בלאט 9 פון 36

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 6:32 pm
דורך עמרם
כרם זית האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 6:26 pm איך האלט אז מען מוז מתקן זיין א נייע ניטל. ווען עס איז ראש השנה לחסידות אין ווישניץ מרכז דארפן אלע ערליכ'ע אידן פארמאכן די גמרא נישט צו געבן קיין יניקה פאר די קליפות.
קודם זאל זיין איין רבי וואס זאל ארויסקומען אז ער טוהט נישט ריכטיג,
דערווייל זענען זיי אלע מסכים מיט אים (און זענען אים שטארק מקנאה)

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 6:36 pm
דורך אלפא
די צוויי אשכולות איינס נעבן די אנדערע ליינט זיך עפעס אזוי, "גייסטיש צורידערטע אדמו"ר מוויזניץ דער'הרג'ט זיין חסידות צו אחים"...

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 7:04 pm
דורך צפת
ויז'ניץ נצח...

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 7:08 pm
דורך מר. קלונימוס
אלפא האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 6:36 pm די צוויי אשכולות איינס נעבן די אנדערע ליינט זיך עפעס אזוי, "גייסטיש צורידערטע אדמו"ר מוויזניץ דער'הרג'ט זיין חסידות צו אחים"...
Jinx
איך האב געמאכט די סקרינשאט עטליכע שעה צוריק
Screenshot_20240121-155606_Chrome.jpg

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 8:56 pm
דורך אגריפס המלך
כרם זית האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 6:26 pm איך האלט אז מען מוז מתקן זיין א נייע ניטל. ווען עס איז ראש השנה לחסידות אין ווישניץ מרכז דארפן אלע ערליכ'ע אידן פארמאכן די גמרא נישט צו געבן קיין יניקה פאר די קליפות.
איך ווייס נישט צו מ'זאל צו מאכן די גמרא'ס אבער לענגליכע חלות קען מען זיכער עסן.

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 9:21 pm
דורך מן הסתם
מ'טינקט די זיסע רינדעכיגע חלות פאר אכט שעיקל אין קאטשעניו?

הער איך אויך אז די נשים צינדן לעכט..

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 9:24 pm
דורך מן הסתם
LIVE112233 האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 5:59 pm
עמרם האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 5:22 pm געווען אויף אידטיש א pdf פון א ספר הברית
איינער האט עס ?
אויף פעדזש 5 אין דעם אשכול (איך ווייס נישט וויאזוי צוצייכענען)

https://www.kaveshtiebel.com/download/file.php?id=43876

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 9:29 pm
דורך קול מבשיר
חלק פנינים מהדרשה אמש:

דיבר נגד משה לבין כבר לפני 3 שנים הייתי צריך להעיף אותו, כעת אני סובל
מזה. הרבנית אמרה לי לפני 3 שנים להעיף אותו. מגיע אלי ומדבר כמו
עיתונאי.. הוא מבין...

בטבעי אני רגשן ואיש טוב, וגם אמרתי את זה לבן שלי חיים מאיר, אבל אין לי
כעת ברירה ואצטרך לפעול בענין, יעדן שבת וועט זיין נייעס. אני הולך לתת
חדשות כל שבת, אני יספק לכם סחורה, נגמרו השיינע אידן אצלי, אני רגשן,
מלא חמימות, אבל אני הופך את עורי כעת.

אמר לנשים בקרוב יהיה סדרת אירועים וחייבים לשחרר את הבעל, ומשחיל באמצע
את המסע ללונדון שחייבים לבוא. ט"ו בשבט, שבת שירה, שבת לונדון, כ' אדר.

מתקפה חסרת תקדים: הביע זעזוע וכאב רב, מהמחאה שערך רבה של אנטוורפן הרב
שיף בבית מדרשנו, הבית כנסת שנגזלה לפני 13 שנים ע"י ערכאות, הושב השבוע
ע"י ערכאות. כעת בוכים דמעות תנין למה לא הלכו לבי"ד, זאת לאחר שלפני 13
שנים אפחד לא הביע כאב ומחאה שעה שנגזל ע"י ערכאות. תוקף אישית רבי אהרן
שיף את בית דין והדיינים באנטווערפען, אותי אבי הק' הכתיר כרב
באנטווערפען ואני הבעל הבית שם. הבית דין היה צריך להתקשר אלי ולדבר
איתי. ותקף את הבית דין שם.

