בלאט 9 פון 16

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 9:01 am
דורך בר בי רב
פריזייש,
Fraise, stawberry
ולפני החטא היה, ווען מ'איז נאך געווען בקי אין וואשן פון ווערים.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 9:03 am
דורך בר בי רב
 כי לא אמרה לשון חול כהיכי דתקינו רבנן בלשון קדש יצא.
דאס איז נישט קיין סתירה מיט כל המשנה ממטבע שטבעו חכמים. מטבע איז נאר שייך ביי לשה"ק. בכל לשון, אז ס'איז שוין ממילא נישטא קיין מטבע, קען מען שוין זאגן וויאזוי מ'וויל.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 9:04 am
דורך בר בי רב
תמרי דזיקא
מ'מוז זאגן אז דער ע"ה איז נאמן צו זאגן דתמרי דזיקא הן, אדער מ'דערקענט אויף זיי אז זיי זענען דזיקא. און אז ס'איז ניכר דתמרי דזיקא הן איז שוין נישט אזא קשיא לברוכי עליהו בפה"ע, ווייל ס'האט א גריעותא.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 9:05 am
דורך בר בי רב
ברכות מא

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 7:38 pm
דורך בר בי רב
במאי פליגי אמר רבי ירמיה להקדים
רש"י, דהא ודאי לא מפטרא בחדא ברכה.
ווען איז געווארן א פשיטא א בשאין ברכותיהם שוות אינן פוטרות זו את זו? מעיקרא פרעגט מען פון די ברייתא אז צנון פטר'ט זית לרבנן, און זית פטר'ט צנון לרבי יהודה. פארוואס דער אמורא וואס לערנט מחלוקות אפי בשאין ברכותיהם שוות זאל נישט קענען אפלערנען די ברייתא כפשוטה אנע חסורי מחסרי? יא, העץ און האדמה פטר'ן זיך. דער מקשן מתחילה האט אזוי געהאלטן, און ווער האט אים אפגעוואנדן?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 8:02 pm
דורך בר בי רב
תוס פרעגט אפ ר' שמעיה, דדברי רב יוסף לד"ה איתמר. א ראיה אז רב חסדא האט נישט צו זיך געטראכט דלמא תמרי חביבי עלויה דרב המנונא. אבער רבנו שמעיה קען ענטפערן, דאס אז הלכה כרבי יהודה איז געווען ברור, און ס'נישטא קיין חביב במקום שבעת המינים. ס'נאר א קלער צו רב המנונא האלט פון דרגות אין שבעת המינים גופא כרב יוסף. אבער רב יוסף זאגט אליבא דכולי עלמא, אז ווי אימער שבעת המינים איז א פאקטאר צו תמיד לרבי יהודה, צו דוקא שלא במקום חביב כדרבנן, איז דא דרגות אין די ז מינין.

נשלח: פרייטאג פעברואר 14, 2020 12:27 pm
דורך בר בי רב
ברכות מב

נשלח: פרייטאג פעברואר 14, 2020 2:05 pm
דורך בר בי רב
וואס איז פשט אין תוספות, א מ'דערמאנט זיך נאכן בענטשן מ'האט נישט געגעסן אפיקומן וואשט מען זיך נישט איבער, דכל מצות לשם מצות עשויות. וואס מיינט עס?

נשלח: פרייטאג פעברואר 14, 2020 2:06 pm
דורך בר בי רב
רב פפא וואלט אויך געקענט זאגן אכתא דריש גלותא סמיכנא.

ולית הלכתא ככל הני שמעתתא.
דורות האחרונים האבן זיך אפגעלאזט פון די צערעמאניאלע באנקעטן. רוקן טישן און זיך אויסשטרעקן אויף קאנאפעס געהער צו די עליטע געזעלשאפט פון די קלאסישע עפאכע. אונז, מ'עסט אפ און מ'בענטשט.

נשלח: פרייטאג פעברואר 14, 2020 2:07 pm
דורך בר בי רב
אין תוספות אויף עמוד ב, רב ששת,  אינדערמיט, כגון יין שלפני הסעודה פוטר יין שבתוך הסעודה. לכאורה איז א טעות, ס'דארף שטיין פוטר יין שלאחר הסעודה. לאחר הסעודה שטייט, תוך הסעודה איז די מדובר דא.

נשלח: פרייטאג פעברואר 14, 2020 5:18 pm
דורך בר בי רב
ברכות מג

תוספות הואיל, הבדלה שאנו מבדילים ועומדים

נשלח: מוצ"ש פעברואר 15, 2020 10:54 pm
דורך בר בי רב
אביסל א מאדנע סצענע. דער עולם שטייט מיט בעכערס אין די הענט און הערט הבדלה. מילא ווען מ'זיצט ארום דעם טיש ווי ביי קידוש. אבער שטיין מיט פולע בעכערס לאדענט א וויין באד.

מסייע לרב הנוטל ידיו תחילה באחרונה הוא מזומן לברכה

נשלח: מוצ"ש פעברואר 15, 2020 10:55 pm
דורך בר בי רב
וואס איז די קשר? וואו זעט מען נטילת ידים דא? בכלל, וויאזוי ווערט מיושב אפילו איכא עדיף מיניה. ס"ה רוקט מען ארויף די פראגע אויף ווער גייט זיך וואשן ערשט.

מושק

נשלח: מוצ"ש פעברואר 15, 2020 10:56 pm
דורך בר בי רב
רש"י זאגט מוסק קומט פון די רעי פון א חיה. ס'קומט למעשה פון א ספעציעלע דריז.

רב יהודה חביבא ליה א"י

נשלח: מוצ"ש פעברואר 15, 2020 10:57 pm
דורך בר בי רב
וואו שטעקט רב יהודה'ס חביבות ארץ ישראל? ער זאגט כל העולה מבבל לאר"י עובר בעשה.

נרקום

נשלח: מוצ"ש פעברואר 15, 2020 10:58 pm
דורך בר בי רב
דאס איז narcissus
אויף ענגליש daffodil
א נארסיסיסט איז פארנומען תמיד מיט זיך. פון גריכיש מיטאלאגיע, נארסיסוס איז געווען איינער וועלכער איז געווען אזוי שיין, דאס שענסטע זאך וואס ער האט געקענט באננעמען איז געווען זיין אייגענע אפשפיגלונג.

תוספות שמן והדס

נשלח: מוצ"ש פעברואר 15, 2020 10:59 pm
דורך בר בי רב
להריח. קשה ווייל ס'שטייט טחו בראש השמש, משמע ס'יא לסוך. ווי אויך פון די הכרעה פון ר"ג איז משמע מ'שמירט, אז נישט וואס גייט מיך אן די מעלות וואס מ'נוצט נישט.
נאר פשט איז, מ'שמירט פאר די ריח, און נישט להסיר הזוהמא. און דאס איז תפקיד פון שמן ריחניות, צו שמירן. נישט ווי א שמעק טאבאק.

ברכות מד

נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2020 9:10 am
דורך בר בי רב
ברכות מד

נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2020 8:24 pm
דורך בר בי רב
כל סעודה שאין בה מלח אינה סעודה
למאי הלכתא אינה סעודה? ווען איז א סעודה א חיוב און מ'איז נישט יוצא אן זאלץ?

נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2020 8:25 pm
דורך בר בי רב
תוספות על העץ
ובספר מיימוני..
דאס איז איינס פון דריי ערטער אין שס ווי תוספות ציטירט דעם רמבם.

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2020 7:49 am
דורך בר בי רב
ברכות מה

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2020 9:19 am
דורך chosen people
בר בי רב האט געשריבן:כל סעודה שאין בה מלח אינה סעודה
למאי הלכתא אינה סעודה? ווען איז א סעודה א חיוב און מ'איז נישט יוצא אן זאלץ?


אלס איז הלכות¿ זיי האבן גערעדט דברים בעלמא אויכעט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2020 10:01 pm
דורך בר בי רב
תוספת אכל טבל
תוס שטעלט אוועק א סברה אז זימון קען מען נאר ווען איינער קען ווען עסן יענעמס ברויט. דערפאר מודרי הנאה זה מזה קענען נישט מזמן זיין. אבער קיינער איז נישט מכריח תוס אזוי צו לערנען. טבל איז נישט מברך אלא מנאץ. ס'נישטא קיין ראיה אז סתם עסן צוזאמען אפילו מודרי הנאה קענען נישט מזמן זיין.