נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 2:02 am
ס'מיינט צי זאגן מ'גיבט ארויס די בחור. און ביי מיידלעך שטייטאך אין תורה את בתי נתתי לאיש הזה.
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=15014
ער מיינט צו זאגן ער געט די געלט פאר די צד הבחור, וואס איז אזוי שווער צו פארשטייןסאנטיאגא האט געשריבן:איך האב שוין דערמאנט וועגן די אויסדריק "אריינגעפאלן"
נאך א מאדנע אויסדריק איז ווען א מחותן זאגט: מזל טוב, איך געב די בחור.. "דו" געבסט? אה כ'האב אמאל געוויסט א מענטש איז אליינס מקדש א פרוי, וואס הייסט דו געבסט? געבסט רשות? אדער דו ביזט די שליח של אדם כמותו.. וואס איז דאס געבן? פריי דיך מ'זאגט דיר פארדעם..
קענסט פליז ברענגען א סקריןשאט, איך בין נישט סובסקרייבטחדשים האט געשריבן:פרומעט גאלדבערגער אין ני”ט מיט איר אפיניען וועגן בלייבן חתונה געהאט נאך אן ארענדזשירטע מערידזש.
אדרבה. אז די עלטערן האבן עס ערעניזשט, אויב גייט עס נישט אזוי גוט האט מען וועם צי שימפן...כרם זית האט געשריבן:נניח אז עלטערן מיט זייער לעבנס ערפארונג מאכן בעסערע אויסוויילן ווי צוויי תממיתדיגע שמונה עשרות. איז אבער נאך אלס ענדערש אז די מדברים זאלן אליין אפמאכן וועם זיי ווילן. וויבאלד אויב מאכט זיך א קראץ אינעם שלום בית נאכן חתונה וועט די מאן / ווייב זיך ווילן העלפן וויבאלד ער וועט שטיין הונטער זיין אויסווייל. משא''כ אויב די אויסווייל געשעט דורך א צווייטער וועט ער זיך אפשר לאזן העלפן, אבער נישט מיט די זעלבע איבערגעגעבנקייט.
Nanach האט געשריבן: קענסט פליז ברענגען א סקרינשאט, איך בין נישט סובסקרייבט
איך האב אנגעטראפען א פייוו טאונ'ס פארפאלק אין בתוך הדברים איז ארויף געקומען די נושא פון בחורים און בתולות האט די מאמע פארציילט אז איר טאכטער גייט געווענליך שבת נאכמואטג מיט אירע חבר'טעס צו די הויז פון איינע פון די חבר'טעס און די ברודער, פון די פרענד, מיט זיינע חברים זענען אויך דארט און זיי פארברענגען געשמאק ..רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אבי גערעדט, ס׳שוין דא דאטאבעיסעס און ליסטעס און ס׳זעהט נישט אויס ווי די נעמען אויף די ליסטעס זאלן טרעפן מער פאסיגע שידוכים. עלטערן וואס ווילן באמת מער פאסיגע שידוכים פאר די קינדער דארפן אנפאנגען צו ארבעטן דערויף שוין פון קליינווייז אן, צום אלעמען ערשט דארף מען מחנך זיין די קינדער פון פריען יוגנט זיך צו חבר׳ן און האלטן א קשר מיט קינדער פונעם אנדערן דשענדער, ווען זיין ווערן עלטער זאל מען זיי ערמוטיגן צו גיין עסן שבת סעודות ביי משפחות וואו ס׳דרייען זיך סינגלס פון ביידע דשענדערס וואו מ׳פארברענגט אינאיינעם, אזוי ווען ס׳וועט האלטן למעשה וועלן זיי שוין אליין פארשטיין וואס זיי האבן צוטוהן אולי יחוס.
מ עסט "שאלעשידעס" אינאיינעם...שערי יושר האט געשריבן:פארוואס זענען נישט די בחורים ביי שלוש סעודת?
זאגסט דאך אליינס', נאר ביי א מיידל ''ביז די צוועלעף אהאלב'' קען מען ''געבן'', נאכדאם, אדער א אינגל קען מען נישט ''געבן'', אדער טרעפיקן.שערי יושר האט געשריבן:ס'מיינט צי זאגן מ'גיבט ארויס די בחור. און ביי מיידלעך שטייטאך אין תורה את בתי נתתי לאיש הזה.
בעשאוקורץ שארף צום פוינט! האט געשריבן:איז דא עפעס א פלאץ וואו עלטערע (היימישע) בחורים און מיידלעך קענען זיך צוזאמטרעפן?
Jswipeקורץ שארף צום פוינט! האט געשריבן:איז דא עפעס א פלאץ וואו עלטערע (היימישע) בחורים און מיידלעך קענען זיך צוזאמטרעפן?
אויב דו ווילסט סתם האקן א לעבן מיט מיידלעך האב איך נישט קיין אדווייז,קורץ שארף צום פוינט! האט געשריבן:איז דא עפעס א פלאץ וואו עלטערע (היימישע) בחורים און מיידלעך קענען זיך צוזאמטרעפן?
דאס איז געווען מיין פערזענלעכע עקספיריענס.קידוש האט געשריבן:אויב דו ווילסט דיך טרעפן מיטן אנדערע מין זיך צו באקענען מיט זיי און אויסלערנען קאמיוניקעטן מיט א נקבה און האבן א נארמאלע שמועס, וואלט איך גע'עצה'ט צו אנהייבן וואלונטירן אין שפיטאל, נורסינג האומ'ס, וכו'.
דארט וועסטו טרעפן עלטערע מיידלעך מיט א געפיל צו העלפן מענטשן, און צוביסלעך וועט זיך פארמירן פארמאלע שמועסן און אי"ה ווייטער.
הצלחה רבה.
גיי צו משפחות אויף shabbat.com, זוך זיך אויס א משפחה וואס נעמט אריין אסאך געסט אויפאמאל, ס'איז אויך דא אן אפציע צוריקצוקוקן אויף די פריערדיגע וואכן וויפיל געסט זענען געוועהן ביי א ספעציפישע משפחה. איך בין געוועהן א שיינע פאר מאל ביי די קלאצקאוס צוזאמען מיט מיין שוועסטער און מיר האבן זייער שטארק הנאה געהאט, געוועהן דארט אן ערך פון 80 געסט, כמעט אלע פון זיי סינגלס, און רוב פון זיי זענען דארט איבערגעשלאפן. כ'האב מיך דארט באקענט מיט בחורים, מיידלעך, און גרושים/ות פון אלע קרייזן, חסידיש, ישיביש, חב"ד, ארטאדאקס, מאדערן ארטאדאקס, בעלי תשובה, האלבע אטדס, און וואס נישט, העכסט רעקאממענדירט.קורץ שארף צום פוינט! האט געשריבן:איז דא עפעס א פלאץ וואו עלטערע (היימישע) בחורים און מיידלעך קענען זיך צוזאמטרעפן?
ס'איז יענס געלעכטער די אלע דזשאסטיפיקאציעס וואס מ'דארף איינזעצן אז "לעמאסע, באטעם ליין" איז די שידוך סיסטעם די ריכטיגע וועג, פארן גרעסערן אגענדע פון ברענגען לעבנ'ס אויף די וועלט. לאוו איז דאך נישט קיין עיקר! דאס וועסטו לאזן פאר רייען גאסלינג, דאס גייט נישט דא. פארוואס נישט? שוין האסטו דעם חכם, ער וויל די גאנצע תורה אויף איין פיס... "ווייל אונז האמיר אן אנדערן מהלך החיים" בחור'ל ווען דו הערסט דעס אנטלויף ווי ווייט דו קענסט, ווייל אטאדאס איז די קולט! גייט מיר נישט אן ווי בליטשקעדיג זי איז, אונז האמיר אן אנדערן מסורה.. יא, פרעג יענעם צו די לויה מצוה טענץ מיטן אשת חיל צערעמאניע, און דאס פארגיסן טייכן טרערן לפני הכלה איז אויך מסורה? אדער רופט זיך דאס א זאך וואס מאכט פלעין נישט קיין סענס? און האט מיטן באשעפער גאנישט? איי געט איט, אז מ'האט נישט די ערשטע השגה מיט וועם מ'גייט היינט נאכט וואוינען, קומט שוין איינמאל צו וויינען... נא אפפענס נעקסט לעוול, איך מיין חלילה נישט דיר פערזענליך, מ'רעדט פון די ברייטע בילד.קהל'ס נער האט געשריבן:אזוי, דער טין עידזשער איז גענוג עדאלט צי חייב זיין מיתה אויב איז ער מחלל שבת, אבער צו מחליט זיין פאר א שידוך איז ער נאך צי קליין.......
נאר די טאטע וואס ער גייט נישט טראגן די תוצאות פון די דיסיזשן, ער גייט מאכן די ריכטיגע אויסוואל......
נניח אז מיין טאטע מיינט יא מיין טובה, ער האלט אז פאר מיין טובה איז גוט א רעבישע שידוך, איי די מיידל זעט אויס ווי א זכר מיט א סקירט, למאי נפ"מ, די עיקר זי איז פון א רעבישע משפחה, איי זי איז געווארען עביוזד דורך אירע עלטערן, ס'נאך אלץ ווערד ווייל זי האט נישט קיין איין פעטער אדער עלטער פעטער וואס איז ג'גט.... בקיצור מיין טאטע מיינט טאקע מיין טובה, אבער געבעיסט אויף זיינע פילינגס.....
און זייער אינטערעסאנט, די מינוט וואס די קידושין איז חל, ווערט די בחור אויס טינעידזשער ער פארשטייט שוין פינקטליך וואס גייט פאר, ער באזירט שוין גארנישט אויף קיין פילינגס, ווייל ער האט שוין א שטריימל.......ווט"פ
זייער א אינטערסאנטע עצה, אבער איז באגרעניצט פאר אזוינע וואס האבן א געפיל צו העלפן קראנקע אדער אלטע מענטשן.קידוש האט געשריבן:דאס איז געווען מיין פערזענלעכע עקספיריענס.קידוש האט געשריבן:אויב דו ווילסט דיך טרעפן מיטן אנדערע מין זיך צו באקענען מיט זיי און אויסלערנען קאמיוניקעטן מיט א נקבה און האבן א נארמאלע שמועס, וואלט איך גע'עצה'ט צו אנהייבן וואלונטירן אין שפיטאל, נורסינג האומ'ס, וכו'.
דארט וועסטו טרעפן עלטערע מיידלעך מיט א געפיל צו העלפן מענטשן, און צוביסלעך וועט זיך פארמירן פארמאלע שמועסן און אי"ה ווייטער.
הצלחה רבה.
קידוש האט געשריבן:עס איז זייער שווער, יעדע בחור וואס approached א מיידל ווערט אנגעקוקט מיט פארדאכט אין די מיידל פילט uncomfortable,
די בעסטע איז נישט צו approachen directly העי וואס טוט זיך, וכו',
נאר צו אריינבאמפען אומוועלנדיג, אזוי צופעליג, און געבן אן אויפריכטיגע- נישט דירעקטע- קאמפלימענט,
אדער בעסער ארבעטן צוזאמען אויף עפעס (וואלונטירן - ארבעטן אויף א פראיעקט) אדער טרעפן סיי וועלכע זאך וואס האט gender natural אינטערעסן, און צוביסלעך פארמירן א שמועס,
די עיקר זיין אויפריכטיג און אמת'דיג, והשם יעזר.