החלטתי שאני טס לערוך טיש חמשה עשר בשבט באנטווערפען ואני מבקש שמי שיכול
שיצטרף למסע.

הזכיר בדבריו היסטוריה 2000 איש צעקו עלי שייגעץ בחול המועד בתוך
הביהמ"ד, ואף אחד לא מחה. אני חי טוב עם אח שלי, אבל כשצעקו עלי בביהמ"ד
אף אחד לא פתח פה [משקר כמובן]

לפני כסא הכבוד ישאלו אותך: אמרת שוואנצנאתא?

אם לאבי הק' היה כזה צבא, משיח היה מגיע מיד,

בסיום דבריו התחילו בשיר נקמה: "טאטע איך וועל נקמה נעמען פאר דיר"....
"יא יא נקמה"...

ועוד שיר חדש: "יראו שונאי ויבושו, אלע ציפסים זאלען פלאצען סקומט נייע צייטען"...

ולאחמ"כ הוא פתח בשיר: וכל קרני רשעים אגדע...

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 9:32 pm
דורך אגריפס המלך
קענסט עס איבערטייטשן אויף אידיש ביטע? איך פארשטיי נישט יעדעס ווארט.

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 9:57 pm
דורך אדמור מקרייניץ זצל
נאך נישט דא קיין נייעס פין ראש השנה??

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:07 pm
דורך לאכעדיג
ווען איז יום כיפור לחסידות??

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
דורך ארכיטקט

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:35 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
וואס איז דער מעשה מיט משה לאבין? פארוואס האט מען איהם ארויס געווארפן ? וואס איז געוועהן זיין עבירה?

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 11:48 pm
דורך צומישט און צוחישט
מ'טוט מלאכות, אדער נאר אוכל נפש-הוצאה?...

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 11:57 pm
דורך לאכעדיג
מ'שמעקט בשמים ביי הבדלה?

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 12:18 am
דורך צומישט און צוחישט
לאכעדיג האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 11:57 pm מ'שמעקט בשמים ביי הבדלה?
מוצאי יו"ט שמעקט מען נישט קיין בשמים..

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 1:35 am
דורך שטריימל
נאכן אדורך ליינען דעם גאנצן אשכול פארשטיי איך די ערשטע מאהל ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט די התנגדות צום דרך הבעש״ט הקדוש זי״ע

דער רבי ישראל בע״ש איז אינגאנצן צערידערט פירט איין א נייע באוועגונג (עפ״ל צו זאגן אזעלכע זאכן אבער אזוי האט מען ליידער געזאגט)

רבי יעקב יוסף מפולנאה פארברענט גאנצע חיבורים פון זיינע חידושים און זאגט אז זיי געהערן צו סטרא אחרא ווייל דאס איז געווען איידער די התקרבות צום בעש״ט הקדוש

מען איז מחבר נייע תפילות, מען פירט איין צו זאגן הודו ערב שבת ויו״ט

מען נויגט אפ פונעם שלחן ערוך, מען פסקנט הלכות פון כתבי האר״י

מען פארברענגט גאנצע נעכט בפרט לילי שבתות וימים טובים מיט עסן טרינקן און זינגן זמירות אנשטאט זיצן און לערנען

נאר די רבי עסט די גאנצע עולם שטייט פארגאפט און קוקט ווי ער עסט און מען כאפט זיינע איבערבלייבענישן פאר שיריים

מען איז מעודד יונגעלייט זאלן איבערלאזן די ווייב און פארן צום רבין
יונגעלייט קריגן זיך מיט די ווייבער, שווער און שוויגער, טאטעס און מאמעס מען אנטלויפט אינמיטן די נאכט צום רבין, מען זיצט אפ דארט וואכן און מען פארברענגט די צייט.

עפעס א נייע מין געדאנק וואס איז קיינמאהל נישט געווען, אלע השפעות ברוחניות און בגשמיות גייען נאר דורכן צדיק,

מען פילט אן גאנצע ספרים מיט די געדאנק פון צדיק, עפעס א מין דיקטעטערשאפט, די רביס די תלמידים זענען זיך געהעריג משתלט אויפן ציבור.

רבי ישראל בע״ש קומט אריין אין א ביהמ״ד ווי עס זיצן תלמידי חכמים מופלגים על התורה ועל העבודה א גאנצן טאג און זאגט, די ביהמ״ד איז פיל מיט תורה, עס איז לא פרחת לעילא, די גאנצע תורה גייט רח״ל צו די אנדערע זייט.

