בלאט 9 פון 18
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 12:40 pm
דורך שמן למאור
קאסא גראנדע האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:כ'האב נישט געוויסט אז רבקה האט געהאט ספיקות אין אמונה... אפשר ביסטו מרחיב אין דעם?
אז מען קוקט שוין אריין אין די היסטאריע פון יציאת מצרים און די באווייזן וואס איז דא צו דעם קענסטו קוקן דא.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/The_Exodus
לגבי רבקה האב איך געשריבן א מראה מקום און קוק ווייטער אין די פרשה רמב"ן פרק כ"ז פסוק ד' וואס אינאיינעם מיט די כלי יקר וועסטו פארשטיין פארוואס רבקה האט לכתחילה נישט געפרעגט פון יצחק וואס איז געווען גרעסער בנביאה פון שם ועבר.
אויך איז דא אויף משה רבינו אליין אין מדרש ביים מעשה עגל.
עס איז א ברייטע עניין. און טאקע דאס וויל דער באשעפער עיין דרך פיקודיך להרה"ק הבני יששכר זי"ע פרק א' משנה ג' בעניין עבירה לשמה וכו'
מען דארף עפענען א באזונדערע אשכול פאר די עניין.
לגבי יציאת מצרים. איך גלייב ווען די וואלסט געזעהן מיינע לינקס וואלסטו נישט געשיקט דאס וואס דו האסט געשיקט. די שטערקסטע וואס פרעגט אפ און צעמאלט די גאנצע וויקיפדיה איז די ערשטע לינק ומתוך חשיבותו ברענגן איך עס דא נאכאמאל. מען דארף עס אנהייבן פון די אנהייב (איך ווייס נישט צו די לינק האט זיך גקאפיעט פון אנהייב אדער אינמיטן)
https://youtu.be/1T8yTJlYLj0 עס איז טאקע לאנג אבער פאר איינער וואס זוכט די אמת איבער זיין לעבן מיין איך אז עס איז ווערד צו ספענדן די ביסל צייט און ספעציעל ווען עס איז נאך זייער אינטרעסאנט
איך האב נאכנישט אנגעקומען צו קוקן דיינע קליפס און לינקס, אבער כ'זע שוין אז דו ברענגסט פון צווייפלהאפטיגע מקורות און דער יעניגער פונעם ווידיאו איז נישט קיין אנגענומענער עגיפטאלעדזשיסט. ער האט א נייע מהלך דערין וואס רוב האלטן נישט פון דעם, געווענליך איז דא א גוטע סיבה פארוואס... נאכאמאל, איך דארף נאך זען וואס ער זאגט, אמאל אמאל מאכט זיך אז אלע האבן עס ראונג און די יוצא דופן'דיגע חברה האבן עס יא ארויס... אבער געווענליך איז עס נישט אזוי.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/New_Chronology_(Rohl)
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 12:58 pm
דורך סקעפטיקער
קאסא גראנדע האט געשריבן:
לגבי עזרא וועסטו קוקן מיין פריערדיגע תגובה וועסטו פארשטיין.
איך זעה נישט קיין תגבות פארדעם וואס זאלן רעדן דערפון, אויב דו קענסט ביטע גיב א לינק
קאסא גראנדע האט געשריבן:די ארכיאולוגישע וועלט האט לעצטע וואך עס יא קאנפירעמד נאך א יאר פון חילוקי דעות
וואס מיינט אז די ארכאלאגישע וועלט האט עס קאנפירמד? וואו קאנפירמד עס די ארכאלאגישע וועלט? סך הכל האט גרשון גליל עס מפרסם געווען אין די נייעס שוין א יאר צייט און נישט א סייענטיפישע דזושרנאל מיט אלע פרטים ווי די סדר איז. און לעצטנס האט ער עס יא מפרסם געווען אין א דזשורנאל. אבער נאכאלס זענען רוב חוקרים נישט איינשטימיג מיט אים, און הייבן נישט אן צו זעהן אז דארט זאל שטיין וואס ער וויל עס זאל שטיין (אזויווי דו קענסט זעהן אין די אלע לינקס, דאס איז אלעס שוין נאך די לעצטיגע פירסום)
קאסא גראנדע האט געשריבן:די רינדיגע תפילין און אנדערע זאכן האט מען געטראפן אין א גניזה נישט געניצט. סאו אדרבה ווי זעסטו פארקערט?
איך רעד פון די תפלין פון קומראן, זעה
דא דא דא און
דא
קאסא גראנדע האט געשריבן:קוק מיינע לעצטע תגובות וועסטו שוין ווערן קלאר לגבי די דגים טמאים
כאפ איך נישט פונקטליך
יציאת מצרים איז אן אריכות גדול וואס פאדערט א שמועס פאר זיך, ועוד חזון בעת הפנאי (שוין דא אן אשכול?)
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 1:07 pm
דורך סקעפטיקער
איך פארשטיי נישט די טענה פון הלכות. מ'קען רואיג זאגן אז רוב פרטים אין הלכות - אפי' די דאורייתא'ס - זענען שפעטערע הגדרות פון חז"ל, אפילו געוויסע ארטאדאקסישע דענקערס וועלן דאס מודה זיין למחצה לשליש ולרביע. און די פשוט'ע דאורייתא'ס זענען בכלל נישט שווער צו פארשטיין, א חלק פון זיי זענען געווען קאסטומס און מנהגים וואס יעדע פאלק האט זיך געהאט וואס מ'האט מיט די צייט אנגעלייגט אז מסתם קומט דאס פון משה, א חלק זענען הנהגות בין אדם לחבירו און דיני עריות וואס זענען פונקט אזוי געווען ביי אנדערע פעלקער, איך זעה נאכנישט וואס האט זיך נישט געקענט דעוועלאפן נאטורליך. אפילו כשרות - אסאך פעלקער האבן געהאט זייערע חיות וואס זיי האבן יא אדער נישט געגעסן צו מכח געוואוינהייט צו מכח פריערדיגע איינרעדענישן וואס איז צוביסלעך געווארן institutionalized און פארשריבן אלס א מצוה וואס די אייבערשטער האט געזאגט פאר משה.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 1:54 pm
דורך קאסא גראנדע
שמן למאור האט געשריבן:קאסא גראנדע האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:מתבודד האט געשריבן:די בודהיסטן האבן דען אזויפיל חילוקי דינים בפרטי פרטים ווי אונז? אדער איז דאס רוב פונעם ש"ס 'אגדתא' מיט סיפורי מעשיות?
(כ'פרעג ווייל כ'ווייס נישט)
א גרויס חלק דערפון איז יא דינים, אזוי פיל ווי א דריטל. אבער נישט וועגן דעם האב איך דא אהערגעברענגט די בודהא סקריפטן. איך האב עס אהערגעשטעלט צו טשעלענדזשן די צווייטע חלק פון וואס @צעמישט און צעחישט האט געברענגט, אז היות עפעס איז אזוי טיף מוז עס זייט געטליך, אויף דעם האב איך אנגעוויזן אז ס'איז דא אסאך טיפע שרייבווערק ביי די גוים אויך.
אויף די ערשטע חלק אז ס'איז דא אזוי פיל דינים, פארשטיי איך בכלל נישט פארוואס דאס דארף צו צייגן אז ס'איז געטליך. אויב עפעס ווייזט עס אז דער גרינדער פון די רעליגיע איז געווען א גרויסע קאנטראל פריק, וואס האט געזיכט צו קאנטראלירן יעדע אספעקט פון זיינע נאכפאלגערס לעבן.
אז מהר"א וועט זען אז א פיצא סטאר אין זיין שטאט זאל זיין פארמאכט, און אז די פרויען מוזן זיך שערן די האר, און זיי טארן נישט דרייוון, און מוזן גיין שפיצלעך, און מען טאר נישט פארן קיין בייקס וכ' וכ' איז דאס א סימן אז זיין ווערסיע פון אידישקייט איז מער געטליך ווי די ווערסיע וואס מען האט אין פלעטבוש ווי מען מעג יא טון די אלע זאכן? פארוואס צייגט מער דינים אויף מער געטליך? אויב עפעס ווייזט עס אויף איינער וואס זיכט קאנטראל.
פארשטייט זיך אבער אז ממש א געוואלד פון זאכן איז שפעטערדיגע צוגעלייגטע זאכן פון די רבנן און קומט נישט דורעקט מסיני. נעם פאר א משל גאנץ הלכות תפילה מיט אלע אירע פיטשיווקעס, וויפיל פרטים און חילוקי דינים איז דא אין איר? סימנים אויף סימנים אין שו"ע זענען ביזי מיט אלע אספעקטן פון תפילה ווען מדאורייתא איז מען יוצא מיטן זאגן טענק יו האשעם און פארטיג. די גאנצע שמו"ע איז א אויסטרעף פון ערשט בערך 1,000 יאר נאך מעמד הר סיני אין די צייטן פון די אנשי כנסת הגדולה, זיי האבן געמאכט די גאנצע לשון פון סקרעטש! פאר הונדרעטע יארן האט גאנץ כלל ישראל נישט געדאוונט קיין שמו"ע!
אין דעם כלל גייט אויך אריין קריאת התורה, ברכות, נטילת ידים, מוקצה, ועוד הרבה, אזוי אז ווען מען קוקט גוט אריין דערין זעט מען אז רוב פון די אלע חילוקי דינים זענען יא מעשי ידי אדם. און אפילו דארטן ווי די עיקר דין איז יא א דאורייתא זענען געווענליך די פרטי הדינים און סייגים -די צוגעלייגטע זאכן פון די רבנן, דאס וואס מאכט עס קאמפלעצירט.
פון דעם אליין אז מקרא מגילה אדער נר חנוכה און אנדערע מצוות דרבנן האבן אזוי פיל פרטי דינים, און אויף דעם ווייסן מיר קלאר אז ס'איז געמאכט דורך מענטשן, פון דעם זעט מען דאך קלאר אז מענטשן קענען אויסטרעפן קאמפלעצירטע דינים און הלכות פון סקרעטש...
מר שמן. עס פעהלט דיר אסאך ידיעות.
