בלאט 9 פון 20

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 9:49 am
דורך אברעמעל
אויב שרייבסט איין תגובה נאכן צווייטן נישט קיין חילוק ווי לאנג אפגעריקט אין צייט (זוי מיינעך) ווערט עס אוטומאטיש צוזאמגעשטעלט מיט די פריערדיגע נאר מיט א ליין אינמיטן מ'זאל וויסן אז ס'איז א צווייטע תגובה.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 9:54 am
דורך נפתלי
און איך מיין אז נישט...

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 9:57 am
דורך שמעקעדיג
נפתלי, אברעמל שרייבט אמת. עס איז יא אחילוק אין צייט, כ'מיין א טאג אדער בערך 12 שעה, ביז דאן, אויב קיינער האט נישט צוגעשריבן צו דעם אשכול און דו אליינס לייגסט עפעס צו, גייט עס מיט דיין פריערדיגע תגובה, נאר מיט א שטריך אפגעטיילט.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 10:03 am
דורך נפתלי
לדוגמא דא איז נישט אזוי און נאך צענדליגער פלעצער וואו דו קענסט עס זעהן

די תגובות וואס דו זעהסט א ליין אינמיטן איז לכאורה אליינס צוגעלייגט געווארן דורכן בעל התגובה

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 10:47 am
דורך יידל
נפתלי האט געשריבן:לדוגמא דא איז נישט אזוי און נאך צענדליגער פלעצער וואו דו קענסט עס זעהן

די תגובות וואס דו זעהסט א ליין אינמיטן איז לכאורה אליינס צוגעלייגט געווארן דורכן בעל התגובה

נפתלי, די מדובר איז פון "בעל הבית" פארומס, נישט קאווע שטיבל.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 10:54 am
דורך נפתלי
יידל האט געשריבן:
נפתלי האט געשריבן:לדוגמא דא איז נישט אזוי און נאך צענדליגער פלעצער וואו דו קענסט עס זעהן

די תגובות וואס דו זעהסט א ליין אינמיטן איז לכאורה אליינס צוגעלייגט געווארן דורכן בעל התגובה

נפתלי, די מדובר איז פון "בעל הבית" פארומס, נישט קאווע שטיבל.

גערעכט, איך האב געליינט אברעמל'ס תגובה א שעה נאך דיין קשיא אינצווישן האב איך שוין עטליכע מאל פארגעסן אז מ'רעדט פון בעל הבית פארום

סליחה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 9:29 am
דורך לעמיל
קען מיך אפשר איינער מסביר זיין וואס מיינט פארמעק אלע קוקיס? וואס געשעיט ווען איך דריק עס? עס שטייט אינטען פין די פעידש נעבען אונזער שטאב

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 9:32 am
דורך יידל
לעמיל האט געשריבן:קען מיך אפשר איינער מסביר זיין וואס מיינט פארמעק אלע קוקיס? וואס געשעיט ווען איך דריק עס? עס שטייט אינטען פין די פעידש נעבען אונזער שטאב

אפט געפרעגטע שאלות האט געשריבן:“פארמעק אלע קוקיס” פארמעקט אלע קוכן (קוקיס) וועלכע ווערן באשאפן דורכן סיסטעם, און פאראורזאכט אז איר זאלט מער נישט ווערן איינגעשריבן אויטאמאטיש.צו מאל, אויב איר האט פראבלעמען זיך אריינצושרייבן אדער ארויסשרייבן, קען אויסמעקן די קוקיס העלפן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 9:36 am

יישר כח

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:45 pm
דורך זר זהב
קען מען טאקע נישט האבן מער פון 200 הודעות אינעם מעיל באקס? איך דארף כסדר מעקן און מעקן צו קענען זעהן פרישע הודעות.

אנדערליין אונטער א לינק

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:44 pm
דורך פארוואס נישט
פארוואס נישט האט געשריבן:אגב אפשר וואלט כדאי געווען אז ביי א טינקעלערע Theme זאל מען צירוקשטעלן דעם אנדערליין אונטערן לינק.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:22 pm
דורך שמעקעדיג
ס'איז דא פאראן פארשידענע סימבאלן ביי יעדן אשכול.
אבער אזא סארט ווי ביי ר' הערשעלע ספינקא'ערס פטירה האב איך נאך נישט אנגעטראפן.
וואס מיינט עס?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:24 pm
דורך זר זהב
איך ווייס דאך נישט וואס קיין איין סימבאל מיינט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:24 pm
דורך שמעקעדיג
אויך אז איך מעג פרעגן, ווער האט אויסגעטראפן די מאדנע ברוינע "לייק" סימבאל? :like :like
עס דערמאנט מיר פון די אלטע קאמפיוטער געימס, קינ-דריעמס (איינער געדענקט נאך?)