א נייע מין זאך, אידן פראסטע אידן וואס זאגן אביסל תהלים בתמימות, איז רבי ישראל בע״ש מגלה אז זיי זענען גאר געהויבענע נשמות.

אזעלכע דמיונות, מען דערציילט מעשיות דער בע״ש זעצט זיך אריין אין וואגן, הייסט אלעקסיי זאל זיך אויסדרייען, די פערד און וואכן פליען פון זיך אליינס איבער שטעט און שטעט.

אזוי קען מען גיין און גיין פארציילן און פארציילן אלע אפיקורסישע טענות וואס די מתנגדים האבן רח״ל געטענהט קעגן די הייליגע דרך הבעש״ט וואס האט געראטעוועט דעם דור ביז ביאת משיח, ליידער זענען אבער היינט אלע טענות דורך חסידישע אפיקורסים און נישט קיין מתנגדים, איך מיך באפס מה פארשטעלן די אשכול וואס וואלט געהייסן
האדמו״ר רבי ישראל בעל שם טוב טוישט נאמען צו חסידות

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:35 am
דורך איזה נשמה
מה הקשר???

דו גלייכסט צו ביטול לצדיק וואס איז אליינס בטל צום אייבירשטן און האט נישט קיין שום אגענדע, צו ביטול צו א מענטש וואס יעדער בר דעת וואס איז נישט ברעינוואשד דורך איהם זעהט גלייך אז מ'רעדט פון א קליינקעפיג גייסטיש אומסטאבילע מענטש וואס טראכט און רעדט פון זיך א גאנצע צייט, ממש מיט אן אבסעססיע?

יעדער וואס העראט איהם רעדן, קען הערן א טיפה פוסטקייט און אויפגעגעסנקייט.

ביי דע וועי,
קיין איינער פון די צדיקים הקודמים האט נישט קאנטראלט א קהילה אדער משפחות, ווער ס'געוואלט איז געקומען און ווען מ'האט געפרעגט ביי זיי אין עבודת ה' אדער סתם האט זיך געפאדערט ביטול, וואס האט דעם מיט איינער וואס ירש'נט א קהילה און מיינט אז יעדע קינד און פרוי מוז זיין צו איהם בטל.

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:15 am
דורך Nanach
שטריימל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 1:35 am נאכן אדורך ליינען דעם גאנצן אשכול פארשטיי איך די ערשטע מאהל ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט די התנגדות צום דרך הבעש״ט הקדוש זי״ע
קודם שלום עליכם הר״ר מענדליסט, קום נישט נאר זאגן מיינונגען דערצייל אויך וואס עס גייט דארט פאר אונז זאלן זיך קענען אונטערהאלטן

דער רבי ישראל בע״ש איז אינגאנצן צערידערט פירט איין א נייע באוועגונג (עפ״ל צו זאגן אזעלכע זאכן אבער אזוי האט מען ליידער געזאגט)
איי עם סארי טא טעל יא אבער אויב איז די בעש״ט אזוי געווען איז טאקע די התנגדות גערעכט געווען (איך פאר מיר האלט נישט אז דרך הבעש״ט מיט שוואנצונעס האבן די מינדערסטע שייכות)

יעצט לאמיר זיך נעמען צו דיין עצם טענות, וואס די האסט געטון דא דערמאנט מיר פון די דזשאוק אז איינער האט גערעדט לשון הרע אויף א רבי, און ווען איינער האט אים פארגעהאלטן אז מען מעג נישט רעדן אויף צדיקים האט ער גענטפערט ״קודם מאכט מען אים אויס צדיק נאכדעם רעדט מען אויף אים״ לענייננו קודם האסטו אראפ געשלעפט די בעש״ט צו די מדרגה פון דיין רבי און נאכדעם קען מען שוין נישט רעדן אויף אים ווייל ער איז אזוי ווי די בעש״ט