ברכת המזון קומט פון משה רבינו תיקן בזמן המן במדבר. ברכת על נטילת ידים שלמה המלך תיקן. קריאת התורה איז פון משה רבינו. ס"ה האט עזרא צוגעלייגט קריאת התורה ביי מנחה שבת מיטאג. אפילו די בעסיס פון הלכות מקצה קומט אויך פון שלמה המלך קוק דא
https://www.yeshiva.org.il/midrash/34452 און מסכת שבת דף ל'. און די מערסטע וויכטיגע נקודה וואס דו האסט א טעות איז אין תפילה, קרבנות קומט נאך פון פאר עזרא געבויעט אויף די נביא ונשלמה פרים שפתינו. און אידן האבן געדארפט זיך שטעלן צו גיין מעמדות צום בית המקדש
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E% ... %95%D7%AA_(%D7%99%D7%94%D7%93%D7%95%D7%AA און די אידן פון זייערע שטעט האבן געפאסט און געדאווענט אין שוהל ווי געברענגט אין מסכת תענית
ומה טעם תקנו מעמדות?
לפי שנאמר צו אל בני ישראל ואמרת אליהם את קרבני לחמי לאשי (במדבר כ"ח), והאיך קרבנו של אדם קרב והוא אינו עומד על גביו? לכן התקינו מעמדות, וראשי המעמדות היו שליחי העם שנחשבו כמוהם. וישראל שבאותו משמר היו מתכנסים בעריהם לבית הכנסת ומתפללים, ויושבים ארבע תעניות: ביום שני שלישי רביעי וחמישי בשבוע.
בשני התענו והתפללו על יורדי הים,
בשלישי על הולכי מדבריות,
ברביעי על אסכרה שלא תפול על התינוקות,
בחמישי על עוברות שלא יפולו ועל מיניקות שיניקו את בניהם (תענית כ"ז:).
און די גאנצע עניין פון תפילה איז נישט א טענקיו השם פארקערט עס איז מתפלל צו זיין אויף די געברויכן. דו וואלסט זיך נישט געוואלט טוישן מיט די תפילות בזמן בית ראשון.
איי די נוסחאות שונות בתפילה קוק אין זוהר חי להרה"ק מקאמארנא אז יעדע שבט האט געהאט א אנדערע נוסח התפילה לפי שורש נשמתם און די זעלבע זאך מיט תפילין און היות היינט ווייסן מיר נישט פון וועלעכע שבט מיר שטאמען איז נולד געווארן פארשידענע נוסחאות לפי תיקון נשמותינו. אבער יעדער פלעגט דאווענען דריי מאל א טאג און מער.
און אזוי ווייטער וואס טיפער די קוקסט אריין אין רוב הלכות וועסטו זעהן אז די חכמים האבן אסאך גרינגער געמאכט פאר אונז. למשל מן התורה דארף מען ליינען קריאת שמע א גאנצע טאג אין די חכמים זאגן נאר ביז חצות. די זעלבע ערוב תבשולין. מן התורה דארף מען קאכן פאר שבת אפילו אויב האסט נישט געמאכט קיין עירוב. אבער די חכמים זאגן מען זאל מקיל זיין אויב האט מען נישט געמאכט. מן התורה איז מען מחוייב תרומות ומעשרות אפילו ווען עס קומט אריין אין שטוב דורכן פענסטער די חכמים האבן מקיל געווען. די רשומה איז זייער גרויסע און מען קען עפענען א באזונדערע אשכול פאר די רשימה. אבער ס"ה מאכט עס קאמפלעצירט פאר איינער וואס וויל טוהן זאכן ככל הבא ליד. און דאס איז שוין די עיקר תורה אויסצולערנען א מענטש אים אויסצואאיידלן נישט צו טוהן זאכן מכל הבא ליד נאר טראכט צו איך מעג. צו עס איז ריכטיג וכו' די שטאפלן פון מחשבה גייען מעלה מעלה על פי קבלה און על פי חסידות וכו'
אדער האסטו נישט מיטגעהאלטן די שמועס, אדער פראבירסטו נישט צו פארשטיין.
אונז האבן דא דן געווען איין איינציגע זאך, און אויף דעם האט זיך מיין תגובה באצויגן, און דאס איז צו מענטשן וואלטן געמאכט דינים מיט אזוי פיל פרטים און חילוקי דינים, אויב נישט, איז לכאורה די אלע פרטים וואס די תורה האט א ראיה אז עס קומט פון גאט. אויף דעם האב איך געברענגט אז יא! גאר אסאך דינים וואס קומט בכלל נישט מסיני נאר מענטשן (די מנהגים) האבן עס אליין פאברעצירט קומט אויך פיל מיט פרטים. (צו ווייל זיי האבן עס מתחילה געמאכט אזוי, צו ווייל מיט די יארן קומט צו די אלע חילוקי דינים)
וואו האב איך בכלל גערעדט פון ברכת המזון? מן התורה דארף מען טאקע בענטשן ווען מען ווערט זאט, כ'האב עס ניטאמאל דערמאנט. זעט אויס אז דו האסט ליב צו בויען סטראומען ארגומענטן.
וואס ווילסטו ברענגען מיט דעם אז שלמה המלך איז געווען דער וואס האט מתקן געווען נטילת ידים אדער מוקצה? דאס ברענג איך דאך, אז עס איז אלעס א שפעטערדיגע אויסטרעף און קומט נישט מסיני.
איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז משה רבינו האט מתקן געווען צו ליינען. אין אונזער גמרא שטייט אז די 'נביאים שביניהם' האבן דאס מתקן געווען. אבער מיין פוינט בלייבט די זעלבע, עס איז א פרישע צוגעלייגטע זאך וואס איז ווייטער נישט מסיני.
אין די המשך פון דיין תגובה פארסטו אינגאנצן צו אן ארץ לא זרועה, איך האב נישט קיין אנונג וואו אהין די צילסט און וואס דו ווילסט ארויסברענגען, איך וואלט נאר יא געקענט באשטיין צו וויסן וואס דו רעדסט וועגן, ווען די זאגסט אז מן התורה 'דארף' מען ליינען קרי"ש א גאנצן טאג, און די חכמים האבן מיקל געווען נאר ביז חצות. עפעס קלעבן נישט דיינע ווערטער...
בנוגע תפילה, האסט צאמגעווארפן שיינע מקורות וועגן וואס די אידן האבן געטון בזמן שבית המקדש היה קיים, איך זע אבער נישט וואו דאס קומט אהער צום שמועס. לויט די רמב"ם איז מן התורה גענוג צו בעטן פאר איין מינוט אין טאג, און יוצא געווען. לויטן רמב"ן איז מען דאס אויך נישט מחויב נאר אין אן עת צרה. דאס דאווענען דריי מאל אין טאג איז א תקנה. די ערשטע מאל וואס מיר טרעפן בכלל אזא מושג איז אין ספר דניאל, אבער פאר דעם ווערט עס בכלל נישט דערמאנט. פאר הונדערטע יארן האבן אידן לכאורה נישט געדאוונט דריי מאל א טאג, בזמן השופטים זיכער נישט.
(מיר טרעפן יא ווי די גמרא ברענגט אז די אבות האבן מתקן געווען תפילת שחרית מנחה וערבית, דאס איז קלאר אז די ניסח האבן זיי נישט מתקן געווען, אבער אז מען לערנט די גמרא כפשוטו קען מען זאגן אז זיי האבן איינגעפירט אז מען זאל דאווענען דריי מאל א טאג און זייט דעמאלטס איז געווען א מנהג ביי אידן צו עפעס דאווענען דדריי מאל אין טאג. די שאלה איז צו ס'איז טאקע אזוי געווען, אדער שפעטער ווען עס איז איינגעפירט געווארן האט מען דאס שוין למפרע ארויפגעלייגט אויף די אבות אזוי ווי מיר טרעפן אסאך מאל אז די תנאים ואמוראים האבן ארויפגעהאנגן זייער זאכן אויף פריערדיגע. אזוי צו אזוי איז די אלע הלכות אין פרטים זיכער נישט געווען, דאס איז אלעס שפעטער צוגעקומען צוזאמען מיטן פארמאלן ניסח התפילה בזמן האנשי כנסת הגדולה און די יארן שפעטער)
אויב האסטו סך הכל געוואלט ווייזן אויף די נקודה צו א גאט גיבט אסאך מצוות. דאן אפשר ביזטו מיר מסביר ווי איז אריינגעקומען די נקודות וואס דו ברענגסט לגבי די הוספות פון חז"ל? נאר דו"ק ותחשוב אז עפעס טיפער שטערט דיר און מיין ענטפער איז געווען פראבירענדיג צו פארשטיין די פנימיות נישט נאר חציניות פון דיין תגובה.
די נפקא מינא איז פשוט אויב א נביא האט צוגעלייגט אדער חז"ל ווייל אין פסוק שטייט קלאר אז עס איז א מצוה צו פאלגן א נביא און עס שטייט וויאזוי בוחן צו זיין צו ער איז א נביא אמת. אזוי אויך ווארענט די תורה אויב אידן וועלן ווילן א מלך גייט מען אים מוזן פאלגן (די תורה האט נישט געגליכן דאס אידן וועלן נעמען אויף זיך א מלך) סאו אודאי וויל איך דיר אפטיילן אין קאפ צווישן תקנת חכמים און תקנת שלמה המלך אדער תקנת משה רבינו ושאר נביאים.
לגבי קריאת התורה פליז קוק דא
https://www.yeshiva.org.il/wiki/index.p ... 7%A8%D7%94 און דא
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%A7% ... 7%9C%D7%94.
לגבי ברכת המזון און ברכת נטילת ידים האב איך געענטפערט אויף דיין נקודה אז ברכות איז א נייע זאך. ביטע קוק איבער דיינע ווערטער און אויב דו ווילסט אריינגיין אין דעטאלן (איך האב פראבירט מקצר זיין ווייל נישט דאס איז די אשכול) קען מען מאריך זיין נאך און נאך למשל אפילו ברכת על המחיה און בורא נפשות זענען מן התורה און ברכת התורה לויט רוב פוסקים איז אויך מדאורייתא (ברכות דף ל"א אמר רב יהודה מנין לברכת התורה לפניה מן התורה שנאמר כי שם ה' אקרא הבו גדל לאלהינו", והיינו שכאשר משה רבינו בא ללמוד תורה הוא בירך ברכות התורה יחד עם כל ישראל) . און קוק אין שיטה מקובצת און די יעב"ץ און שו"ת שאגת אריה ווי זיי זענען מבאר אז אפילו די וואס זאגן אז עס איז מדרבנן זאגן עס נאר אויף די נוסח הברכה והא ראיה אז די נביא זאגט על מה אבדה הארץ של שלא ברכו בתורה תחילה און עס קען נישט זיין אז די חורבן איז געקומען אויף א ברכה דרבנן, די זעלבע זאך מיט קידוש שבת איז א דאורייתא (איך גיי נישט אריין אין די מחלוקה צו בייטאג אדער ביינאכט) ס"ה די נוסח קידוש איז מדרבנן (עס שטערט דיר זייער נוסח. האסט א בעסערע נוסח. פליז שעיר מיט אונז. עס קען זיין אינטרעסאנט).
