בלאט 9 פון 11

נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:43 pm
דורך לאמיר זאגן
מפיל קינד האט געשריבן:איין גרויסע חילוק צווישן ביידע צוואות.

אין די ערשטע שטייט אז אלע מוסדות בכל העולם זענען פאר'ן ינוקא.

אין די צווייטע שטייט קלאר אז די מוסדות אין ירושלים גייען צום ירושלימער רב.

בתורת אבדק"ק, אבער דער פאקטישער בעה"ב וואס זאל דינען בתור האדמו"ר איז ר' העשיל, אזוי ווי עס שטייט קלאר אין סעיף ה'.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:46 pm
דורך לאמיר זאגן
Chuchem האט געשריבן:
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:ארויסגעקומען א בריוו פון הרב בערגער, ביי וועמען די צוואה איז געשריבן געווארן. האט איינער די בריוו?


דא.

קודם כל וואס מיינט דאס א דעת תורה וואס הייסט נישט פאלגן א צוואה?

צווייטנס, 'למען השלום'?! אר יו קידינג מי? די דעסיזשען גייט ענדערש ברענגען שלום ווי פארקערט?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 10:00 pm
דורך [NAMELESS]
שושן פורים האט געשריבן:שטייט טאקע אזוי זייער קלאר, קוק סעיף ט'

געזעהן. נאר ס'שווער געווען פארוואס זאגט ער עס אויבן ווען ער רעט שוין פון נאך זיין אריכות ימיו.
מוז מען זאגן אז אויבן איז נישט וואס מ'זאל טון דעמאלטס, נאר ער מיינט צו זאגן אז at that point וועט דאך האפענטליך זיין אזוי און אזוי, איז דער ירושלים'ער זאל בלייבן דארט רב, און דער וועט דאך זיין אין ליקווד, א.א.וו.

נישט גוט געשריבן דאס איז זיכער.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 10:01 pm
דורך לאמיר זאגן
למעשה איז דא איינער פון די ברידער וואס שטייט יא מיט ר' העשיל?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 10:15 pm
דורך בוטן
לאמיר זאגן האט געשריבן:למעשה איז דא איינער פון די ברידער וואס שטייט יא מיט ר' העשיל?

איין טאטע

נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 10:56 pm
דורך מהיכי תיתי
איך וויל צוצייכענען די ארטיקלן פון אלי ביתאן (איך האב שוין צוגעברענגט פון איהם וועגן מחלוקת סאטמאר ב"ב מיט א קורצע דעסקריפציע אויף איהם).

מאנטאג: כל בכוריהם הרגת

דינסטאג: כל אשר תאמר שרה; הרבנית נגד הרבי

מיטוואך: רעקארדינג פונעם פאפולערן קלמן_ליברמן שאו אויף כאן-11

כ'גלייב אז אינעם נעקסטן טאג-צוויי גייט ער אויך האבן אן ארטיקל דערוועגן אויף מקור ראשון.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 11:22 pm
דורך [NAMELESS]
comment removed

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 3:03 am
דורך ארי נוהם
איך בין געוואויר געווארן גאר אסאך קריטישע און אינעווייניגסטע אינפארמאציע איבערן פרשה אין סאדיגורא.
כ'קלער פון עפענען אן אשכול און באשרייבן די גאנצע נושא מיט אלע היסטארישע דעטאלן, כ'ווייס נאר נישט צי ס'איז דא אן אוידיענץ וואס זעט עס פאר וויכטיג, וואס לכבוד דעם זאל איך אוועקגעבן אפאר שעה דאס אלעס אראפצושרייבן.

וואס האלט דער עולם? איז דא גענוג אינטערעסע אז כ'זאל לכבוד דעם נעמען די פענע אין די האנט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 3:31 am
דורך שמעון וואלף
בוטן האט געשריבן:ס'וואלט ווען געווען א קלוגע זאך, אז בחייו זאל ער מודיע זיין זיין רצון, און אזוי ארום וואלט נישט געווען קיין ספיקות פאר ווער ס'נייגעריג צו וויסן זיין רצון.