רבי יעקב יוסף מפולנאה פארברענט גאנצע חיבורים פון זיינע חידושים און זאגט אז זיי געהערן צו סטרא אחרא ווייל דאס איז געווען איידער די התקרבות צום בעש״ט הקדוש
ווער האט אין וויז׳ניץ פארברענט חידושים ווייל עס באלאנגט פאר די סטרא אחרא (איך גלייב נישט אז אין וויז׳ניץ איז דא איינער וואס קען מאכן חידושים האלב די טיפקייט און א דריטל די בקיאות פון תולדות עכ״פ איך האף די רבי קען עס בכלל פארשטיין) ווען דאס זאל זיין די טענות וואלט עטץ געווען אין א אנדערע ליגע, מער אזוי ווי סטוטשין צו ר׳ צבי מאיר זילברברג, ר׳ יצחק מאיר מורגנשטרן וכדומה וואס מענטשן האבן טענות/לצנות אויף זייער דרך אבער זיי פארקויפן פאר זייער נאכפאלגער עפעס מיט תוכן אנטשולדיגט אבער איר זענט נישט אין די ליגע צו רעדן פון דעם

מען איז מחבר נייע תפילות, מען פירט איין צו זאגן הודו ערב שבת ויו״ט
דאס איז נישט נייע תפילות, דאס איז א קאפיטל תהלים פארן דאווענען וואס קיינער האט נישט געהאט קיין טענות אויף דעם, די טענה איז געווען אויף נוסח ספרד, וואס ער האט קיינעם נישט געהייסן טוישן בלינדערהייט נאר היות זיי האבן עוסק געווען אין אר״י האבן זיי געטוישט צו נוסח ספרד (אזוי ווי אסאך לדוגמא ר׳ נתן אדלער) און די טענה איז געווען אויפן עס איינפירן פארן המון עם, אבער נישט קיין בלינדע אמונה

מען נויגט אפ פונעם שלחן ערוך, מען פסקנט הלכות פון כתבי האר״י
די בעש״ט האט גארנישט זיך גערירט פון שלחן ערוך, צו מצדד זיין א פסק ע״פ אר״י איז נישט קיין חידוש פון בעש״ט עס ווערט שוין אראפ געברענגט אין די נושאי כלים פון שלחן ערוך וואס רעכענען זיך מיטן אר״י אין פסק
מען פארברענגט גאנצע נעכט בפרט לילי שבתות וימים טובים מיט עסן טרינקן און זינגן זמירות אנשטאט זיצן און לערנען

גארנישט מיטן בעש״ט, די בעש״ט האט איינגעפירט א שטארקע דגוש אויף עבודת הלב ממילא ווען עס האט מעורר געווען נגינה האט געזינגען זמירות שבת און נישט חושש געווען אויף די ביטול תורה, אבער נישט אלע תלמידים האבן געמאכט אסא עסק פון די זינגען און ביים בעש״ט האט מען בעיקר עוסק געווען אין תורה, די בעש״ט האט געדאוונט יעדן טאג נץ ממילא צו לאנג האט ער נישט געצויגן די סעודה. די לאנגע זינגערייען ווייס איך נישט פון א פריעדיגע מקור ווי די אמרי חיים

נאר די רבי עסט די גאנצע עולם שטייט פארגאפט און קוקט ווי ער עסט און מען כאפט זיינע איבערבלייבענישן פאר שיריים

די גאנצע טיש געפיראכטץ האט זיך ערשט אנגעהויבן ביים מגיד נישט ביים בעש״ט, און אפילו דעמאלטס אלס א זייטיגע טפל, די עיקר איז מען געקומען הערן תורה און א דרך אין עבודת ה׳

מען איז מעודד יונגעלייט זאלן איבערלאזן די ווייב און פארן צום רבין
יונגעלייט קריגן זיך מיט די ווייבער, שווער און שוויגער, טאטעס און מאמעס מען אנטלויפט אינמיטן די נאכט צום רבין, מען זיצט אפ דארט וואכן און מען פארברענגט די צייט.

צו א לאנגע קאנטיווערשעל נושא פאר די סקאפ עכ״פ נישט דאס איז געווען די עיקר טענה אויפן בעש״ט

עפעס א נייע מין געדאנק וואס איז קיינמאהל נישט געווען, אלע השפעות ברוחניות און בגשמיות גייען נאר דורכן צדיק,

מען פילט אן גאנצע ספרים מיט די געדאנק פון צדיק, עפעס א מין דיקטעטערשאפט, די רביס די תלמידים זענען זיך געהעריג משתלט אויפן ציבור.

א נושא וואס מען רעדט טאקע אין חסידישע ספרים איינער מער איינער ווייניגער אבער אלע געבן אויך אינדיקעישען׳ס וואס א צדיק איז וד״ל

רבי ישראל בע״ש קומט אריין אין א ביהמ״ד ווי עס זיצן תלמידי חכמים מופלגים על התורה ועל העבודה א גאנצן טאג און זאגט, די ביהמ״ד איז פיל מיט תורה, עס איז לא פרחת לעילא, די גאנצע תורה גייט רח״ל צו די אנדערע זייט.

