בלאט 9 פון 14

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2020 10:14 pm
דורך תרמב
מה בכך האט געשריבן::lol: :lol: :lol:
אישתישבי האט געשריבן:טורענהיים זאגט אז זאת חנוכה געווינט טראמפ יר"ה

איך פרעג פאר נייגעריקייט. וואס וועסטו טוהן אויב טראמפ ציהט ארויס א געווינס פונקט אום זאת חנוכה? וועסט גיין קושן טורנהיים'ס פוס? אדער זיך סתם מזכיר זיין?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2020 10:45 pm
דורך מה בכך
תרמב האט געשריבן:
מה בכך האט געשריבן::lol: :lol: :lol:
אישתישבי האט געשריבן:טורענהיים זאגט אז זאת חנוכה געווינט טראמפ יר"ה

איך פרעג פאר נייגעריקייט. וואס וועסטו טוהן אויב טראמפ ציהט ארויס א געווינס פונקט אום זאת חנוכה? וועסט גיין קושן טורנהיים'ס פוס? אדער זיך סתם מזכיר זיין?

עסן א רעטשענע לאטקע להודות ולהלל ... וזהו.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2020 11:17 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
איך פרעג מיט א תמימות. טאקע ווייל איך האב נישט דורכגעאקערט די נושא. וואס איז די תירוץ און אוקימתא אויף די ווידיאו פון דזשארזשע? זעהט מען דען נישט שווארץ אויף ווייס אז עפעס פישי גייט דא פאר?!

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2020 11:29 pm
דורך אישתישבי
תרמב האט געשריבן:
מה בכך האט געשריבן::lol: :lol: :lol:
אישתישבי האט געשריבן:טורענהיים זאגט אז זאת חנוכה געווינט טראמפ יר"ה

איך פרעג פאר נייגעריקייט. וואס וועסטו טוהן אויב טראמפ ציהט ארויס א געווינס פונקט אום זאת חנוכה? וועסט גיין קושן טורנהיים'ס פוס? אדער זיך סתם מזכיר זיין?


וועל איך אים פרעגן וועלכע סטאק גייט ארויף מארגען.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2020 9:24 pm
דורך yn.NY
טראמפ געטוויעט די פאלגענדע ווידיאוי "SO TRUE. NO WAY WE LOST THIS ELECTION!"
https://twitter.com/i/status/1335601884330127369
פארשטייט זיך ס'האט שוין א פלעג פון טוויטער

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 2:50 pm
דורך מה בכך
די סופרים קארט האט געגעבן פאר די אנגעקלאגטע שטאטן ביז דאנערשטאג דריי אזייגער צו ענטפערן אויף די אנקלאגע.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 2:51 pm
דורך מה בכך
קעווין מקארטי אין א טוויט איבער א פרישע באמבע אויפדעקונג אז א דעמאקראטישער קאנגרעסמאן האט געהאט גאר גאר נאנטע און פערזענליכע באציאונגען מיט א פרוי וואס איז געוועזן א כינעזע שפיאן אין די צייט וואס ער איז געלאפן פאר פרעזידענט, ווי אויך האט זי אים געהאלפן מיט געלטער פאר זיינע קאמפיינס.(...)

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 2:52 pm
דורך מה בכך
פרעזידענט טראמפ אין א טוויט איבער די פענסעלוועניע אנקלאגע, און איבער די פרישע טעקסאס אנקלאגע.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 2:53 pm
דורך מה בכך
'מוזורי איז אין די פייט'!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 2:53 pm
דורך מה בכך
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער גייט מיטשטיין מיט די טעקסאס אנקלאגע.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 2:54 pm
דורך מה בכך
יאטאב האט היינט געמאלדן אז זיי וועלן פון היינט און ווייטער אראפנעמען ווידיאוס וואס באשולדיגן אין וואל פעלטשונגען אדער אז ביידען איז נישט דער געווינער.!!!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 2:56 pm
דורך מה בכך
טראמפ היינט אין א רייע טוויטס איבער די וואלן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 11:33 pm
דורך קוויטעל
און אזוי זאגט ער, גרעק קעלי, פון 'נאוס-מעקס'; ס'קומט יעצט א דערקלערונג, וואס אמעריקא איז אויפ'ן וואגשאל. די קומענדע זיבן טאג, וועלן מיר זען צו די הויפט געריכט שופטים וועלן נייגן רעכטס מיט'ן זיך מוסר נפש זיין פאר'ן לאנד'ס רעכט און היסטארישע קאנסטיטושן. אדער וועלן זיי מורא האבן פאר זייער נאמען און כבוד, אז זיי זאלן נישט באזינגען ווערן אין די לינקע גאסן, וואס וועלן ווארשיינליך גרייכן ביז פארענט פון זייערע הייזער.