די זעלבע זאך מיט תפילת אזוי ווי דו אליין ברענגסט אז תפילות אבות תיקנם און אידן פלעגן אלעמאל דאווענען דריי מאל א טאג אפילו מיט די נוסח התפילה פון שמונה עשרה (כמבואר בגמרא יומא דף ס"ט דאמר רבי יהושע בן לוי למה נקרא שמן אנשי כנסת הגדולה שהחזירו עטרה ליושנה אתא משה אמר (דברים י, יז) האל הגדול הגבור והנורא אתא ירמיה ואמר נכרים מקרקרין בהיכלו איה נוראותיו לא אמר נורא אתא דניאל אמר נכרים משתעבדים בבניו איה גבורותיו לא אמר גבור אתו אינהו ואמרו אדרבה זו היא גבורת גבורתו שכובש את יצרו שנותן ארך אפים לרשעים ואלו הן נוראותיו שאלמלא מוראו של הקב"ה היאך אומה אחת יכולה להתקיים בין האומות) פון די גמרא זעהט מען קלאר אז ירמיה הנביא האט שוין געדאווענט מיט די נוסח התפילה און אזוי אויך משה רבינו. סך הכל איז געווען געוויסע ווערטער וואס די אנשי כנסת הגדולה האבן משחזר געווען אפילו נישט צוגעלייגט אליין. (אויסער ולמלשינים) ווי מען זעהט קלאר פון די מעשה אין מסכת ברכות אז די חכמים האט וויי געטוהן אז מען האט צוגעלייגט איבעריגע ווערטער ( ברכות ל"ג - ההוא דנחית קמיה דר' חנינא, אמר: האל הגדול הגבור והנורא והאדיר והעזוז והיראוי החזק והאמיץ והודאי והנכבד. המתין לו עד דסיים, כי סיים א"ל: סיימתינהו לכולהו שבחי דמרך? למה לי כולי האי? אנן הני תלת דאמרינן, אי לאו דאמרינהו משה רבינו באורייתא ואתו אנשי כנסת הגדולה ותקנינהו בתפלה לא הוינן יכולין למימר להו, ואת אמרת כולי האי ואזלת? משל למלך בשר ודם שהיו לו אלף אלפים דינרי זהב, והיו מקלסין אותו בשל כסף והלא גנאי הוא לו')
פון דא זעהט מען קלאר די פחד פון חז"ל און אנשי כנסת הגדולה נישט צולייגן קיין אראפ. אפילו אין א ווארט.
קען מען דען זאגן אז עס איז שפעטער נולד געווארן? איי קומט מען צוריק צו דיין קשיא איז דען גאט אזא קאנטראל פריק פארוואסזשע טאקע האט ער דאס געוואלט פון אונז. איז דאס געטליכקייט? די ענטפערס זענען פארשידענע אבער עס קומט ערשט צו האבן אמונה צו גלייבן אז עס איז דא א באשעפער וואס איז העכער אונזערע השגות און איינמאל עס איז דא אזא דרך קען איך נישט פארשטיין יעדע זאך פארוואס ער וויל אזוי אבער מתוך נאמנות און רוב טובו יא צו מיר לאזן פארשטיין א חלק זאכן טוב איך עס מתוך אימון בו! איי ווער זאגט ער איז דא בכלל? האב איך געשריבן א עקסטערע תגובה מיט הוכחות יציאת מצריים און לאמיר דעבאטירן ביז מען קומט אן צום אמת. מען קען אנקומען אויב מען לייגט אוועק שווערע געפילן און נגיעות.
איך מיין אז איך דארף נישט ענטפערן אויף יעדע פרט והפרטים על כולם יצא
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 2:19 pm
דורך צומישט און צוחישט
לגבי ווער ס'האט מתקן געווען קריאת התורה, ז"ל המג"א ריש ס' קל"ה: איתא ברי"ף פ"ד דמגילה, ירושלמי:משה תיקן לישראל שיהיו קורין בתורה בשבתות ובימים טובים ובראשי חדשים ובחול המועד (אזויווי קסא גראנדא האט געשריבן), ועזרא תיקן שיהיו קורין ג' בשני וחמישי ובמנחה עכ"ל, וצ"ע דאיתא במרובה שהלכו ישראל ג' ימים בלא תורה בימי משה, עמדו הנביאים שביניהם ותקנו שיהיו קורין בב' וה' ובשבת ועזרא תיקן במנחה (שמן למאור'ס קושי'),והתוס' ריש פרק ב' דברכות כתבו ג"כ שעזרא תיקן קיה"ת והקשה הב"ח עליהם בסימן תרפ"ה מההיא דמרובה וכו', ואפשר לומר דהתוס' לא נחתו לדקדק בזה ועיקר קושיתם כיון דתקנת נביאים היה א"כ לא שייך לומר דקרא והיו אתא להורות על כך,והא דכ' הרי"ף שעזרא תיקן בב' וה', היינו מנין הקרואים כדאיתא בגמ' "וא"כ משה תיקן מנין הקרואים בשבתות וי"ט ור"ח וחה"מ", וכן משמע ברמב"פי"ב מתפלה ובסמ"ק סי' קמ"ט. עד כאן
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 2:22 pm
דורך קאסא גראנדע
שמן למאור האט געשריבן:קאסא גראנדע האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:כ'האב נישט געוויסט אז רבקה האט געהאט ספיקות אין אמונה... אפשר ביסטו מרחיב אין דעם?
אז מען קוקט שוין אריין אין די היסטאריע פון יציאת מצרים און די באווייזן וואס איז דא צו דעם קענסטו קוקן דא.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/The_Exodus
לגבי רבקה האב איך געשריבן א מראה מקום און קוק ווייטער אין די פרשה רמב"ן פרק כ"ז פסוק ד' וואס אינאיינעם מיט די כלי יקר וועסטו פארשטיין פארוואס רבקה האט לכתחילה נישט געפרעגט פון יצחק וואס איז געווען גרעסער בנביאה פון שם ועבר.
אויך איז דא אויף משה רבינו אליין אין מדרש ביים מעשה עגל.
עס איז א ברייטע עניין. און טאקע דאס וויל דער באשעפער עיין דרך פיקודיך להרה"ק הבני יששכר זי"ע פרק א' משנה ג' בעניין עבירה לשמה וכו'
מען דארף עפענען א באזונדערע אשכול פאר די עניין.
לגבי יציאת מצרים. איך גלייב ווען די וואלסט געזעהן מיינע לינקס וואלסטו נישט געשיקט דאס וואס דו האסט געשיקט. די שטערקסטע וואס פרעגט אפ און צעמאלט די גאנצע וויקיפדיה איז די ערשטע לינק ומתוך חשיבותו ברענגן איך עס דא נאכאמאל. מען דארף עס אנהייבן פון די אנהייב (איך ווייס נישט צו די לינק האט זיך גקאפיעט פון אנהייב אדער אינמיטן)
https://youtu.be/1T8yTJlYLj0 עס איז טאקע לאנג אבער פאר איינער וואס זוכט די אמת איבער זיין לעבן מיין איך אז עס איז ווערד צו ספענדן די ביסל צייט און ספעציעל ווען עס איז נאך זייער אינטרעסאנט
איך האב נאכנישט אנגעקומען צו קוקן דיינע קליפס און לינקס, אבער כ'זע שוין אז דו ברענגסט פון צווייפלהאפטיגע מקורות און דער יעניגער פונעם ווידיאו איז נישט קיין אנגענומענער עגיפטאלעדזשיסט. ער האט א נייע מהלך דערין וואס רוב האלטן נישט פון דעם, געווענליך איז דא א גוטע סיבה פארוואס... נאכאמאל, איך דארף נאך זען וואס ער זאגט, אמאל אמאל מאכט זיך אז אלע האבן עס ראונג און די יוצא דופן'דיגע חברה האבן עס יא ארויס... אבער געווענליך איז עס נישט אזוי.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/New_Chronology_(Rohl)
ב"ה איך האב וואס צו טוהן און איך וועל מוזן מאכן צייטן ווען איך ענטפער ווייל איך קען דא זיצן אגאנצע טאג אויף יעדעםס תגובות. אויך האב איך געגעבן גענוג חומר יעדער זאל זיין פארנומען צו חוקר די זאכן וואס איך האב געשיקט צו עס איז קראנט אדער נישט און נאכדעם צוריקקומען דעבאטירן. (אגב פארלאזט זיך קיינמאל נישט אז יעדער זאגט אדרבה גיי נאך יעדע דיטעיל וואס ער זאגט און קוק צו עס האט א גוטע בעיס אויף וואס ער בויעט עס)
אי"ה וועל איך ענק נאך ברענגן ארכיאולוגישע און דאקומענטירטע ראיות אויף גאר אסאך זאכן וואס ענק רופן אן אז מען האט עס ארויפגעשמירט אויף משה רבינו אבער באמת קומט פון חז"ל. ווי מען טרעפט אז מען האט זיך שוין אזוי נוהג געווען בימי נביאים ושופטים. איך וועל בעזה"ש אנקומען צו דעם בקרוב. המלאכה מרובה.
אפילו ביי עזרא הסופר וואס א חלק ליינער לערנען אפ די פסוקים כאילו כמעט גאנץ כלל ישראל האט חתונה געהאט מיט גויטעס און מחלל שבת געווען.
