בלאט 9 פון 10
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:10 pm
דורך געפילטע פיש
ס'דערקענט זיך א סטיוו דזשאבס איז שוין נישט בין החיים, ער וואלט דאס קיינמאל נישט צוגעלאזט. טירד פארטי קיבאורדס? ווער דארף דאס? נאטיפיקאציע ווידזשעטס? over my dead body! און רוב אנדערע זאכן וואס זיי האבן צוגעלייגט איז נאכגעמאכט פון אנדויד, גוגל, אדער מייקראסאפט. און ס'איז קאמיש אויסצוהערן ווי די פאנאטישע דיוועלאפערס קלאטשן מיט עקסטאז צו די אלע זאכן וואס ענדרויד האט שוין פאר יארן.
צוויי גוטע זאכן וואס קומט זיך זיי קרעדיט איז די continuity, אז ווען מ'האלט אינמיטן ארבעטן אויף איין עפל דיווייס, קען מען זיך אויפהייבן און ממשיך זיין אויפן צווייטן, פארשטייט זיך אויב די צווייטע האט אויך די זעלבע עפפ. די צווייטע איז אז די קיבאורד suggestions איז context aware, ס'הייסט אז ווען איך טעקסט מיין חבר וועט דער קיבאורד פארשטיין אריינצולייגן אנדערע ווערטער ווי ווען איך טעקסט מיין קאלעגע, און ווען איך שרייב א סענטענס וועט ער פארשטיין די קאנטעקסט און צופאסן די ווערטער וואס קומען אין דעם קאנטעקסט. א זאך וואס איך האב שוין לאנג עקספעקטעד פון swype אבער זיי האבן עס נאך נישט אינגאנצען.
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:25 pm
דורך ארטיסט
עס איז נישט ממש אינגאנצן ווי דו זאגסט. קיבארד איז א זאך וואס יעדער קאמפלענט אויף די איינפאכע קיבארד פון עפל, עפל האט געדארפט צו שטעל עפעס מער צום קיבארד. swipe קיבארד איז א זאך וואס יעדער ווינטשט זיך. און זיי וואלטן געקענט רואינירן זייער פריינטליכקייט אויב שטייען זיי מיט אזא גראדע ריקן אלעס כדי נישט זיך אוועק צו רירן א זיז כלשהו פון סטיוו דזשאבס. אלענפלאס ווער זאגט דיר אז סטיוו האט דאס נישט פאראויס געשריבן? קיינער ווייסט נישט. זיי זאגן אז סטיוו האט פאראויס געשריבן דעם iOS פאר א לאנגע שטרעקע. איך האלט אז מיטן ערלויבן דריטע פארטי פאר פינגער פרינט און דריטע פארטי קיבארד הייבן זיי אויף זייערע פארשריט.
ווידזשעטס נאכגעמאכט ענדרויט? עס איז אנדערע סארט ווידזשעט לחלוטין.
נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 4:44 pm
דורך געפילטע פיש
זיי האבן זיך נישט גערירט אין צענדליגע ענינים וואס דער עולם האט שוין טענות זייט די ערשטע אייפאון, פלוצים יעצט לאזט מען טוירד פארטי עקסעס צום סיסטעם, צוויי מיט צוויי איז איקוועלס פיר.
טאקע נישט די זעלבע ווידזשעט, אבער דערמאן זיך נאר וואס זיי פלעגן זאגן אז ווידזשטס זענען סתם א בעטערי דרעין, און ס'נעמט אוועק פונעם אסטעטישקייט פונעם האומסקרין. אז איינער וויל עפעס טוהן קען ער אריינגיין אין די עפפ, ווייל ס'מאכט זיך דאך אויף מורא'דיג שנעל.
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 6:11 pm
דורך חד גדיא
נאך א געליקטע בילד פון אייפאן 6
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 6:22 pm
דורך גנדי
איך האף עס איז נישט קיין עכטע בילד.
דאס זעהט אויס קעגן אלע יסודות פון עפל...
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 6:28 pm
דורך חד גדיא
פארוואס?
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 2:04 am
דורך דער שכן
גנדי האט געשריבן:איך האף עס איז נישט קיין עכטע בילד.
דאס זעהט אויס קעגן אלע יסודות פון עפל...
יסודות פון עפפל אדער סטיוו דזשאבס?? אלענפאלס, וואס זענען די יסודות פון עפפל?
יישר כח.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:08 am
דורך יידל
עפל גייט עפענען א געשעפט אין וויליאמסבורג, אויף בעדפארד עוועניו
http://nymag.com/daily/intelligencer/20 ... store.html
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:13 am
דורך יואב
איך בין מער פרייליך אז די קנאים גייען שפרינגען ווי אז עפל עפנט א געשעפט. איז עפעס ראנג מיט מיר?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:17 am
דורך לית דין בר נש
עפל ווייסט נאכנישט ווער קלאר און ציממערמאן זענען!!! עס קומט גוטע צייטן
או אפשר לומר
קלאר און ציממערמאן ווייסן נישט ווער עפל איז!!!
