בלאט 9 פון 40

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:38 am
דורך שמואל הלוי
בילד

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:23 pm
דורך chasid
שמואל הלוי האט געשריבן:ס'איז דא א שטיקל דברי יואל אין פרשת במדבר עמוד קי, אז ביי יעדע אסיפה וואס מען איז מעורר כלל ישראל מיט דברי מוסר היינטיגע צייטן מוז מען אויך רעדן פון ציונות, ווייל אז נישט ווייזט עס כאילו ציונות איז נישט קיין פראבלעם און נאר די זאך וואס מען איז מעורר דאס איז די גרעסטע פראבלעם פון דור.

מ'פאלגט טאקע אייביג אין סאטמאר די מאמר??

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:26 pm
דורך יידל
ס'מאכט אסאך סענס, דאס וואס סאטמערער רב זצ"ל זאגט. די שאלה איז אבער צו עס איז געווען אן הוראת שעה דאן, ווען ציונות האט געפלאקערט און פארברענט נשמות, אדער איז עס געווען אן הוראה לדורות.

און בכלל דארפן מיר זיך אריינטראכטען, למעשה איז סאטמארער רב זיך מטעים און מסביר, אז די סיבה איז ווייל ציונות איז די גרעסטע פירצה בדורינו. צו איז נישט אינטערנעט היינ צו טאגס ערגער ווי ציונות?

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 4:18 pm
דורך [NAMELESS]
יאנקל האט געשריבן:שמואל הלוי :like
א געוואלדיגער ארבעט דאס איבערזעצן טייטלבוימ׳ס בריוו אין אידיש. כ׳קלער אז דו זאלסט עס מאכן פאר א פי-די-עף און דא ארויפשטעלן, אזוי וועט מען עס קענען בעסער פארשפרייטן.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 5:42 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט זעה איך אז שמואל הלוי האט עס פשוט געגנבעט פון אייוועלט!! ר' שמאול - דאס איז נישט מאראליש. די דארפסט שרייבן פון ווי די נעמסט זאכן.
איך דארף יעצט טוישן די PDF און אראפנעמען שמואל'ס נאמען.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:10 pm
דורך ידען
ראשעקאל האט געשריבן:יעצט זעה איך אז שמואל הלוי האט עס פשוט געגנבעט פון אייוועלט!! ר' שמאול - דאס איז נישט מאראליש. די דארפסט שרייבן פון ווי די נעמסט זאכן.
איך דארף יעצט טוישן די PDF און אראפנעמען שמואל'ס נאמען.

Hey, slow down

שמואל איז נישט מאראליש אדער טהור עינים וואס האט עס געליייגט שפעטער ווי שמואלן?

קוק די זייגערס.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:54 pm
דורך [NAMELESS]
ידען האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:יעצט זעה איך אז שמואל הלוי האט עס פשוט געגנבעט פון אייוועלט!! ר' שמאול - דאס איז נישט מאראליש. די דארפסט שרייבן פון ווי די נעמסט זאכן.
איך דארף יעצט טוישן די PDF און אראפנעמען שמואל'ס נאמען.

Hey, slow down

שמואל איז נישט מאראליש אדער טהור עינים וואס האט עס געליייגט שפעטער ווי שמואלן?

קוק די זייגערס.

ביי אונז איז נישט אנגעשטעלט די זומער זייגער. קומט אויס אז שמואל האט עס גענימען א צען מינוט נאך טהור עיניים.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 7:03 pm
דורך ידען
אוי וויי. דאס איז דאך טאקע א מאדנע מעשה.

שמואל הלוי איז דאך א מענטש א בר דעת און פארשטייט זיכער אז עס ווערט נישט פארמינערט אז מען זאגט נאך פון ווי מען נעמט.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 2:07 am
דורך אורח
שרייבער האט געשריבן:איך הער אז האדמו"ר רז"ל האט געזאגט פאר די עסקנים אז ער מוז קודם וויסן צוויי זאכן, איינס אויב מען גייט נישט רעדן א דרשה אין עיברית, און צווייטנס אויב מען גייט רעדן אויך קעגן ציונות?
קען דאס איינער קאנפירמען?


כמעט אזוי, ער האט געפרעגט צו מ'גייט דארט "קענען" רעדן קעגן ציונות,
איך האף אז דו האסט פארשטאנען די חילוק

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 9:28 am
דורך chasid
ידען האט געשריבן:אוי וויי. דאס איז דאך טאקע א מאדנע מעשה.

שמואל הלוי איז דאך א מענטש א בר דעת און פארשטייט זיכער אז עס ווערט נישט פארמינערט אז מען זאגט נאך פון ווי מען נעמט.

פארוואס פאלט קיינעם נישט איין אז הוא טהור והוא שמואל??

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 10:24 am
דורך פינטאו
chasid האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:אוי וויי. דאס איז דאך טאקע א מאדנע מעשה.

שמואל הלוי איז דאך א מענטש א בר דעת און פארשטייט זיכער אז עס ווערט נישט פארמינערט אז מען זאגט נאך פון ווי מען נעמט.

פארוואס פאלט קיינעם נישט איין אז הוא טהור והוא שמואל??

כ'האב דאס גלייך געטראכט. ספעציעל ווען טהור שרייבט אז ער האט דאס איבערגעזעצט.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 10:26 am
דורך משה געציל
אורח האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:איך הער אז האדמו"ר רז"ל האט געזאגט פאר די עסקנים אז ער מוז קודם וויסן צוויי זאכן, איינס אויב מען גייט נישט רעדן א דרשה אין עיברית, און צווייטנס אויב מען גייט רעדן אויך קעגן ציונות?
קען דאס איינער קאנפירמען?


כמעט אזוי, ער האט געפרעגט צו מ'גייט דארט "קענען" רעדן קעגן ציונות,
איך האף אז דו האסט פארשטאנען די חילוק

לויט דעם דברי יואל וואס שמואל הלוי האט ציטירט, פארוואס האט ער נאר געפרעגט צו מ'גייט "קענען" רעדן וועגען ציונות און נישט אויב מען גייט "רעדן" אנטקעגן ציונות?

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 1:22 pm
דורך אורח
דאס קענסטו אים אליין פרעגען, איך האב נאר געשריבען וואס ער האט געפרעגט

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 12:04 am
דורך [NAMELESS]
איך הער אז די גאנצע זאך שטייט שוין אויף הינערנע פיס. ביידע סאטמערע רבי'ס האבען אנדערע פראבלעמען מיט דעם. און אלע אנדערע קהילות ווארטען דאך נאר צו זעהן וואס יענער גייט טוהן.
בקיצור ס'טויג נישט.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 9:29 pm
דורך דבילה
ברעיקינג - געהערט פון א כלי ראשון. רב קאלמאנאוויץ האט היינט געהאלטן א דרשה אין מירער ישיבה ווי פאלגענד:
תקנת הישיבה
    דא אין ישיבה זאל קיינער נישט האבן אינטערנעט אויף א טעלעפאן
    קיינער זאל טעקסטן אין מיט'ן לערנען
    ווער ס'וויל רעדן אויפ'ן טעלעפאן זאל קודם ארויס פון בית מדרש
    די אלע אנדערע זאכן אסיפות אד"ג האבן מיט אונז נישט קיין שייכות!

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 9:32 pm
דורך שמואל הלוי
זיידעטשקע האט געשריבן:אין אייוועלט איז דא א פאר אינטערסאנטע אפדעיט'ס

יענע אשכול האט שוין א שלאס צוליב קייען שטרוי

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 11:52 pm
דורך האט קאפ
געוויסע קוועלער לויטען אז ביים אסיפה פון מהרז"ל סאטמאר ווי עס זענען אנוועזענד געווען בית דינואון אויך גאב"ד סאטמאר מאנסי און הגרמ"מ טירנויער טעלאפאניש און אויך הגר"מ סולאמאן שליט"א איז אויך געווען טעלאפאניש פארבינדן.
די קוועלער לויטען אז די רעזולטאטן איז אז אויב קומט מען נאך צו געוויחסע פארלאנגטע תנאים זענען זיי אינגאנצן דערפאר.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 12:05 am
דורך זר זהב
האט קאפ האט געשריבן:געוויסע קוועלער לויטען אז ביים אסיפה פון מהרז"ל סאטמאר ווי עס זענען אנוועזענד געווען בית דינו און אויך גאב"ד סאטמאר מאנסי און הגרמ"מ טירנויער טעלאפאניש און אויך הגר"מ סולאמאן שליט"א איז אויך געווען טעלאפאניש פארבינדן.
די קוועלער לויטען אז די רעזולטאטן איז אז אויב קומט מען נאך צו געוויחסע פארלאנגטע תנאים זענען זיי אינגאנצן דערפאר.

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:29 am
דורך דעינעש
בנוסף ל'האט קאפ (/זר זהב)
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=562504#p562504
דורך Moshe101 » דינסטאג אפריל 24, 2012 9:17 am

Breaking UnConfiremd

לויט ווי איך האב יעצט געהערט אין שוהל ביי מנחה מעריב
איז איינע פון די אפציעס יעצט אויפן טיש איבער די פראבלעם פון אידיש - ענגליש
איז אז פאר'ן היימישן עולם וואס ווילן הערן נאר אידישע דרשות וועט מען רופען אויף א שעה שפעטער און אין די ערשטע שעה ווערט געגעבן די ענגלישע דרשות...


גאנץ גוט, זיי פרובירן מיט אלע כוחות צו דורך קומען מיט יעדן, ווי אויך יעדער מיט זיי, בלעה"ר.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:46 am
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:
זיידעטשקע האט געשריבן:אין אייוועלט איז דא א פאר אינטערסאנטע אפדעיט'ס

יענע אשכול האט שוין א שלאס צוליב קייען שטרוי

און וואס איז שלעכט מיט קייען שטרוי?

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:05 am
דורך צוויבל מיט איי
יידל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:
זיידעטשקע האט געשריבן:אין אייוועלט איז דא א פאר אינטערסאנטע אפדעיט'ס

יענע אשכול האט שוין א שלאס צוליב קייען שטרוי

און וואס איז שלעכט מיט קייען שטרוי?


אשרינו מה טוב חלקינו

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:20 am
דורך chasid
אינטערסאנט אז פון די ארץ ישראלדיגע רבנים איז ארויסגעקומען א קול קורא נאך פאר די אמעריקאנער רבנים
http://www.jdn.co.il/news/68354

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:26 am
דורך gehlungen
The street is talking not reb aron not reb z"lb are coming because of ENGLISH & IVRIT