פליז קוק קלאר וויפיל אידן פון די זענען געווען? די זעלבע ספר אויף וואס דו בויעסט דיין טעאריע. שרייבט אז מען רעדט פון אינגאנצן 42,000 אידן וואס זענען ארויף פון בבל. קוק דא
http://www.odyeda.com/he/ אז כלל ישראל האט פארמאגט 8 מאל אזוי סאך אידן וואס האבן בעיקר געוואוינט אין בבל און ווי מען זעהט אין די אידישע און נישט אידישע היסטארישע ביכער (אויך אין חז"ל) אז עזרא האט אויסגעקליבן די שוואכע פון כלל ישראל און די ערליכער זענען געבליבן אין בבל. סאו ס"ה 12% פון כלל ישראל האט נישט געטויגט (קוק די פראצענטן אין אלע אנדערע תקופת. דאס איז א פיצעלע פערצענט) און קוק ווייטער אין סוף נחמיה קלאר אין פסוק אז אלעס האט געשטאמט פון עמי הארצות פון די קליינע פערצענט נישט פון שלעכטיגקייט. זיי האבן מגייר געווען עמונים אין חתונה געהאט מיט זיי. נישט מיט א גוי נאר די גירות איז נישט געווען א גירות וכדו'. אבער עס איז נישט דעמאלט נולד געווארן חידושים אין די תורה אדער אין הלכה. (עס קומט מיר פאר ווי איינער זאל ווען זאגן אז נאך די האליקאויסט זענען נולד געווארן פרישע הלכות אין הלכות עגונה. מהא ראיה אזוי פיל רבנים זענען דאך געזעסן דן צו זיין אין די עניין. און אזוי סאך תשובות זענען געשריבן געווארן אויף דעם זיכער איז עס נייע תורות. לאכעדיג אזוי צו זאגן. אדרבה עזרא און נחמיה האבן זיך דעמאלט אויפגעפירט די זעלבע מיט די שוואכע און געפריבט אויפצוקומען מיט עני היתר פאר עניוואן. גלייבטס מיר אז ביז 500 יאר ארום וועט נאך זיין אויבער-חכמים וואס גייען נאך אנשמירן אויף די רבנים פון נאך די האליקאויסט אז גאנץ הלכות עגונה האבן זיי גאר מוסיף געווען צו די תורה. אדרבה די מר שמן הטהור ווייז מיר אויף אז נישט כל שכן 500 יאר ארום)
ס"הוואס מיר ווילן צוקומען איז;
יציאת מצרים איז אמת. און אודאי פראבירט עס די וועלט צו באהאלטן ווייל דאס איז די גרעסטע ראיה (סאו פאר) אז עס איז דא א מנהיג לבירה. נישט אזוי? אויב נישט דאן וואס איז יא א הוכחה?
מ'גיימיר בס"ד אנקומען צו הוכחות אז עס איז געווען א מתן תורה (מען גייט דעבאטירן צו מען האט עס געגענט שפילן). און דאס איז א הוכחה אז דאס איז די אמת! נישט אזוי?
מ'גיימיר אנקומען צו תקופות שופטים נביאים אז כלל ישראל האט איינגענומען ארץ כנען און די מעשיות תנ"כי זענען אמת. - דאס גייט ווייטער זיין א הוכחה צו ביידע פריערדיגע עניינים. און אז עס איז נישט ארומגעשפילט געווארן שפעטער.
מ'גיימיר דורכגיין א לרשימה מיט ראיות אז אידן האבן זיך געפירט בזמני השופטים און בזמני הנביאים מיט די הלכות וואס אונזערע חז"ל ברענגן אונז אלץ הלכות וואס אונז מיינען אז עס איז חידושים (אפילו עסן בונדלעך אום שבת וועלן מיר ברענגן סיי פסוקים פון נ"ך מימי השופטים און סיי אנדערע היסטוריה). אבער לאמיר זיך האלטן אין א סדר הדברים נישט סתם צאמווארפן אלע תקופות און אלע סאבזשעקטס אויף איינמאל ווייל מען וועט נישט קענען אנקומען אזוי
* סאו פליז קומטס אריין וואס נאך דארף מען דא מנתח זיין?
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 3:13 pm
דורך סקעפטיקער
צוויי לינקס קייען איבער די קמיע פון הר עיבל וואס איך האב שוין גענטפערט
אבן של יהושע ווייס איך נישט וואס דו מיינסט, דיין לינק פירט צום אבן השתיה אויפן הר הבית
פפירוס אפיוור איז לדעתי זאמד אין די אויגן, איינער רעכנט דארט אויס יעדע זאך וואס קען נאר גיין ווראנג, און עטליכע פון די זאכן שטימען אביסל מיט די מכות, איז וואס? אפילו שמואל פוקס האט עס זייער אוועקגעמאכט אויף קול מבשר
אוואריס איז א שטעטל פון די היקסאס, צו זאגן אז די היקסאס זענען די אידן איז כמעט מן הנמנע מכמה סיבות, איך וועל מאריך זיין אויב דו ווילסט דיך שטעלן אויף דעם
חוץ מזה דארפן דיינע ראיות קלעבן איינער מיט די אנדערע, קענסט נישט טאנצן פון ראיות פון איין תקופה צום צווייטן, און פון איין טיימליין צום צווייטן
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 3:19 pm
דורך שמן למאור
קאסא גראנדע האט געשריבן:
אויב האסטו סך הכל געוואלט ווייזן אויף די נקודה צו א גאט גיבט אסאך מצוות. דאן אפשר ביזטו מיר מסביר ווי איז אריינגעקומען די נקודות וואס דו ברענגסט לגבי די הוספות פון חז"ל? נאר דו"ק ותחשוב אז עפעס טיפער שטערט דיר און מיין ענטפער איז געווען פראבירענדיג צו פארשטיין די פנימיות נישט נאר חציניות פון דיין תגובה.
מיסטער קאסא, דו קומסט אריין אינמיטן א שמועס, דו קוקסט ניטאמאל פון וואו די שמועס האט זיך אנגעהויבן, און דו רעדסט און רעדסט און רעדסט אן קיין אויפהער שלא מן הענין.
קוק ביטע
די תגובה דא פון וואו די גאנצע שמועס האט זיך אנגעפאנגען, ליין על הסדר שטייט און מיט ישוב הדעת וואס ער שרייבט און וואס איך שרייב צוריק, וועסטו אנפאנגען צו פארשטיין וואס די שקליא וטריא איז דא.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 3:44 pm
דורך שמן למאור
סקעפטיקער האט געשריבן:
אוואריס איז א שטעטל פון די היקסאס, צו זאגן אז די היקסאס זענען די אידן איז כמעט מן הנמנע מכמה סיבות, איך וועל מאריך זיין אויב דו ווילסט דיך שטעלן אויף דעם
אפשר ביסטו יא מעריך אין די ראיות, ווייל דעיוויד ראל פון די ווידיאו וואס קאסא ברענגט (די לענגערע ווידיאו וואס קאסא ברענגט אויבן אז דאס איז די שטערקסטע פרוף) האלט יא אז דארטן האבן די איזרילייטס געוואוינט.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 3:52 pm
דורך קאסא גראנדע
סקעפטיקער האט געשריבן:
צוויי לינקס קייען איבער די קמיע פון הר עיבל וואס איך האב שוין גענטפערט
אבן של יהושע ווייס איך נישט וואס דו מיינסט, דיין לינק פירט צום אבן השתיה אויפן הר הבית
פפירוס אפיוור איז לדעתי זאמד אין די אויגן, איינער רעכנט דארט אויס יעדע זאך וואס קען נאר גיין ווראנג, און עטליכע פון די זאכן שטימען אביסל מיט די מכות, איז וואס? אפילו שמואל פוקס האט עס זייער אוועקגעמאכט אויף קול מבשר
אוואריס איז א שטעטל פון די היקסאס, צו זאגן אז די היקסאס זענען די אידן איז כמעט מן הנמנע מכמה סיבות, איך וועל מאריך זיין אויב דו ווילסט דיך שטעלן אויף דעם
חוץ מזה דארפן דיינע ראיות קלעבן איינער מיט די אנדערע, קענסט נישט טאנצן פון ראיות פון איין תקופה צום צווייטן, און פון איין טיימליין צום צווייטן
פון דיין ענטפער זעהט מען אז די האסט די הנחות ווראנג דורכן נישט אויסהערן די לאנגע ווידאו. די לינק צו אבן יהושע וועל איך איבערשטעלן די ריכטיגע. (יעצט בודק געווען און עס איז יא די ריכטיגע לינק ס"ה פאר איזה סיבה שהוא קומט עס קודם צום אבן שתייה אבער נאך אפאר סעקונדעס שפרינגט עס אליין אריבער צום אבן יהושע (על כל פנים אזוי איז עס ביי מיר)
די אנדערע זאכן וועלן אלעס קלאר ווערן נאכן האבן די יארן ריכטיג וואס די וועסטו קלאר ווערן נאכן אויסהערן און שטודירן די וידאו
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 4:39 pm
דורך קאסא גראנדע
שמן למאור האט געשריבן:קאסא גראנדע האט געשריבן:
אויב האסטו סך הכל געוואלט ווייזן אויף די נקודה צו א גאט גיבט אסאך מצוות. דאן אפשר ביזטו מיר מסביר ווי איז אריינגעקומען די נקודות וואס דו ברענגסט לגבי די הוספות פון חז"ל? נאר דו"ק ותחשוב אז עפעס טיפער שטערט דיר און מיין ענטפער איז געווען פראבירענדיג צו פארשטיין די פנימיות נישט נאר חציניות פון דיין תגובה.
מיסטער קאסא, דו קומסט אריין אינמיטן א שמועס, דו קוקסט ניטאמאל פון וואו די שמועס האט זיך אנגעהויבן, און דו רעדסט און רעדסט און רעדסט אן קיין אויפהער שלא מן הענין.
קוק ביטע
די תגובה דא פון וואו די גאנצע שמועס האט זיך אנגעפאנגען, ליין על הסדר שטייט און מיט ישוב הדעת וואס ער שרייבט און וואס איך שרייב צוריק, וועסטו אנפאנגען צו פארשטיין וואס די שקליא וטריא איז דא.
גערעכט. איך בין אבער נישט דא צו פארעענטפערן הרב אורי זוהר. ווייל איך בין נישט קיין יודע מחשבות אבער באותו עניין פון אורי זוהר האב איך געוואלט צולייגן מיינע צוויי סענס. נישט דיקא געבינדן צו פארעענטפערן הרב זוהר.