און שלום בית איז גארנישט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 4:46 am
דורך דוראק
ארי נוהם האט געשריבן:איך בין געוואויר געווארן גאר אסאך קריטישע און אינעווייניגסטע אינפארמאציע איבערן פרשה אין סאדיגורא.
כ'קלער פון עפענען אן אשכול און באשרייבן די גאנצע נושא מיט אלע היסטארישע דעטאלן, כ'ווייס נאר נישט צי ס'איז דא אן אוידיענץ וואס זעט עס פאר וויכטיג, וואס לכבוד דעם זאל איך אוועקגעבן אפאר שעה דאס אלעס אראפצושרייבן.

וואס האלט דער עולם? איז דא גענוג אינטערעסע אז כ'זאל לכבוד דעם נעמען די פענע אין די האנט?

איר פרעגט וואָס דער עולם האַלט. מײן פּערזענליכע מיינונג איבער דעם האָב איך שוין געשריבן דאָ. אויב אײך איז נוגע עפּעס למעשה, מאָגט איר ריידן דערפון. אַניט, פון וואַנענט נעמט מען דעם היתר אַרײנצושטעקן דעם נאָז אין יענעמס משפחה געשעפטן? האָבן מיר דען ניט אַ ציווי אויף רכילות?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 10:03 am
דורך אינגערמאנטשיקל
ארי נוהם האט געשריבן:איך בין געוואויר געווארן גאר אסאך קריטישע און אינעווייניגסטע אינפארמאציע איבערן פרשה אין סאדיגורא.
כ'קלער פון עפענען אן אשכול און באשרייבן די גאנצע נושא מיט אלע היסטארישע דעטאלן, כ'ווייס נאר נישט צי ס'איז דא אן אוידיענץ וואס זעט עס פאר וויכטיג, וואס לכבוד דעם זאל איך אוועקגעבן אפאר שעה דאס אלעס אראפצושרייבן.

וואס האלט דער עולם? איז דא גענוג אינטערעסע אז כ'זאל לכבוד דעם נעמען די פענע אין די האנט?

הונדרעט פראצענט!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 10:20 am
דורך [NAMELESS]
ארי נוהם האט געשריבן:איך בין געוואויר געווארן גאר אסאך קריטישע און אינעווייניגסטע אינפארמאציע איבערן פרשה אין סאדיגורא.
כ'קלער פון עפענען אן אשכול און באשרייבן די גאנצע נושא מיט אלע היסטארישע דעטאלן, כ'ווייס נאר נישט צי ס'איז דא אן אוידיענץ וואס זעט עס פאר וויכטיג, וואס לכבוד דעם זאל איך אוועקגעבן אפאר שעה דאס אלעס אראפצושרייבן.

וואס האלט דער עולם? איז דא גענוג אינטערעסע אז כ'זאל לכבוד דעם נעמען די פענע אין די האנט?

א שאלה???
כ'האב דיר שוין געלייקט פאר א דעפאזיט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 10:22 am
דורך [NAMELESS]
דוראק האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:איך בין געוואויר געווארן גאר אסאך קריטישע און אינעווייניגסטע אינפארמאציע איבערן פרשה אין סאדיגורא.
כ'קלער פון עפענען אן אשכול און באשרייבן די גאנצע נושא מיט אלע היסטארישע דעטאלן, כ'ווייס נאר נישט צי ס'איז דא אן אוידיענץ וואס זעט עס פאר וויכטיג, וואס לכבוד דעם זאל איך אוועקגעבן אפאר שעה דאס אלעס אראפצושרייבן.

וואס האלט דער עולם? איז דא גענוג אינטערעסע אז כ'זאל לכבוד דעם נעמען די פענע אין די האנט?

איר פרעגט וואָס דער עולם האַלט. מײן פּערזענליכע מיינונג איבער דעם האָב איך שוין געשריבן דאָ. אויב אײך איז נוגע עפּעס למעשה, מאָגט איר ריידן דערפון. אַניט, פון וואַנענט נעמט מען דעם היתר אַרײנצושטעקן דעם נאָז אין יענעמס משפחה געשעפטן? האָבן מיר דען ניט אַ ציווי אויף רכילות?

זיי ווילן זיין רבי'ס און זיין אין די פאבליק ספאטלייט, דאס קומט צוזאמען מיט געבן פאר די עולם צו הנאה האבן און אויסשמועסן זייער פאליטיק. מ'קען נישט נאר נעמען די עטענטשען און בילדער, און ווען עס קומט פאליטיק זאל מען פליצלינג ווילן יעדעם פארשווייגען. דאס איז די פרייז וואס זיי ווילן באצאלן פאר זיין רבי'ס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 10:56 am
דורך פיקח עצום
ארי נוהם האט געשריבן:איך בין געוואויר געווארן גאר אסאך קריטישע און אינעווייניגסטע אינפארמאציע איבערן פרשה אין סאדיגורא.
כ'קלער פון עפענען אן אשכול און באשרייבן די גאנצע נושא מיט אלע היסטארישע דעטאלן, כ'ווייס נאר נישט צי ס'איז דא אן אוידיענץ וואס זעט עס פאר וויכטיג, וואס לכבוד דעם זאל איך אוועקגעבן אפאר שעה דאס אלעס אראפצושרייבן.

וואס האלט דער עולם? איז דא גענוג אינטערעסע אז כ'זאל לכבוד דעם נעמען די פענע אין די האנט?



אוודאי די עולם קען קוים ווארטן כבין זיכער וועסט באקומען אסאך גוטע פידבעק!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 11:04 am
דורך אברך משי
ארי נוהם האט געשריבן:איך בין געוואויר געווארן גאר אסאך קריטישע און אינעווייניגסטע אינפארמאציע איבערן פרשה אין סאדיגורא.
כ'קלער פון עפענען אן אשכול און באשרייבן די גאנצע נושא מיט אלע היסטארישע דעטאלן, כ'ווייס נאר נישט צי ס'איז דא אן אוידיענץ וואס זעט עס פאר וויכטיג, וואס לכבוד דעם זאל איך אוועקגעבן אפאר שעה דאס אלעס אראפצושרייבן.

וואס האלט דער עולם? איז דא גענוג אינטערעסע אז כ'זאל לכבוד דעם נעמען די פענע אין די האנט?


בוודאי. בוודאי. וואס איז די ספק בכלל? מצוה להבין דברי חכמים, סוועט אונז אי"ה געבן א שטיקל פערספעקטיוו צו פארשטיין וואס דא גייט פאר. איך טראכט שוין די גאנצע צייט אז ס'מוז זיין עפעס אינערליכע חשבונות, ירא הקהל ויבין

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 12:29 pm
דורך מפיל קינד
איך שרייב יעצט צוואה אז [tag]ארי נוהם[/tag] זאל עפענען די פינפטע אשכול אויף סאדיגורא.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 2:32 pm
דורך בוטן
כ'וואלט געראטן דעם ארי נוהם, נישט אוועקצוגעבן שעות, נאר שרייבן קורץ און שארף, וואס ליגט דערונטער.
אז איינער וויל הסבר פון שעות לאנג, וועט ער נישט ארויסקומען קלאר. כאטש די קורצסטע וואס איז שייך, אויב ס'איז חידושים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:09 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
ארי נוהם האט געשריבן:איך בין געוואויר געווארן גאר אסאך קריטישע און אינעווייניגסטע אינפארמאציע איבערן פרשה אין סאדיגורא.
כ'קלער פון עפענען אן אשכול און באשרייבן די גאנצע נושא מיט אלע היסטארישע דעטאלן, כ'ווייס נאר נישט צי ס'איז דא אן אוידיענץ וואס זעט עס פאר וויכטיג, וואס לכבוד דעם זאל איך אוועקגעבן אפאר שעה דאס אלעס אראפצושרייבן.

וואס האלט דער עולם? איז דא גענוג אינטערעסע אז כ'זאל לכבוד דעם נעמען די פענע אין די האנט?



מיר ווארטן מיט דארשט

ייש''כ

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 11:21 pm
דורך מהיכי תיתי
אזויווי איך האב שפעקעלירט מיטוואך האט טאקע אלי געשריבען אן ארטיקל דערוועגן אויף מקור ראשון הדרמה בחצר סדיגורה: הרבנית נגד הרבי המנוח.