זאגט גרעק קעלי, איך האב שוין לאנג אויף דעם א שפריכווארט;
[center]in america people will gladly risk their lives for their country, but seldom will they risk their careers. - greg kelly
אין אמעריקע וועלן מענטשן גערן ריזיקירן זייער לעבן פאר זייער לאנד, אבער זעלטן וועלן זיי ריזיקירן מיט זייערע קאריערעס. - גרעג קעלי
[/center]

ימים ידברו... ממש געציילטע טעג...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 10:52 am
דורך yn.NY
די פרעזידענט קומט אריין גאר שארף היינט

45454545454545.png


https://twitter.com/realDonaldTrump/sta ... 59232?s=20

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 3:05 pm
דורך מה בכך
זעקס פון די שטאטן וואס האבן נעכטן געפיילט א בריוו צו די סופרים אז זיי זאלן אננעמען די טעקסאס אנקלאגע האבן היינט געמאלדן אז זיי שטעלן זיך צו און דזשאוינען די אנקלעגער.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 3:06 pm
דורך מה בכך
פענסעלוועניע האט אריין געשיקט זייער ענטפער פאר די סופרים קארט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 3:34 pm
דורך yn.NY

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 4:12 pm
דורך מה בכך
22 שטאטן האבן אריינגעגעבן א פארלאנג צום סופרים קארט נישט אנצונעמען די טעקסאס אנקלאגע.

Re: קען נאך טראמפ געווינען?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 8:40 pm
דורך החוקר
yn.NY האט געשריבן:די פרעזידענט קומט אריין גאר שארף היינט

45454545454545.png


https://twitter.com/realDonaldTrump/sta ... 59232?s=20
אה, האלט מיר שוין ערגעץ. ער איז שוין מודה אז ביידען וועט זיין מושל פאר די קומנדע פיר יאר. עס וואונדערט אים נאר אז מען לאזט דאס צו.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 12, 2020 7:47 pm
דורך מה בכך
אין א מעכטיגע זעץ פאר די טראמפ לאגע האט די סופרים קאורט ארויסגעווארפן די טעקסאס קלאגע און מיט דעם מער ווייניגער פארמאכט די טיר אויף א טראמפ צווייטע טערמין.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 12, 2020 11:12 pm
דורך קוויטעל
מה בכך האט געשריבן:אין א מעכטיגע זעץ פאר די טראמפ לאגע האט די סופרים קאורט ארויסגעווארפן די טעקסאס קלאגע און מיט דעם מער ווייניגער פארמאכט די טיר אויף א טראמפ צווייטע טערמין.

וואס איז זייער לאגישע אורזאך פאר'ן עס ארויסווארפן?
איז דען נישטא קיין עדות אויף מאסיווע פעלשונג?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 12, 2020 11:37 pm
דורך אישתישבי
טראמפ ארויס.

ער קען נאך אליין'ס אפשר אריינגעבן אין סופרים קארט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2020 2:55 am
דורך מה בכך
אישתישבי האט געשריבן:טראמפ ארויס.

ער קען נאך אליין'ס אפשר אריינגעבן אין סופרים קארט.

יא יא טורנהיים האט נאכנישט אויפגעגעבן .... :lol: