בלאט 9 פון 9

נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2022 4:13 pm
דורך הקטן
טעות

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2022 3:44 am
דורך berlbalaguleh
ס'איז אינטרעסאנט אז אין די חילונ'ישע וולט אין א"י ווערט פארקויפט דער זינגער אלס הרב מנדל רוטה....והרב המשורר פסק שמותר לשמוע שירים בתשעת הימים...! ער ווערט שוין אפגעסטעמפלט אלס רב. ווען זיי ווייסן אז ער איז אויך א קאנדידאט צו זיין אן אדמו"ר...! ס'וועט נאך קומען א צייט וואס מ'עטציך שטופן צו כאפן שיריים מפה קדשו. ומידיו הקדושים.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2022 1:36 pm
דורך באהעלפער
איז ער א רעבישע אייניקל, איז וואס איז די סיקרעט?
אויב דער מאכעליסטער מעג פירן טיש, מעג הרב רוטה אויך. און ער דארף נישט קיין רשות פון די התאחדות טעראר אינקארפארעישאן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2022 11:11 pm
דורך berlbalaguleh
יא: אבער זיין טאטע אדער זיידע איז דאך געווען חד משרפי מעלה (ביי סאטמאר.). א קדוש וטהור שאין כדוגמתו. וועלכער האט מיט איין האנט געמאכט פארשידענע (הייליגע) העוויות. און מיט די צווייטע האנט האט ער אנגעזאמלט א סאך. גאר א סאך ריעל עסטעיט פון די טמא'נע מדינה. ספעציעל אין די שטחים וואו די נעבעכ'דיגע פאלעסטינער וואוילע אראבישע שעפעלעך האבן געוואוינט. און די רשעות'דיגע ציונים האבן עס דורך זייער התגרות באומות אוועקגערויבט...אין די ששת ימי אפילה....!

אוי. ישראל קאפקע. ווען 'עסטו שוין אויפשטיין תחיית המתים. אוואו ביסטו ווען מ'דארף דיך...!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 1:55 am
דורך שמעקעדיג
הקטן האט געשריבן:
כולל אינגערמאן האט געשריבן:אפילו די וואס האלטן נישט פון דעם ניגון וועלן מוזן מודה זיין אז עס איז זייער פאסיג עס צו זינגען חמשה עשר באב!

דו ביסט א כולל אינגערמאן אדער א בחור?
דאס איז זיכער אז דו ביסט א קטן.....

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 4:28 am
דורך באהעלפער
אויב האט מענדעלע געוואלט א מיידעלע - און געקלערט אז ער גייט עס מיט דעם לידל קריגן, וועט עהם זיין ביטער ווען ער וועט זיך אויפוועקן און כאפן אז אויסער דעם אז ער האט מפרסם געווען אז ער איז גוט באמאכט, האט ער קיין גרויסע תועלת נישט אויפגעטריבן דערמיט.

Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 9:57 am
דורך כולל אינגערמאן
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז אינטרעסאנט אז אין די חילונ'ישע וולט אין א"י ווערט פארקויפט דער זינגער אלס הרב מנדל רוטה....והרב המשורר פסק שמותר לשמוע שירים בתשעת הימים...! ער ווערט שוין אפגעסטעמפלט אלס רב. ווען זיי ווייסן אז ער איז אויך א קאנדידאט צו זיין אן אדמו"ר...! ס'וועט נאך קומען א צייט וואס מ'עטציך שטופן צו כאפן שיריים מפה קדשו. ומידיו הקדושים.
ער זאגט אויך פאר די מידיע אין א"י אז זיין טאטע ווייסט נישט צו זאגן פון זיינע ניגונים. טאמער ער וואלט געוויסט וואלט עס עם זייער וויי געטוהן. זעה 5:34 .
אגב ער זעהט אויס זייער אנגעווייטאגט אויפן סיסטעם

https://youtu.be/RPhInyONuQI

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 1:04 pm
דורך וואלווי
באהעלפער האט געשריבן:אויב האט מענדעלע געוואלט א מיידעלע - און געקלערט אז ער גייט עס מיט דעם לידל קריגן, וועט עהם זיין ביטער ווען ער וועט זיך אויפוועקן און כאפן אז אויסער דעם אז ער האט מפרסם געווען אז ער איז גוט באמאכט, האט ער קיין גרויסע תועלת נישט אויפגעטריבן דערמיט.
ער רעדט צו זיך, ער "וויל" ליעב האבן א מיידעלע

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 2:04 pm
דורך כפתור
ער מיינט צו זאגן, ער וויל קענען האבן א גירל פרענד, און ער וויל זיך נישט דארפן זארגן אז די קנאים וועלן פוגע זיין און אים. און ער ברענגט ריאות אז ער איז נישט דער ערשטער מיט אזא געדאנק.
איך מיין אז ער האט א שפיטץ.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 2:06 pm
דורך טאמבל סאס
באהעלפער האט געשריבן:אויב האט מענדעלע געוואלט א מיידעלע - און געקלערט אז ער גייט עס מיט דעם לידל קריגן, וועט עהם זיין ביטער ווען ער וועט זיך אויפוועקן און כאפן אז אויסער דעם אז ער האט מפרסם געווען אז ער איז גוט באמאכט, האט ער קיין גרויסע תועלת נישט אויפגעטריבן דערמיט.
עט ליעסט איז ער נישט להוט צו גיין קוועטשן און דרוקן פרעמדע מיידעלעך אומגעבעטן און זיך איינרעדן אז דער עולם האלט ס'איז נארמאל. דאס וואלט געווען אן אמת'ע באמאכאכץ. ווי אויך קומט ער נישט אהיים יעדן טאג צו א מיידל וועם ער האט באמת נישט ליב. ער ברויך קיינעם נישט דרוקן און זיך מאכן ווי ער האט זי ליב. דאס וואלט טאקע געווען א באמאכטע סיטואציע. קיינער קוקט נישט אן עמיצער וואס האט נישט א פארטנער, באמאכט. ליבע קען מען זיך נישט וועלן. די באמאכטע זענען דיע וואס לעבן ככוהנת שמיטפלין בה כפונדקאית. ומצד שני דיע וואס עסן נהמא דכיסופא.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 2:25 pm
דורך מתבודד
טאמבל סאס האט געשריבן:. ווי אויך קומט ער נישט אהיים יעדן טאג צו א מיידל וועם ער האט באמת נישט ליב. ער ברויך קיינעם נישט דרוקן און זיך מאכן ווי ער האט זי ליב. דאס וואלט טאקע געווען א באמאכטע סיטואציע. קיינער קוקט נישט אן עמיצער וואס האט נישט א פארטנער, באמאכט. ליבע קען מען זיך נישט וועלן. די באמאכטע זענען דיע וואס לעבן ככוהנת שמיטפלין בה כפונדקאית.
דאס איז טאקע וואס ער באוויינט אויף זיין ערשטע מעריזש.

ער קומט פון דארט...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 4:03 pm
דורך באהעלפער
טאמבל סאס האט געשריבן: עט ליעסט איז ער נישט להוט צו גיין קוועטשן און דרוקן פרעמדע מיידעלעך אומגעבעטן און זיך איינרעדן אז דער עולם האלט ס'איז נארמאל. דאס וואלט געווען אן אמת'ע באמאכאכץ. ווי אויך קומט ער נישט אהיים יעדן טאג צו א מיידל וועם ער האט באמת נישט ליב. ער ברויך קיינעם נישט דרוקן און זיך מאכן ווי ער האט זי ליב. דאס וואלט טאקע געווען א באמאכטע סיטואציע. קיינער קוקט נישט אן עמיצער וואס האט נישט א פארטנער, באמאכט. ליבע קען מען זיך נישט וועלן. די באמאכטע זענען דיע וואס לעבן ככוהנת שמיטפלין בה כפונדקאית. ומצד שני דיע וואס עסן נהמא דכיסופא.
מה שנכון נכון

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 3:48 am
דורך דוד שריפטליך
באהעלפער האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן: עט ליעסט איז ער נישט להוט צו גיין קוועטשן און דרוקן פרעמדע מיידעלעך אומגעבעטן און זיך איינרעדן אז דער עולם האלט ס'איז נארמאל. דאס וואלט געווען אן אמת'ע באמאכאכץ. ווי אויך קומט ער נישט אהיים יעדן טאג צו א מיידל וועם ער האט באמת נישט ליב. ער ברויך קיינעם נישט דרוקן און זיך מאכן ווי ער האט זי ליב. דאס וואלט טאקע געווען א באמאכטע סיטואציע. קיינער קוקט נישט אן עמיצער וואס האט נישט א פארטנער, באמאכט. ליבע קען מען זיך נישט וועלן. די באמאכטע זענען דיע וואס לעבן ככוהנת שמיטפלין בה כפונדקאית. ומצד שני דיע וואס עסן נהמא דכיסופא.
מה שנכון נכון
איין זאך וויל איך ענק ערקלערן פאר אלע פארהייראטע אינגעלייט איך אלס איינע פון מענדלס ברידער'ס פארשטיי איך פונקטליך זיין ווייטאג און איך טו דאס גראטולירן הלוואי וואלט איך געהאט די גאטס דאס צו טוען

נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:21 pm
דורך אדמור הקדוש זצללהה
נמחק

נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2023 1:28 am
דורך צוזאמגעדרייט
נמחק