אויב אהן די דיסקאשען איבר הרב זוהר'ס סטעיטמענט מאכן מיינע ווערטער סענס דאן איז גוט. איך בין ס"ה דא צו ענטפערן אויף די קעפל פון די אשכול. איך'על פראבירן נעקסטיים צו זיין מער ספעסיפיק צו איך ענטפער אויף עפעס אדער איך פיר עס ווייטער.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 7:55 pm
דורך סקעפטיקער
איך האלט נאך אינמיטן מעיין זיין אין דעם מהלך פון דעיוויד ראול, אבער אזויפיל קען איך זאגן אז מיטן אננעמען זיין מהלך דארף מען מוותר זיין אויף תורה מן השמים, קודם כל ער האלט אז
שישק מלך מצרים פון די צייטן פון רחבעם בן שלמה איז נישט
שושנק א' ווי אנגענומען ביי רוב חוקרים, נאר עס איז גאר
רעמסס השני, און ער האט א גאנצע הסבר אז די נאמען האט מען אינקורצן גערופן שישו (די סמ"ך פון רעמסס איז לדעתו געווען א שי"ן), איי פון ווי קומט די קוף אריין? דאס איז געשעהן ווייל אין כתב עברי איז אין געוויסע תקופות נישט געווען ניכר געהעריג צווישן א ואו און א קוף און מ'האט עס בטעות אזוי געזאגט און אזוי איבערגעשריבן.
אפי' נניח אז דאס איז נאך עקסעפטעבל, איז אבער די עיקר פראבלעם אז לדעתו איז די רעמסס דינאסטיע (19) געווען סאך שפעטער ווי די צייטן פון יציאת מצרים, וויאזוי קען זיין אז די אידן האבן געוואוינט אין רעמסס? זאגט ער אז דעמאלטס האט עס נישט געהייסן רעמסס נאר שפעטער ווען מ'האט געשריבן די תורה האט מען געשריבן רעמסס ווייל אזוי האט מען עס דעמאלטס געקענט. דאס מיינט אז לדעתו איז יציאת מצרים היסטאריע וואס איז געווארן פארשריבן יארן שפעטער! (ער זאגט קלאר אז ער איז אגנאסטיק און האט נישט קיין מיינונג אויף די נסים אין די תורה, ער האלט נאר נישט אז די תורה איז פיקשאן פונקט ווי הוראדוטוס האט אויך דערמאנט אין זיין היסטאריע בוך נסים פון אלע געטער)
ווער עס איז צופרידן מיט זיין מהלך, הרי שלך לפניך, אבער ברענג נישט מיט דעם א ראי' צו אמונה
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 9:54 pm
דורך קאסא גראנדע
סקעפטיקער האט געשריבן:איך האלט נאך אינמיטן מעיין זיין אין דעם מהלך פון דעיוויד ראול, אבער אזויפיל קען איך זאגן אז מיטן אננעמען זיין מהלך דארף מען מוותר זיין אויף תורה מן השמים, קודם כל ער האלט אז
שישק מלך מצרים פון די צייטן פון רחבעם בן שלמה איז נישט
שושנק א' ווי אנגענומען ביי רוב חוקרים, נאר עס איז גאר
רעמסס השני, און ער האט א גאנצע הסבר אז די נאמען האט מען אינקורצן גערופן שישו (די סמ"ך פון רעמסס איז לדעתו געווען א שי"ן), איי פון ווי קומט די קוף אריין? דאס איז געשעהן ווייל אין כתב עברי איז אין געוויסע תקופות נישט געווען ניכר געהעריג צווישן א ואו און א קוף און מ'האט עס בטעות אזוי געזאגט און אזוי איבערגעשריבן.
אפי' נניח אז דאס איז נאך עקסעפטעבל, איז אבער די עיקר פראבלעם אז לדעתו איז די רעמסס דינאסטיע (19) געווען סאך שפעטער ווי די צייטן פון יציאת מצרים, וויאזוי קען זיין אז די אידן האבן געוואוינט אין רעמסס? זאגט ער אז דעמאלטס האט עס נישט געהייסן רעמסס נאר שפעטער ווען מ'האט געשריבן די תורה האט מען געשריבן רעמסס ווייל אזוי האט מען עס דעמאלטס געקענט. דאס מיינט אז לדעתו איז יציאת מצרים היסטאריע וואס איז געווארן פארשריבן יארן שפעטער! (ער זאגט קלאר אז ער איז אגנאסטיק און האט נישט קיין מיינונג אויף די נסים אין די תורה, ער האלט נאר נישט אז די תורה איז פיקשאן פונקט ווי הוראדוטוס האט אויך דערמאנט אין זיין היסטאריע בוך נסים פון אלע געטער)
ווער עס איז צופרידן מיט זיין מהלך, הרי שלך לפניך, אבער ברענג נישט מיט דעם א ראי' צו אמונה
האלטן מיר ערגעץ. קודם האב איך דיר עפעס מחדש געווען. דער יוצא דופן זאגט א שיינע פאר זאכן וואס לייגן זיך אויפן שכל און מען קען נישט גרינג אפפרעגן. און עס האט געעפענט א פרישע וועלט וואס מען האט (ווי עס שיינט) באהאלטן פון דיר און מיר און אונז אלע (פאר וועלעכע סיבה?)
למעשה רוב זאכן וואס די שרייבסט אז ער זאגט אדער אז ער האלט אזוי, האב איך נישט געזעהן פון אים. אבער אפילו נניח ער האלט אזוי. זייט ווען מוז איך אננעמען אלעס וואס ער זאגט. דאס וואס איך זעה אמת פון אים. נעם איך אן פון אים. און דאס וואס איך זעה אמת פון א צווייטן נעם איך אן פון א צווייטן. איך האב קיינמאל נישט (און דו זאלסט אויך נישט) כורת ברית געווען אז ווען איינער זאגט א געוויסע אמתדיגע נקודה, אז איך גיי אננעמען אלעס וואס ער זאגט. לאז דיך נישט פארפירן זיי קלוג און ניץ דיין אייגענע קאפ. עס איז ארבייט און מיטשעט אויס די מח אבער נאר אזוי קען איך מחליט זיין צו איך קום אן צום אמת.
אויב דו זעהסט אז דיינע זיידעס (לכאורה) זענען געווען קנעכט אין מצרים. זעהסט זייערע ראסע. נעמען. און נאך באווייזן. און דיין זיידע אלץ א חלק פון א רייגע אומה איז פלוצלינג ארויס פון דעם לאנד, און נאך טויזענטער יאר טרעפט מען באווייזן אז עס האט פאסירט מאדנע זאכן און די זעלבע צייט און די קעניג פון דעמאלט האט נישט קיין קבר אזוי ווי אנדערע. און די זעלבע צייט האט דיין זיידע א בוך וואס באשרייבט זיין מעשה מיט אסאך מער דיטעילס ווי מען קען טרעפן דורך ארכיאולוגיה. און אויך פראוועט ער (און געהייסן די אייניקלעך שוין פאר טויזענטער יאר) יעדעס יאר א יום טוב און דעם טאג. ווילסטו עס אינגאנצן אוועקמאכן? און אויב האט ער געזעהן אז עס איז נישט געווען א מעגליכע זאך נאר עס איז געווען א העכערע כח. וואס ער האט דורך דעם איינגעזעהן אנצונעמען א רעליגיע. קען מען דאס אזוי גרינג צובלאזן?
אן אריינצוקריכן און מער באווייזן איבער די קאנטיניועישען פון דיין זיידעס מעשה. איז דאס אליין נישט גענוג דיר קודם צו אויפוועקן און זאגן אז עס זעהט אויס אז מיין זיידע האט נישט געדמיונ'ט און לאמיר מער אריינקוקן זעהן צו די אנדערע חלקים פון זיין מעשה איז טאקע אמת?
אונז האמיר קוים אנגעהויבן זיך צו ריקן ערגעץ און דו מאכסט שוין החלטות אז עס ברענגט נישט צו אמונה.
נ.ב. פליז הער איבער וואס ער זאגט וועגן די שטאט רעמסס. האסט נישט געהערט ריכטיג
יישר כח
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 10:20 pm
דורך סקעפטיקער
קאסא גראנדע האט געשריבן:
האלטן מיר ערגעץ. קודם האב איך דיר עפעס מחדש געווען. דער יוצא דופן זאגט א שיינע פאר זאכן וואס לייגן זיך אויפן שכל און מען קען נישט גרינג אפפרעגן. און עס האט געעפענט א פרישע וועלט וואס מען האט (ווי עס שיינט) באהאלטן פון דיר און מיר און אונז אלע (פאר וועלעכע סיבה?)
ברואיג דיך, קיינער האט עס נישט במזיד באהאלטן. די חוקרים האלטן פשוט נישט ווי אים. און פאר פארשטענדליכע סיבות וואס דו קענסט אביסל ליינען
דא, איינס פון די איז די אויבנדערמאנטע אידענטיפיקאציע פון שישק
קאסא גראנדע האט געשריבן:למעשה רוב זאכן וואס די שרייבסט אז ער זאגט האט האלט אזוי האב איך נישט געזעהן פון אים. אבער אפילו נניח ער האט אזוי. זייט ווען מוז איך אננעמען אלעס וואס ער זאגט. דאס וואס איך זעה אמת פון אים נעם איך אן פון אים און דאס וואס איך זעה אמת פון א צווייטן נעם איך פון א צווייטן. איך האב קיינמאל נישט (און דו זאלסט אויך נישט) כורת ברית זיין ווען איינער זאגט א געוויסע אמתדיגע נקודה אז דו גייסט אננעמען אלעס וואס ער זאגט. לאז דיך נישט פארפירן זיי קלוג און ניץ דיין אייגענע קאפ. עס איז ארבייט און מיטשע אויס די מח אבער נאר אזוי קען איך מחליט זיין צו איך קום אן צום אמת.
אוודאי מוז מען נישט אננעמן אלעס וואס ער זאגט, אבער די אידענטיפיקאציע פון שישק איז א תנאי קודם למעשה צו קענען בויען זיין ריקאנסטראקשען פון די כראנאלאגיע פון די עגיפטישע דינאסטיעס. און די זעלבע דאס שפעטער רוקן רעמסס השני צו די צייטן פון דוד ושלמה, וואס מאכט אטאמאטיש אז די תורה זאל מוזן געשריבן ווערן נאכדעם, דאס איז די יסוד פון זיין מהלך
קאסא גראנדע האט געשריבן:אויב דו זעהסט אז דיינע זיידעס (לכאורה) זענען געווען קנעכט אין מצרים. זעהסט זייערע ראסע. נעמען. און נאך באווייזן. און אמריזגע אומה איז פלוצלינג ארויס פון דעם לאנד און נאך טויזענטער יאר טרעפט מען באווייזן אז עס האט פאסירט מאדנע זאכן און די זעלבע צייט און די קעניג פון דעמאלט האט נישט קיין קבר אזוי ווי אנדערע. און די זעלבע צייט האט דיין זיידע א בוך וואס באשרייבט זיין מעשה מיט אסאך מער דיטעילס און אויך פראוועט ער יעדעס יאר א יום טוב און דעם טאג. ווילסטו עס אינגאנצן אוועקמאכן? און אויב האט ער געזעהן אז עס איז נישט געווען א מעגליכע זאך האר עס איז געווען א העכערע כח וואס ער האט פון דעם איינגעזעהן אנצונעמען א רעליגיע. קען מען דאס אזוי גרינג צובלאזן?
