאכט זיין מוח נישט אליינס דעם חשבון, טוט טאקע גארנישט שלעכט.
איז
שיסען זיך אליין אין די פיס אן עכטע עולה, אדער מאראליש נישט אויסגעהאלטן?
איז
נישט זיין לאגיש אויסגעהאלטן אן עכטע עולה, אדער מאראליש נישט אויסגעהאלטן?
ווען יא זענען די ביידע מאראלישע עוולות, לעצטענס געבוירן געווארן, און אויך עוולות וואס איך טו נאר צי מיר, מיש דיך ארויס!
לויט די מהלך האבן "מיר מענטשען", אויף די וועלט, בכלל נישט די מעסטער פין
good and
evilווען מיר באניצען זיך מיט די ווארט גוט שלעכט right or wrong רעדן מיר בכלל נישט פין באמת גוט.
אויך האט די ווארט א משמעות נאר אין די וועלט, סמאכט בכלל נישט קיין סענס ווען מיר טרייען דאס צי ניצען אינדרויסן פין די גרעניצען פין אינזער קליין וועלטעל
וואס טוט זיך אויף אן אנדערע ינעווערס, האבן די עליענס יא אטענטישע
good and
evil? קען זיין יא!
ס'איז נישט ערוורטעט אז מיר זאלן וויסען וואס הייסט באמת טוב דארט ביי די עליענס, אפילה איינער האט 300 IQ
אזויפיל איז קלאר
טוב בעצם ליגט נישט ביי אינז!
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לגבי די טשיקנס אין ק"י, ווענדט זיך עס טאקע אין יעדנ'ס שכל עקסטער.
מיינסט צי זאגן אז ס'דא אזאלעכע וואס ווען זיי זעען טשיקעס ווערען געשחטון האבן זיי מורא אז זיי זענען נעקסט, און זיי פילן זיך באדראעט.
ס'דא וואס פילן זיך באדראעט ווען מען שחט א טשיקען אבער נישט ווען מען טרעט אן אן רחמניות אויף א קאקעראטש קאלעני.
ס'דא וואס זאגן אז א פרי האט אויך א קאנשעס, אבער אויפעסען אן עפעל פילן מיר זיך נישט באדראעט.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויף גאט ברויז איך נישט, ווייל די ביידע טענות זענען נישט שייך ביי איהם.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 2:17 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'נישט דא אזא זאך ווי בעצם גוט אדער בעצם שלעכט, גוט מיינט וואס ס'פילט געשמאק, און שלעכט מיינט וואס ס'פילט נישט געשמאק, איך האב דיר נאר מסביר געווען פארוואס מארד פילט נישט געשמאק פאר אונז.
דו פרעגסט, ווער זענען אונז זיך אריינצומישן אין יענעמ'ס פריוואטע זאכן. קודם כל, דאס אז איך מיש מיך אריין, האט לאו דוקא צוטון מיט מאראל. ווען איינער קומט אריין אין א קלאב און נעמט זיך שיסן רעכטס און לינקס, איז נישט דא קיין שום סיבה איהם צו לאזן לעבן, אפגעזען צו ער טוט אן עולה צו נישט. א מסור איז מורידין ולא מעלין, ס'נישט אלץ דעם עצם עולה - ס'דא ערגערע עבירות פון דעם - נאר די סיבה איז ווייל ער מאכט חרוב דעם סיסטעם. א רודף ניתן להצילו בנפשו, אפילו ער ווייסט ניטאמאל אז ער איז א רודף.
נאכדעם איז דא
דעם ענין, וואס דאס האט שוין יא א שייכות מיט מאראל בעצם. אין אנדערע ווערטער, די פראבלעם מיט רציחה איז אז ס'פילט נישט געשמאק, כדלעיל. אבער אין א פאל ווי ס'פילט זיך יא געשמאק, למשל הרג'נען היטלער, איז עס יא מאראליש.
וועסטו וועלן פרעגן, אם כן נתת דבריך לשיעורין, פראקטיש קען אזא מהלך נישט ארבעטן, ווייל ס'וועלן אלץ זיין מענטשן וואס וועלן אביוזן דעם סיסטעם.
תשובה א. אויף דעם קומט די ערשטע טענה, קען זיין אז דו טוסט טאקע נישט קיין עולה, אבער דו מאכסט חרוב דעם סיסטעם.
תשובה ב.
https://youtu.be/sSnJSUU_7q0?t=189. אין אנדערע ווערטער, מיין אינסטינקט זאגט מיר טאקע דיך צו דערמארדן, אבער ווילאנג דו האלטסט דיינע קרעפ ביי דיר וועל איך האלטן מיינע ביי מיר, די מינוט אבער וואס דו מישסט אריין יענעם אין דיינע גארבידש, וועל איך דיך אריינמישן אין מיינע גארבידש.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 10:34 am
דורך הקטן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'נישט דא אזא זאך ווי בעצם גוט אדער בעצם שלעכט, גוט מיינט וואס ס'פילט געשמאק, און שלעכט מיינט וואס ס'פילט נישט געשמאק, איך האב דיר נאר מסביר געווען פארוואס מארד פילט נישט געשמאק פאר אונז.
איך פארשטיי פינקליך וואס דו זאגסט, מיר האבן נישט קיין עכטער "גוט" אדער "שלעכט" מיר באניצען זיך מיט די ווארט, כאילו מיר רעדען פין ריכטיגע good and evil אבער דאס איז סך הכול א פילינג- אן הרגשה וואס ווערט באשאפען לויט די נויט פין א געוויסע סעסייעטי.
און א סעסייעטי וואס די דיקטאטאר האט די לעצטע ווארט, איז דאס די norm און ווען ער ווארפט אריין די מושקה אין גריב ווייל ער האט נישט געקענט באצאלען פאר די אראנדע - איז ער נישט "שלעכט " ער פילט נישט "שלעכט", און טוט נישט קיין עולה, זיינע באדינערס פילן נישט שלעכט, די סיסטעם פארט אמעחיע
דער איד? וואס איז אין גריב, ער פילט יא ס'איז "שלעכט" , אבער אזוי פילט אויך אלע קאקעראטשעס וואס ער האט נעכטן אנגעטרעטן.
----
יא חרוב מאכן די סיסטעם נישט חרוב מאכן די סיסטעם, פארשטיי אז די "סיסטעם" און וואו אזוי די "סיסטעם" דארף זיין איז אויך א קאנסעפט וואס ער מענטש האלט און איין באשאפען לויט זיי געשמאק.