אבער, נאכען ליינען [tag]ארי נוהם[/tag]'ס מייסטערהאפטיגן אשכול דארף מען נישט קריכן ווייט צו זעהן ריינע אויפריכטיגע דזשורנאליזם. כ'גיי יעצט שיקן פאר אלי א לינק פונעם אשכול.

ארי נוהם, ווי וואנט מאר!

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מסאדיגור זצ"ל

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:03 am
דורך מיינונגזאגער
מפיל קינד האט געשריבן:אפילו רבי נחמן האט גאר אסאך אנהענגער און געטרייע חסידים איבער די וועלט. אסאך אידן שלעלפן אריין רבי נחמן צו זייערע שמחות קיין אמעריקע פאר גרויס געלט, אפילו זיי האבן נישט קיין שייכות מיט לעלוב.

ס'דא נאך איינער, ר' חיים יוסל וואס איז אויך א שטיקל כוכב, אבער ווערט שוין געלייגט אין שאטן קעגן זיינע ברידער.
חיים יוסל איז אן איידעם ביי הר''ב ר' מנשה הקטן ז''ל ?

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מסאדיגור זצ"ל

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:28 am
דורך מיינונגזאגער
מנחם ציון האט געשריבן:האבעך אויך אזוי געבליקט אויף דער לינק
זעה איך אז ר' אלתר'ל האט געהאט פעסטע מחותנים
תולדות אהרן רבי ז"ל
ר' מנשה קליין
ר' נתן געשטעטנער
זוטשקא רבי אן איידעם ביי ר' מרדכי זעוועהילער
#נאט בעד
יעפ ר' אלתר האט געטוהן זייער שיינע רעבישע שידוכים.
הרשנ"נ ז''ל האט מער וויניגער געטוהן זיינע שידוכים ווען ער האט געוואוינט אין אמעריקא און ער האט דאן מקפיד געווען אויף צוויי זאכען אין א שידוך א בחור א כלי און א דורך געווייקטער חסידישער איד.
הר''ב ר' בערל לייפער שליט''א מנדבורנא ( נאך א שידוך געטוהן מיט אים אין א''י)
הר''ב אליהו (אייליש) באכנער ז''ל פון ב''פ (א גאון עולם געווען, א יחסן בא''ב פון ר' שלמה'לע קראשאנובער, און אויך א בעל הבית אין אייגענע געשעפטן. א אינגערמאן לא פסיק פומיה מגירסא מיט אלע זיינע שווערקייטן וואס ער איז אדורך אין זיין קורץ לעבען)
הר''ב מנחם מענדל אלימלך גאלד שליט''א רב ואב''ד לובלין בן כ''ק מאשוואר זצ''ל (םי מםיק מרגליות א גרויסער בעל דרשן)
הר''ב שמחה אברהם קארנרייך שליט''א (עוד לא עלתה בידו לסדר רבי'סטעווע)
הר''ב אברהם משה גראס שליט''א מקערעסטיר
הר''ב ישראל ערנסטער בן הרב מנחם ערנסטער חתן ישיעות משה זצ''ל
און דאן די דריי זוהן די חשובע אדמורים הרב אהרן שליט''א הרב אליהו שליט''א און הרב יענקל שליט''א


Sent from my SM-N960U using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:04 pm
דורך בענבען
איך ווייס נישט ווי ס'קומט אריין אין די סאדיגורא אשכול אבער ר' שמעולה לעלובער איז א מחותן מיט וועלעכע ר' בערל לייפער?

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מסאדיגור זצ"ל

נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 2:28 am
דורך מיינונגזאגער
בענבען האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי ס'קומט אריין אין די סאדיגורא אשכול אבער ר' שמעולה לעלובער איז א מחותן מיט וועלעכע ר' בערל לייפער?
די עלצטע איידעם פון הרשנ''נ איז די נדבורנא רבי פון צפת ר' בערל לייפער שליט''א

Sent from my SM-N960U using Tapatalk