אן אריינצוקריכן און מער באווייזן און די קאנטיניועישען פון דיין זיידעס מעשה. איז דאס אליין נישט גענוג דיר קודם צו אויפוועקן און זאגן אז עס זעהט אויס אז מיין זיידע האט נישט געדמיונ'ט און לאמיר מער אריינקוקן זעהן צו די אנדערע חלקים פון זיין מעשה איז טאקע אמת? אונז האמיר קוים אנגעהויבן זיך צו ריקן ערגעץ און דו מאכסט שוין החלטות אז ברענגט נישט צו אמונה.
עגעין, די פראבלעם איז אז די היסטאריע פון די תורה גייט שווערליך אריין אין סיי וועלכע תקופה אין היסטאריע, די אלע קליינע זאכן וואס דו דערמאנסט לכשלעצמן מיינט עס ממש גארנישט, מער ווי איין פרעה האט נישט קיין קבר, און אין מצרים זענען כסדר געווען אזיאנע קנעכט. יעצט קומט איינער און טוישט די גאנצע אנגענומענע מהלך פון די היסטאריע פון עגיפטן כדי צו עס קענען איינזעצן. און דו ברענגסט עס אלס א מהלך, אויף דעם זאג איך דיר אז די מהלך שטימט נישט מיט תורה מן השמים
קאסא גראנדע האט געשריבן:פליז הער איבער וואס ער זאגט וועגן די שטאט רעמסס. האסט נישט געהערט ריכטיג
יישר כח
מיינע אויערן און מוח ארבעטן פיין, ער זאגט עס
דא
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 10:47 pm
דורך שמן למאור
סקעפטיקער, ביטע טוה אונז א גענאדע און שמועס אויס בקיצור וואו שישק קומט דא אריין אינעם בילד, און געב א קורצע סדר פון די פרעה'ס מיט די סדר הדברים, ווייל איך בין נישט באהאוונט מיט די סדר הדברים און עס איז ניכר אז קאסא גראנדא האט אויך נישט קיין השגה.
אפשר צייכנסטו כאטש צו א לינק ווי מען קען קליגער ווערן אין דעם ענין?
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 1:32 am
דורך קאסא גראנדע
סקעפטיקער האט געשריבן:קאסא גראנדע האט געשריבן:
האלטן מיר ערגעץ. קודם האב איך דיר עפעס מחדש געווען. דער יוצא דופן זאגט א שיינע פאר זאכן וואס לייגן זיך אויפן שכל און מען קען נישט גרינג אפפרעגן. און עס האט געעפענט א פרישע וועלט וואס מען האט (ווי עס שיינט) באהאלטן פון דיר און מיר און אונז אלע (פאר וועלעכע סיבה?)
ברואיג דיך, קיינער האט עס נישט במזיד באהאלטן. די חוקרים האלטן פשוט נישט ווי אים. און פאר פארשטענדליכע סיבות וואס דו קענסט אביסל ליינען
דא, איינס פון די איז די אויבנדערמאנטע אידענטיפיקאציע פון שישק
קאסא גראנדע האט געשריבן:למעשה רוב זאכן וואס די שרייבסט אז ער זאגט האט האלט אזוי האב איך נישט געזעהן פון אים. אבער אפילו נניח ער האט אזוי. זייט ווען מוז איך אננעמען אלעס וואס ער זאגט. דאס וואס איך זעה אמת פון אים נעם איך אן פון אים און דאס וואס איך זעה אמת פון א צווייטן נעם איך פון א צווייטן. איך האב קיינמאל נישט (און דו זאלסט אויך נישט) כורת ברית זיין ווען איינער זאגט א געוויסע אמתדיגע נקודה אז דו גייסט אננעמען אלעס וואס ער זאגט. לאז דיך נישט פארפירן זיי קלוג און ניץ דיין אייגענע קאפ. עס איז ארבייט און מיטשע אויס די מח אבער נאר אזוי קען איך מחליט זיין צו איך קום אן צום אמת.
אוודאי מוז מען נישט אננעמן אלעס וואס ער זאגט, אבער די אידענטיפיקאציע פון שישק איז א תנאי קודם למעשה צו קענען בויען זיין ריקאנסטראקשען פון די כראנאלאגיע פון די עגיפטישע דינאסטיעס. און די זעלבע דאס שפעטער רוקן רעמסס השני צו די צייטן פון דוד ושלמה, וואס מאכט אטאמאטיש אז די תורה זאל מוזן געשריבן ווערן נאכדעם, דאס איז די יסוד פון זיין מהלך
קאסא גראנדע האט געשריבן:אויב דו זעהסט אז דיינע זיידעס (לכאורה) זענען געווען קנעכט אין מצרים. זעהסט זייערע ראסע. נעמען. און נאך באווייזן. און אמריזגע אומה איז פלוצלינג ארויס פון דעם לאנד און נאך טויזענטער יאר טרעפט מען באווייזן אז עס האט פאסירט מאדנע זאכן און די זעלבע צייט און די קעניג פון דעמאלט האט נישט קיין קבר אזוי ווי אנדערע. און די זעלבע צייט האט דיין זיידע א בוך וואס באשרייבט זיין מעשה מיט אסאך מער דיטעילס און אויך פראוועט ער יעדעס יאר א יום טוב און דעם טאג. ווילסטו עס אינגאנצן אוועקמאכן? און אויב האט ער געזעהן אז עס איז נישט געווען א מעגליכע זאך האר עס איז געווען א העכערע כח וואס ער האט פון דעם איינגעזעהן אנצונעמען א רעליגיע. קען מען דאס אזוי גרינג צובלאזן?
אן אריינצוקריכן און מער באווייזן און די קאנטיניועישען פון דיין זיידעס מעשה. איז דאס אליין נישט גענוג דיר קודם צו אויפוועקן און זאגן אז עס זעהט אויס אז מיין זיידע האט נישט געדמיונ'ט און לאמיר מער אריינקוקן זעהן צו די אנדערע חלקים פון זיין מעשה איז טאקע אמת? אונז האמיר קוים אנגעהויבן זיך צו ריקן ערגעץ און דו מאכסט שוין החלטות אז ברענגט נישט צו אמונה.
עגעין, די פראבלעם איז אז די היסטאריע פון די תורה גייט שווערליך אריין אין סיי וועלכע תקופה אין היסטאריע, די אלע קליינע זאכן וואס דו דערמאנסט לכשלעצמן מיינט עס ממש גארנישט, מער ווי איין פרעה האט נישט קיין קבר, און אין מצרים זענען כסדר געווען אזיאנע קנעכט. יעצט קומט איינער און טוישט די גאנצע אנגענומענע מהלך פון די היסטאריע פון עגיפטן כדי צו עס קענען איינזעצן. און דו ברענגסט עס אלס א מהלך, אויף דעם זאג איך דיר אז די מהלך שטימט נישט מיט תורה מן השמים
קאסא גראנדע האט געשריבן:פליז הער איבער וואס ער זאגט וועגן די שטאט רעמסס. האסט נישט געהערט ריכטיג
יישר כח
מיינע אויערן און מוח ארבעטן פיין, ער זאגט עס
דא
ער ריקט נישט רעמסס השני צו די צייטן פון דוד ושלמה. ער ריקט אלעס מיט א ערך פון צוויי הונדערט יאר אינגאנצן (און לדעתי וואס איך ווען אנקומען שפעטער {איינמאל די עולם שלינגט אֿראפ וואס ער זאגט} האלט איך אז עס איז געווען א חילוק פון אינגאנצן הונדערט יאר איך וועל נאך אנקומען צו דעם שפעטער בס"ד.
לגבי שישק איז אויך נישט עפעס וואס מוז יעצט ווערן פארעענטפערט עס איז לגמרינישט מוכרח צו אפפרעגן זיינע הנחות לגבי יציאת מצרים. ועוד חזון למועד צו דיסקוסירן שישק אין זיין פלאץ כסודרן. ווי איידער זיך יעצט צו פארלירן טרעק פון ווי מען האלט יעצט.
און ביטע הער אים אויס ביי 25 מינוט און 52 סעקונדעס אדרבה ער איז א גרעסערע מאמין ווי איך (כביכול) ער זאגט אז די תורה איז געשריבן ברוה"ק אויף אזוי ווייט אז זי האט געניצט די נאמען וואס רוב זשענערעישענס ווייטער וועלן וויסן פון וואס מען רעדט. איך געראדע האלט אז מען קען ענטפערן בעסערע תירוצים ווי אז רעמסס 1 האט שוין געהאט דארט די שטאט אויף זיין נאמען א.ד.ג. אבער ווייטער איך וויל נישט אריינגיין אין די דעטאלן איידער עס גייט אריין אין קאפ און ווערט אויסגעקלארט צו/אז עס זענען דא הוכחות אז בני ישראל זענען יא געווען אין מצרים אלץ קנעכט און די מעשה מיט יוסף הצדיק האט פאסירט וכו'. אנדערש ווי די חוקרים טענה'ן
די אלע קליינע דעטאלן זענען נישט סתם גארביזש עס זענען פאקטן וואס פארמירן און שטעלן צוזאם א הערליכע פאזל. נישטא נאך א פרעה פון יענע דיינעסטי וואס האט נישט קיין מאנומענט אדער (אויך) א קבר. די האסט אזינע קנעכט מיט נעמען ווי יששכר און מנחם און אשר אדער שפרה? און ווער נאך איז ארויס פון דארט אן קיין מלחמה? און ווי נאך האסטו א קנעכט פאלק זאל וואקסן צו אזא גרויסע פארנעם מיט אזא גרויסע פאפולאציע? און די פאלאץ און קברים פון יוסף הצדיק איז אויך א קלייניגקייט? און די נאמען פון די טייך יוסוף איז אויך א פערצופאל? וכו' און פינקט אין יענע צייט האסטו עפעס א די וואסער איז געווארן בלוט און א מכה פון חושך און נאך אבער וואס זאגסטו דאס איז אלעס א פערצופאל געשען אין די זעלבע לאנד מיט נעמען פון די זעלבע מענטשן און נאך זאכן שטימען אבער עפעס שטימט נישט מיט א הונדערט צוויי הונדערט יאר לויט א בערךדיגע חשבון פון דריי א האלב טויזענט יאר צוריק א צייט ווען "קיינער" האט נישט געציילט קיין יארן דאס איז א פירכא אויף אלעס? די כאפסט וואס דו זאגסט? אלע גרויסגקייטן זענען ביי דיר קליין און אלע קליינגקייטן (וואס זיי אליין שרייבן יעדע מאל אז די יארן זענען נאר בערך ווייל עס איז זיי נישט מעגליך צו וויסן פינקטליך) דאס איז ביי דיר א גרויסע פירכא!?