א מעשה׳לע וואס ברענגט ארויס תורה לשמה גענומען אויפן נישט ריכטיגען אופן, די בעש״ט האט געזען (לפי די מעשה) נישט משער געווען און די ת״ח ביי זיך האבן גוט געוויסט פון וואס ער רעדט (זאג מיר נישט אז דו גלייבסט באמת אז דיין רבי קען זען אזעלכע זאכן)

א נייע מין זאך, אידן פראסטע אידן וואס זאגן אביסל תהלים בתמימות, איז רבי ישראל בע״ש מגלה אז זיי זענען גאר געהויבענע נשמות.

ער האט נישט דאס געזאגט, ער האט געזאגט אז זייער עבודה בתמימות איז ווערט אסאך/נישט אוועק צו מאכן. די פאקערטע פון זאגן פאר אינגעלייט ענק זענען גארנישט וד״ל

אזעלכע דמיונות, מען דערציילט מעשיות דער בע״ש זעצט זיך אריין אין וואגן, הייסט אלעקסיי זאל זיך אויסדרייען, די פערד און וואכן פליען פון זיך אליינס איבער שטעט און שטעט.

די אלע מעשיות זענען באשאפן געווארן אין די ת״ר יארן ביי גוטע בעקער, דרך אגב שלא מן העניין בכלל, אדרבה געב מיר איין אזא עקוויווילענט מעשה פון סיי וועלכע פון די היינטיגע פארטיי פירער הנקראים אדמורים

אזוי קען מען גיין און גיין פארציילן און פארציילן אלע אפיקורסישע טענות וואס די מתנגדים האבן רח״ל געטענהט קעגן די הייליגע דרך הבעש״ט די מתנגדים האבן נישט געטענהט אפיקורסישע טענות זיי זענען געווען גרויסע אידן וואס האט געראטעוועט דעם דור ביז ביאת משיח, ליידער זענען אבער היינט אלע טענות דורך חסידישע אפיקורסים און נישט קיין מתנגדים, איך מיך באפס מה פארשטעלן די אשכול וואס וואלט געהייסן
האדמו״ר רבי ישראל בעל שם טוב טוישט נאמען צו חסידות
אין קאנקלאשזען ווען די וווסט מיר ברענגען איין קאמפערעסען פון בעש״ט צו סיי וואספארא היינטיגע אדמור וועט מען אנהייבן דן זיין, כש״כ די אדמור בנידון דידן

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:20 am
דורך Nanach
אין א זייטיגע נאט איז שוין דא א מקור דערויף אין מלכים ווי עס ווערט געברענגט אז ווען מען וויל אוועקשטעלן א נייע עבודה זרה/קולט הייבט מען אן ביי מאכן נייע ימים טובים

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 7:17 am
דורך שטריימל
אזוי זענען טאקע געזעצן אלע לצים בימות הבעש״ט און אפגעפרעגט מיט רויטע טינט און געמאכט לצנות
און יא די לצים זענען געווען דערהויבענע אידן און תלמידי חכמים מופלגים און זענען געקומען מיט אמת׳דיגע שטארקע טענות שטערקער ווי אלע אויבענדערמאנטע

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 7:26 am
דורך שטריימל
דיין קאנקלוזשען איז דאך אלעס וואס ליגט באהאלטן אונטער א שלייער פון אפלאכן פון ״אלע״ רביס אין אונזער דור, קומט דאך אויס אז די האלסט בכלל נישט עס איז דא א לעבעדיגע רבי היינט אין קאנטראסט פון אלע ספרי תלמידי הבעש״ט וואס שרייבן אז מען קען נישט זיין קיין ערליכע איד אן קיין לעבעדיגע רבי וואס איז דער צנור צווישן דעם אויבערשטער אין כלל ישראל נישט ברוחניות און נישט בגשמיות

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 8:05 am
דורך מיסטעריע
וואס ס'שטייט אין ספרי חסידות א לעבעדיגע רבי האבן זיי נישט געמיינט די היינטיגע רבי'ס וואס זענען בתורת ירושה, און האבן נישט קיין שייכות אין עבודת השם וכדומה, אדרבה ווען מהרמ"מ מויזניץ מרכז ווערט געבוירן ביי סתם א איד, קוקסטו בכלל אויף זיין זייט? זיכער נישט!