די "גרינע" אויף אייוועלט איז געשמאקער אין מיינע אייגעלעך.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:27 pm
דורך שמואל הלוי
שמעקעדיג; די סימבאל באדייט אז די אשכול איז מחובר צו איר ארט, און ווערט קיינמאל נישט אראפגעריקט אדער ארויפגעריקט, ביז מ'קלעבט איר צוריק אויף.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:01 pm
דורך ניו יארק
און וואס מיינען די אלע אנדערע סימבעלס? איז דא ווי איך קען דאס זעהן?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:07 pm
דורך שמואל שלום שלמה
בילד - Announcement
בילד - Sticky thread
בילד - Read topic
בילד - Unread topic
בילד - Read topic that you have posted in
בילד - Unread topic that you have posted in
בילד - Hot topic
בילד - Locked thread
בילד - Moved thread
בילד - Forum with subforums (which have been read)
בילד - Forum with subforums (which are unread)
בילד - Link forum
בילד - Attachment
בילד - Go to last post in the thread
בילד - Go to last unread post in the thread
בילד - Subforum read
בילד - Subforum unread

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:10 pm
דורך זר זהב
א דאנק אייך שלום שלמה שמואל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:52 pm
דורך שמעקעדיג
יישר כחכם!
(שוין לאנג נישט געזעהן דא!)

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:55 am
דורך נולד מאוחר
ווי אזוי לינק איך צי א געוויסע תגובה ? סהייסט אז ווען איינער קליקט אופן מיין לינק זאל זיך די פעדזש עפענען ממש ביי יענע תגובה?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:06 am
דורך געפילטע פיש
נולד מאוחר האט געשריבן:ווי אזוי לינק איך צי א געוויסע תגובה ? סהייסט אז ווען איינער קליקט אופן מיין לינק זאל זיך די פעדזש עפענען ממש ביי יענע תגובה?

אויף די אויבערשטע רעכטע זייט פון יעדע תגובה איז דא אזא קליינע אייקאן פון א פאפיר, קליקט אויף דעם וועט עס אויפמישן די פעידזש צו יענע תגובה, דערנאך קענט איר עס קאפיען פון די אדרעס באר.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 7:16 pm
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:ווי אזוי לינק איך צי א געוויסע תגובה ? סהייסט אז ווען איינער קליקט אופן מיין לינק זאל זיך די פעדזש עפענען ממש ביי יענע תגובה?

אויף די אויבערשטע רעכטע זייט פון יעדע תגובה איז דא אזא קליינע אייקאן פון א פאפיר, קליקט אויף דעם וועט עס אויפמישן די פעידזש צו יענע תגובה, דערנאך קענט איר עס קאפיען פון די אדרעס באר.

שכוח.

דער צוועק פין דעם אשכול "נאר צוויי ווערטער"

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:53 pm
דורך qwerty
וואס איז דער צוועק פין דעם אשכול "נאר צוויי ווערטער"?

די אלע וואס שרייבן דארטן, זעהט אויס אז זיי האבען נישט "אסאך" וואס צו זאגן, אדער בעסער געזאגט, זיי האבן ממש גארנישט וואס צו זאגן.

אויב עס איז נאר סתם אין דער וועלט אריין, בלויז אזא מין סארט "פאן", קען מען דאך מאכן אן אשכול פון "נאר איין ווארט" אויך?

נאר איך האב געקלערט, אז אפשר לויט די חוקים פון קאווע שטיבל, צי די הודעות אין דעם אשכול פין "נאר צוויי ווערטער" צי עס קען נצטרף ווערען צו דעם שיעור פון די צאל הודעות וואס מען דארף משלים זיין איידער מ'באקומט די זכי' אריינצוגיין לפני ולפנים, אינם מאחורי הפרגוד?