גיב עס צו צעלייגן מיט א סדר אנגעהויבן איינס ביי איינס וידאו באלד זעהן ווי די תורה סקעזשעל שטימט בעסער פון יעדע סקעזשעל
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 1:46 am
דורך קאסא גראנדע
שמן למאור האט געשריבן:סקעפטיקער, ביטע טוה אונז א גענאדע און שמועס אויס בקיצור וואו שישק קומט דא אריין אינעם בילד, און געב א קורצע סדר פון די פרעה'ס מיט די סדר הדברים, ווייל איך בין נישט באהאוונט מיט די סדר הדברים און עס איז ניכר אז קאסא גראנדא האט אויך נישט קיין השגה.
אפשר צייכנסטו כאטש צו א לינק ווי מען קען קליגער ווערן אין דעם ענין?
https://pharaoh.se/pharaohs
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 2:24 am
דורך שמן למאור
קאסא גראנדע האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:סקעפטיקער, ביטע טוה אונז א גענאדע און שמועס אויס בקיצור וואו שישק קומט דא אריין אינעם בילד, און געב א קורצע סדר פון די פרעה'ס מיט די סדר הדברים, ווייל איך בין נישט באהאוונט מיט די סדר הדברים און עס איז ניכר אז קאסא גראנדא האט אויך נישט קיין השגה.
אפשר צייכנסטו כאטש צו א לינק ווי מען קען קליגער ווערן אין דעם ענין?
https://pharaoh.se/pharaohs
ביטע עפעס מער ווי סתם א ליסטע פון נעמען. איך וויל וויסן וועלכע פון די אנגענומענע פרעה'ס אין די היסטאריע ביכער ווערן דערמאנט אין תנ"ך, ווער זענען זיי, וואס זענען די שיטות דערביי... וואס ווייסן מיר קלאר און וואס דארף מען אויסרעכענען... וכ'
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 2:43 am
דורך שמן למאור
קאסא, בתוך הדברים דערמאנסטו אז עס איז דא ראיות וועגן א מכות דם און א חושך, איך האב דאס נישט באמערקט, אפשר צייכנסטו דאס צו?
דאס איז לדעתי די עיקר וואס מען דארף טרעפן, דהיינו ראיות פון די חלק הניסים (אלטע שריפטן וואס רעדן וועגן דעם, וכדומה) ווייל סתם צו ווייזן אז געוויסע זאכן פון די תורה שטימען מיט די ארכילאגיע און געשעענישן פון יענע תקופה מיינט נאך גארנישט, מען קען נאכאלץ זאגן אז דער שרייבער האט טאקע נישט אויסגעטראכט א מעשה פון סקרעטש, נאר ער האט עס געבעיסט אויף געוויסע היסטארישע פאסורונגען וואס האבן טאקע פאסירט. קען זיין אז געוויסע אידישע קנעכטן האבן טאקע געארבעט אין מצרים, עפעס א יוסף האט דארטן פארדינט כבוד, שפעטער האט מען גאמאכט א מרודה וכ' און אויף דעם ארויף האט דער שרייבער געבויעט א געשיכטעלע. דהיינו ס'איז גאנץ מעגליך אז אסאך פרטים זענען טאקע פארגעקומען, און דער שרייבער וואס האט געגרינדעט די רעליגיע האט טאקע אריינגעלייגט באוויסטע היסטארישע מעשיות, נאר די חלק פון די ניסים און געטליכקייט האט ער צוגעלייגט. (אזוי ווי טייל זאגן אויפן מבול, אז ס'איז פשוט געווען א שטיקל קלענערע פלאד, און עפעס א העארויאישן פאסטוך האט אפגעראטעוועט אפאר הינער און רינדער... און מיט די יארן האט די מעשה באקומען א בארד מיט אסאך פרישע פרטים...)
אויב זאלן מיר אבער האבן פרוף אויף די חלק הניסים וואלט דאס געווען א געוואונטשענע זאך.
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 4:23 am
דורך קאסא גראנדע
שמן למאור האט געשריבן:קאסא, בתוך הדברים דערמאנסטו אז עס איז דא ראיות וועגן א מכות דם און א חושך, איך האב דאס נישט באמערקט, אפשר צייכנסטו דאס צו?
דאס איז לדעתי די עיקר וואס מען דארף טרעפן, דהיינו ראיות פון די חלק הניסים (אלטע שריפטן וואס רעדן וועגן דעם, וכדומה) ווייל סתם צו ווייזן אז געוויסע זאכן פון די תורה שטימען מיט די ארכילאגיע און געשעענישן פון יענע תקופה מיינט נאך גארנישט, מען קען נאכאלץ זאגן אז דער שרייבער האט טאקע נישט אויסגעטראכט א מעשה פון סקרעטש, נאר ער האט עס געבעיסט אויף געוויסע היסטארישע פאסורונגען וואס האבן טאקע פאסירט. קען זיין אז געוויסע אידישע קנעכטן האבן טאקע געארבעט אין מצרים, עפעס א יוסף האט דארטן פארדינט כבוד, שפעטער האט מען גאמאכט א מרודה וכ' און אויף דעם ארויף האט דער שרייבער געבויעט א געשיכטעלע. דהיינו ס'איז גאנץ מעגליך אז אסאך פרטים זענען טאקע פארגעקומען, און דער שרייבער וואס האט געגרינדעט די רעליגיע האט טאקע אריינגעלייגט באוויסטע היסטארישע מעשיות, נאר די חלק פון די ניסים און געטליכקייט האט ער צוגעלייגט. (אזוי ווי טייל זאגן אויפן מבול, אז ס'איז פשוט געווען א שטיקל קלענערע פלאד, און עפעס א העארויאישן פאסטוך האט אפגעראטעוועט אפאר הינער און רינדער... און מיט די יארן האט די מעשה באקומען א בארד מיט אסאך פרישע פרטים...)
אויב זאלן מיר אבער האבן פרוף אויף די חלק הניסים וואלט דאס געווען א געוואונטשענע זאך.
https://m.youtube.com/watch?v=vL-OWz8Awm0 הייב אן ביי בערך זיבן און א האלב מינוט. וואטשן ביז סעקשן 9 און צעהן מכת חושך און פרויען סלעיווס גייען ארום מיט אלע טייערע זשולערי
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 12:35 pm
דורך סקעפטיקער
קאסא גראנדע האט געשריבן:
ער ריקט נישט רעמסס השני צו די צייטן פון דוד ושלמה. ער ריקט אלעס מיט א ערך פון צוויי הונדערט יאר אינגאנצן (און לדעתי וואס איך ווען אנקומען שפעטער {איינמאל די עולם שלינגט אֿראפ וואס ער זאגט} האלט איך אז עס איז געווען א חילוק פון אינגאנצן הונדערט יאר איך וועל נאך אנקומען צו דעם שפעטער בס"ד.
לגבי שישק איז אויך נישט עפעס וואס מוז יעצט ווערן פארעענטפערט עס איז לגמרינישט מוכרח צו אפפרעגן זיינע הנחות לגבי יציאת מצרים. ועוד חזון למועד צו דיסקוסירן שישק אין זיין פלאץ כסודרן. ווי איידער זיך יעצט צו פארלירן טרעק פון ווי מען האלט יעצט.
עס זעהט אויס אז דו האסט נישט אויסגעהערט זיין
ערשטע חלק, אוודאי ריקט ער רעממס השני צו די צייטן פון שלמה, לדעתו איז ער שישק פון תנ"ך. נאר אזויווי שמן למאור זאגט אז די עולם דא איז נישט באקאנט מיט די כראנאלאגיע, כאפסטו נישט אז מ'קען נישט דרייען מיט די קעניגן וויאזוי מ'וויל אנדעם וואס אלע חלקים שטימען. און וועגן דעם האט ראול א גאנצע הקדמה וויאזוי ער טוישט די כראנאלאגיע צו קענען אריינזעצן זיין מהלך. דאס איז קריטיש וויכטיג צו קענען פלאצירן יציאת מצרים אין די דרייצענטע דינאסטיע וואס לויט די אלגעמיינע כראנאלאגיע איז געווען אסאך פריער.
דא איז א טשארט וויאזוי ער טוישט פון די קאנוועציאנאלע כראנאלאגיע
קאסא גראנדע האט געשריבן:און ביטע הער אים אויס ביי 25 מינוט און 52 סעקונדעס אדרבה ער איז א גרעסערע מאמין ווי איך (כביכול) ער זאגט אז די תורה איז געשריבן ברוה"ק אויף אזוי ווייט אז זי האט געניצט די נאמען וואס רוב זשענערעישענס ווייטער וועלן וויסן פון וואס מען רעדט.