עכ"פ טיים וויל טעל
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 2:50 pm
דורך גנדי
איז דער פארדינגער פון די בילדינג א היימישע איד?
אויב יא וועט זיין יום טוב!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 6:47 pm
דורך Big Boy
לית דין בר נש האט געשריבן:עפל ווייסט נאכנישט ווער קלאר און ציממערמאן זענען!!! עס קומט גוטע צייטן
או אפשר לומר
קלאר און ציממערמאן ווייסן נישט ווער עפל איז!!!
עכ"פ טיים וויל טעל
Is North 3 also Zimeman's territory? If they protest this when it opens, this will be such bishes that we can all lock ourselves in our home for a few weeks.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 7:12 pm
דורך גנדי
לויט די צייטונג איז דער בעל הבית דער זעלבער רויזען וואס האט געגראבען קברים און מען האט געמאכט א פראטעסט פאר אים.
(אחוץ אויב איך מאך א טעות)
נשלח: פרייטאג יוני 12, 2015 8:39 am
דורך שמעקעדיג
שוין באקאנט פאר יעדן די גוגל קאר וואס פארט ארום בארבע כנפות הארץ אפכאפן בילדער פון אלע גאסן, צוליב זייער "סטריט וויאו" אין זייערע מעפס.
הכונו, גרייט אייך צו צו די נייע ערשיינונג פון "עפל קארס". עפל האט אנגעהויבן נאכמאכן דעם זעלבן פראצעדור פאר זייערע אייגענע מאפעס.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 11:20 am
דורך גנדי
היינט איז די גרויסע טאג!!!
היו נכונים!!!
אזוי ווי די חשובע חסידים מכל כנפות תבל האבן זיך ב"ה פארמערט. האבן מיר אפגעדינגען א גרעסערע גיגאנטישע
אולם הענקיביל גראהאם ציוויק אַודיטורוםחסידים וואס האבן געווארט און ארויס געקוקט אויף דעם היינטיגן טאג וועלן זוכה זיין צו געוואלדיגע התגלות און נייע חידושים אשר לא־היה כמהו בכל־הארץ מאז היתה לגוי.
מען בעהט דעם עולם זאל אויספאלגן די סדרנים.
מען וועט זיצען אויפן פאלגענדן סדר:
נערים
בחורים
בעלי בתים
זקנים
מען בעהט די זקנים זאלן צו לאזן קודם די יונגווארג.
והי' המעמד לחיזוק ולהתרוממות המדע
עדי נזכה לחזון הנביא. לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דברי...
נ.ב. לבקשת הרבים האבן מיר באקומען אן היתר צו קענען מיט האלטן מיט א ספעציעלע לייו הוקאפ.
http://www.apple.com/apple-events/september-2015/
נאר פאר די וואס נוצען די ספעציעלע קומפיוטער וואס איז געמאכט געווארן דורך אונזע קהלה און האט די חותם פון אונזער קהלה קדושה.חסידיו ומערציו
Re: נייעס פון "עפל"
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 11:25 am
דורך [NAMELESS]
בלא בלא בלא...
וואס גייט מען טון דארט?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 11:29 am
דורך גנדי
די עסקנים געבן איבער:
זייער א רייכע פראגראם איז צוגעגרייט
בראשות כ"ק הוד אדמו"ר שליט"א
א ספעציעלער גורל פאר 1 חודש שכר לימוד פריי פאר די וואס קומען אין צייט און בלייבען ביז צום סוף.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 11:32 am
דורך גנדי
צוליב די גרויסע געדרענגעניש עס זאל נישט צוקומען צו סכנות נפשות האבן מיר געמוזט פארמאכן די בוטשער סטאר מטעם הקהל ביז נאך די מאורע
http://www.apple.com/us/shop/goto/iphone6
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 1:05 pm
דורך גנדי
"מאנסטער הודעות" קומען היינט פון עפל - טים קוק (נישט די ציוני)
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 1:07 pm
דורך גנדי
טים קוק: "עפל זייגער - העלפט דעם עולם פאלירן וואג"
נישט קיין וואונדער חסידים כאפן זיך נישט צו דערצו...
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 1:11 pm
דורך גנדי
עשר אלף עפפס פאר די עפל זייגער.
בקרוב וועט מען קענען זעהן ווידיאוס אויף די זייגער.
- שלעפט ארויס די קול קורא'ס פון תש"נ'ס אנטקעגן ווידיאוס...
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 1:21 pm
דורך גנדי
נייע מאדעס פאר די עפל זייגער.
גאלד. פינק. לעדער אד"ג.
- חס ושלום נישט נאך גיין די מאדעס...
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 1:23 pm
דורך גנדי
נייע גרויסע ריזיגע ניי אינטערנעט כלי!
IPAD PRO
דער יצר הרע שלאפט נישט...