ער זאגט נישט דאס, ער זאגט אז די ליינערס פון יענע תקופה האבן נאר פארשטאנען די נאמען רעמסס און נישט די נאמען אוואריס, פונקט ווי מ'רעדט היינט ווער עס האט געגרינדעט ניו יארק אפילו ארגינעל האט עס געהייסן אנדערש, ער זאגט קלאר אנפאנג פון די ווידיא אז ער איז אן אגנאסטיק און קוקט אן די תורה ווי יעדע אנדערע אלטע טעקסט
קאסא גראנדע האט געשריבן:איך געראדע האלט אז מען קען ענטפערן בעסערע תירוצים ווי אז רעמסס 1 האט שוין געהאט דארט די שטאט אויף זיין נאמען א.ד.ג. אבער ווייטער איך וויל נישט אריינגיין אין די דעטאלן איידער עס גייט אריין אין קאפ און ווערט אויסגעקלארט צו/אז עס זענען דא הוכחות אז בני ישראל זענען יא געווען אין מצרים אלץ קנעכט און די מעשה מיט יוסף הצדיק האט פאסירט וכו'. אנדערש ווי די חוקרים טענה'ן
איך זעה דו הייבטס נישט אן צו פארשטיין וואס דא גייט פאר, רעמסס 1 איז געווען דער ערשטער פון די 19טע דינאסטיע און איז לויט ראול געווען בערך אין די צייט פון דוד ושלמה. בעפאר אים האט די נאמען רעמסס נישט געהאט קיין שום משמעות
בכלל, דיין הבנה איז מאדנע, מיר זענען דען נישט קיין "ליינער" פון די תורה? אפשר זאל די תורה עס אנרופן מיטן הייינטיגן נאמען? מה זכה יענע תקופה אז עס איז נקרא על שמו?
קאסא גראנדע האט געשריבן:די אלע קליינע דעטאלן זענען נישט סתם גארביזש עס זענען פאקטן וואס פארמירן און שטעלן צוזאם א הערליכע פאזל. נישטא נאך א פרעה פון יענע דיינעסטי וואס האט נישט קיין מאנומענט אדער (אויך) א קבר. די האסט אזינע קנעכט מיט נעמען ווי יששכר און מנחם און אשר אדער שפרה? און ווער נאך איז ארויס פון דארט אן קיין מלחמה? און ווי נאך האסטו א קנעכט פאלק זאל וואקסן צו אזא גרויסע פארנעם מיט אזא גרויסע פאפולאציע? און די פאלאץ און קברים פון יוסף הצדיק איז אויך א קלייניגקייט? און די נאמען פון די טייך יוסוף איז אויך א פערצופאל? וכו' און פינקט אין יענע צייט האסטו עפעס א די וואסער איז געווארן בלוט און א מכה פון חושך און נאך אבער וואס זאגסטו דאס איז אלעס א פערצופאל געשען אין די זעלבע לאנד מיט נעמען פון די זעלבע מענטשן און נאך זאכן שטימען אבער עפעס שטימט נישט מיט א הונדערט צוויי הונדערט יאר לויט א בערךדיגע חשבון פון דריי א האלב טויזענט יאר צוריק א צייט ווען "קיינער" האט נישט געציילט קיין יארן דאס איז א פירכא אויף אלעס? די כאפסט וואס דו זאגסט? אלע גרויסגקייטן זענען ביי דיר קליין און אלע קליינגקייטן (וואס זיי אליין שרייבן יעדע מאל אז די יארן זענען נאר בערך ווייל עס איז זיי נישט מעגליך צו וויסן פינקטליך) דאס איז ביי דיר א גרויסע פירכא!?
ווייטער שאצסטו אונטער וויפיל מ'ווייסט פון עגיפטישע היסטאריע און די יארן וואס זיי זענען געווען, מ'ווייסט גאר אסאך און מ'קען זיך נישט מתעלם זיין פון אפאר הונדערט יאר דיפערענץ, און ראול האלט אויך אזוי, ער קומט נאר אויף מיט א ריקאנסטראקשען אויף די גאנצע כראנאלאגיע
די ראי' פון א קבר וואס פעלט איז כמובן זייער שוואך, עס קען זיין אסאך סיבות פארוואס דאס זאל זיין, און ביי אנדערע דינאסטיעס זענען אויך דא פרעה'ס וואס פעלן, און קיינער האלט נישט אז מצרים האט נישט ענסלעיווד קיין סעמיטישע מענטשן, און זייער מעגליך אז די נעמען וואס דו דערמאנסט זענען שוין דעמאלטס געווען גאנגבאר, די נאמען פון די טייך איז מסתם א שפעטערע זאך, אויב ווילסטו דאס נוצן פאר א ראי' קענסטו ברענגען א ראי' פון אלע מסעות אין מדבר וכדו'. המשך יבוא אויף אנדערע ראיות
און אגב,
א סטאדי וואס האט דורגעפירט רעדיאמעטריק דעטינג קאנפירמד מער ווייניגער די קאנווענציאנאלע כראנאלאגיע וואס איז נישט מיוסד אויף דעטינג, דאס מיינט אז צוויי אנדערע מהלכים ווייזן אויף די זעלבע (איך שטעל מיך פאר אז יעצט גייט קומען א רענט אויף רעדיאמעטריק דעטינג)
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 12:55 pm
דורך סקעפטיקער
קאסא גראנדע האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:קאסא, בתוך הדברים דערמאנסטו אז עס איז דא ראיות וועגן א מכות דם און א חושך, איך האב דאס נישט באמערקט, אפשר צייכנסטו דאס צו?
דאס איז לדעתי די עיקר וואס מען דארף טרעפן, דהיינו ראיות פון די חלק הניסים (אלטע שריפטן וואס רעדן וועגן דעם, וכדומה) ווייל סתם צו ווייזן אז געוויסע זאכן פון די תורה שטימען מיט די ארכילאגיע און געשעענישן פון יענע תקופה מיינט נאך גארנישט, מען קען נאכאלץ זאגן אז דער שרייבער האט טאקע נישט אויסגעטראכט א מעשה פון סקרעטש, נאר ער האט עס געבעיסט אויף געוויסע היסטארישע פאסורונגען וואס האבן טאקע פאסירט. קען זיין אז געוויסע אידישע קנעכטן האבן טאקע געארבעט אין מצרים, עפעס א יוסף האט דארטן פארדינט כבוד, שפעטער האט מען גאמאכט א מרודה וכ' און אויף דעם ארויף האט דער שרייבער געבויעט א געשיכטעלע. דהיינו ס'איז גאנץ מעגליך אז אסאך פרטים זענען טאקע פארגעקומען, און דער שרייבער וואס האט געגרינדעט די רעליגיע האט טאקע אריינגעלייגט באוויסטע היסטארישע מעשיות, נאר די חלק פון די ניסים און געטליכקייט האט ער צוגעלייגט. (אזוי ווי טייל זאגן אויפן מבול, אז ס'איז פשוט געווען א שטיקל קלענערע פלאד, און עפעס א העארויאישן פאסטוך האט אפגעראטעוועט אפאר הינער און רינדער... און מיט די יארן האט די מעשה באקומען א בארד מיט אסאך פרישע פרטים...)
אויב זאלן מיר אבער האבן פרוף אויף די חלק הניסים וואלט דאס געווען א געוואונטשענע זאך.
https://m.youtube.com/watch?v=vL-OWz8Awm0 הייב אן ביי בערך זיבן און א האלב מינוט. וואטשן ביז סעקשן 9 און צעהן מכת חושך און פרויען סלעיווס גייען ארום מיט אלע טייערע זשולערי
איך האב שוין דערמאנט די איפוור פאפיראס, קודם ער מיסרעפרעזענט עס כאילו עס שטייט דארט "נאר" די זאכן וואס ער דערמאנט, אבער באמת איז עס א ליסט פון זייער אסאך זאכן וואס האבן קיין שייכות מיט יציאת מצרים,
דא קענסטו זעהן די גאנצע זאך. רוב זאכן זענען זייער טיפיקל זאכן אין די צייט פון א קאטאסטראפע ווען עס איז נישטא קיין שום הערשאפט, די איינציגסטע זאך וואס שטארט ארויס איז אז די טייך איז געווארן בלוט, דאס קען זיין א נאטורליכע קאטאסטראפע וואס האט פאסירט, אדער א מעטאפאר פאר א קאטאסטראפע אזויווי מ'טרעפט די אויסדרוק אין אנדערע פלעצער (זעה
דא פעידזש 6-7), אדער האט דאס צו טוהן מיט די טויטע קערפער וואס געפינען זיך אין וואסער וואס ווערט דארט דערמאנט
איינע פון די פראבלעמען צו זאגן אז די איפוור פאפירוס האט מיט די מכות איז, אנטשאט צו דערמאנען אז אידן/קנעכט גייען ארויס פון מצרים, רעדט עס פון אריינדרינגער וואס קומען "אריין" אין מצרים, זעה אויך
דא
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 2:03 pm
דורך הקטן
סקעפטיקער האט געשריבן:
קאסא גראנדע האט געשריבן:און ביטע הער אים אויס ביי 25 מינוט און 52 סעקונדעס אדרבה ער איז א גרעסערע מאמין ווי איך (כביכול) ער זאגט אז די תורה איז געשריבן ברוה"ק אויף אזוי ווייט אז זי האט געניצט די נאמען וואס רוב זשענערעישענס ווייטער וועלן וויסן פון וואס מען רעדט.
ער זאגט נישט דאס, ער זאגט אז די ליינערס פון יענע תקופה האבן נאר פארשטאנען די נאמען רעמסס און נישט די נאמען אוואריס, פונקט ווי מ'רעדט היינט ווער עס האט געגרינדעט ניו יארק אפילו ארגינעל האט עס געהייסן אנדערש, ער זאגט קלאר אנפאנג פון די ווידיא אז ער איז אן אגנאסטיק און קוקט אן די תורה ווי יעדע אנדערע אלטע טעקסט
קאסא גראנדע האט געשריבן:איך געראדע האלט אז מען קען ענטפערן בעסערע תירוצים ווי אז רעמסס 1 האט שוין געהאט דארט די שטאט אויף זיין נאמען א.ד.ג. אבער ווייטער איך וויל נישט אריינגיין אין די דעטאלן איידער עס גייט אריין אין קאפ און ווערט אויסגעקלארט צו/אז עס זענען דא הוכחות אז בני ישראל זענען יא געווען אין מצרים אלץ קנעכט און די מעשה מיט יוסף הצדיק האט פאסירט וכו'. אנדערש ווי די חוקרים טענה'ן
איך זעה דו הייבטס נישט אן צו פארשטיין ואס דא גייט פאר, רעמסס 1 איז געווען דער ערשטער פון די 19טע דינאסטיע און איז לויט ראול געווען בערך אין די צייט פון דוד ושלמה. בעפאר אים האט די נאמען רעמסס נישט געהאט קיין שום משמעות
זאגט יארמע רב:
לכבודו פין דעם דעברעצינער רב וואס איז געווען רב אין דעברעצין האט מען אזוי א נאמען געגעבן דעם גאנצע שטאט.