בלאט 9 פון 12

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:55 am
דורך סקעפטיקער
דער אכזר וואס רייסט גלייכגילטיג אראפ צעטלאך פון משכונות פיעלט זיך זייער גוט מיט די נטרונא/נטורי קרתא טאלקינג פוינט

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 5:39 am
דורך פאלאצ'ינטא
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 4:13 pm עמרם: ייש"כ. זייער א קיוט קאפל, קע"ה. דאס איז זיין באבע, אדער זיין מאמע? איך האלט אז ער זאל זיך אויך קויפן (אדער באקומען אלס מתנה) דעם טערקישן קאפל _(מיט אדער אן א בענדל) אין דעם רויטן קאליר. ער זאלל אויסטון דעם פלאטשיג'ס. דאן וועט ער זיין א פולשטענדיגער "אימאם". מענטשן האבן א טעות. זיי מיינען אז ער איז א סאטמאר'ער חסיד. הס מלהזכיר.
דאס איז איינע פון די 72...

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 1:18 pm
דורך Nanach
יוליש קרויס ״קיבלנו מר׳ יוסף חיים זוננפלד לא לילך עם הגויים״

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 12:46 am
דורך berlbalaguleh
נאנאך: ייש"כ. ער (יואליש קרויס) איז אן אמת'ער קנאי און איש נטורי קרתא. ער האט זיך זיינע פרינציפן, און ער האלט זיך צו דעם. אויך קען ער גוט דעם מצב אין ארץ ישראל און אין ירושלים, ער איז א נארמאלער מענטש, ער איז אויך אקעגן די אלע פאררוקטע שטיק פון די בהמות ווי ישראל דויד וסייעתו. ער פארציילט א מורא'דגע מעשה אז דער מופטי פון ירושלים איז געקומען צו הרב זוננפלד זצ"ל און איהם געזאגט אז זיי (הרב זוננפלד און להבדיל די אראבערס) זאלן קעמפן צוזאמען אקעגן די ציונים, האט איהם רי"ח געשיקט צו אלדע רוחות.

אויך האט ער געגעבן א פונקטליכן הסבר איבער די הפגנות וואס די טשאלמערס האבן אנגעפיהרט אקעגן די "רכבת הקלה", נישט אזוי ווי דער דעמאגאג "הרב" ח.ש. בערגער וואס האט דאס בארעכטיגט אן פארשטיין פארוואס זיי מאכן די הפגנות.

ער (יואליש קרויס) דארף זיי, די בהמות און רשעים, רופן צו א דין תורה אז זיי טארן נישט ניצן דעם נאמען נטורי קרתא.

ער רעדט אייביג צו חילונים, ער גייט קיינמאל נישט צוזאמען מיט די אראבערס.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:57 am
דורך ים רויבער
עטליכע שטריכן איבער יואליש קרויס:

זיין שטוב איז אפן לכל דכפין, פרומע, פרייע, נארמאלע מענטשען און חסרי דעת זענען אויך וועלקאם.

ער האט א פראבלעם מיט די מדינה, וואס ער איז מסביר פאר יעדע וואס וויל הערן, ער האט נישט קיין פראבלעם מיט יודן. (איינער וואס האלט אנדערש פון עם איז נאכנישט קיין גוי...).

די פרייע עולם האט אים שטארק ליב און האבן א שטארקע הערצה צו עם, ער איז כסדר אויף די איזראעלי טעלעוויזשן.

ווען ער איז געגאנגען זיצן צוליב דעם וואס מען האט עם באשילדיגט אז זיין בית השחיטה אין מאה שערים האט נישט געצאלט קיין שטייערן האבן די פרייע צאמגענומען פאר אים געלט אז זיין משפחה זאל האבן פון וואו צו לעבן.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 2:49 pm
דורך פאלאצ'ינטא
דער קרויס וכת דלי' זענען אלע היפעקריטס. זיי וואוינען אין ארץ ישראל און באנוצען זיך זייער גוט מיט די [וועליכע זיי רופען] ציונים. זיי נוצען די פאסט אפיס? זיי נוצען זייער געלט מיט זייער בענק. און די בענק איז באווכט דורך זייער פאליציי. אויב ח"ו זיי דארפען די פייער לעשער, וועמען גייען זיי רופען? דער מקוה איד? ווען זיי גייען למשל צו מירון צפת טברי' קבר רחל, מערת המכפילה וכו' אויב די ארמיי אדער פאליציי וואלטען נישט דארט געווען מיט זייער געווער וואלטען זיי זיכער נישט געגאנגען. איז ער און צוזאמען מיט דיר רשעי קרתא די גרעסטע ציונים. זיי זענען נאר דארט ווייל די ציונים היטען אויף זיי

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 4:09 pm
דורך איך אויך
דער שו"ת שמועס מיט יואליש איז פאסינעטינג. כאטשיק מאכן ער פרנסה פון זיין יוניקנעס.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 5:54 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 2:49 pm דער קרויס וכת דלי' זענען אלע היפעקריטס. זיי וואוינען אין ארץ ישראל און באנוצען זיך זייער גוט מיט די [וועליכע זיי רופען] ציונים. זיי נוצען די פאסט אפיס? זיי נוצען זייער געלט מיט זייער בענק. און די בענק איז באווכט דורך זייער פאליציי. אויב ח"ו זיי דארפען די פייער לעשער, וועמען גייען זיי רופען? דער מקוה איד? ווען זיי גייען למשל צו מירון צפת טברי' קבר רחל, מערת המכפילה וכו' אויב די ארמיי אדער פאליציי וואלטען נישט דארט געווען מיט זייער געווער וואלטען זיי זיכער נישט געגאנגען. איז ער און צוזאמען מיט דיר רשעי קרתא די גרעסטע ציונים. זיי זענען נאר דארט ווייל די ציונים היטען אויף זיי
דערפאר גייט מען נישט אין סאטמאר צום כותל קבר רחל וכו'!

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 6:46 pm
דורך חובב ציון
אין אלט שטאט גייט ער אויך נישט? ווען נישט די משטרה דארט וואלט ער געקענט שפאצירן דארט?

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 7:46 pm
דורך berlbalaguleh
חובב ציון: איך ווייס נישט וואו ער גייט יא אדער נישט. נאר ער נעמט נישט קיין איין שקל פון די רעגירונג. ער נעמט נישט קיין ביטוח לאומי. (וואס וואלט אויסגעמאכט א שיינעם סכום א יעדן חודש פאר אזא משפחה ווי ער האט). ער איז נישט איינגעשריבן אין קיין שום קופת חולים פון די רעגירונג. ער צאלט אלעס פון זיין אייגענע טאש.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 5:52 am
דורך פאלאצ'ינטא
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 5:54 pm
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 2:49 pm דער קרויס וכת דלי' זענען אלע היפעקריטס. זיי וואוינען אין ארץ ישראל און באנוצען זיך זייער גוט מיט די [וועליכע זיי רופען] ציונים. זיי נוצען די פאסט אפיס? זיי נוצען זייער געלט מיט זייער בענק. און די בענק איז באווכט דורך זייער פאליציי. אויב ח"ו זיי דארפען די פייער לעשער, וועמען גייען זיי רופען? דער מקוה איד? ווען זיי גייען למשל צו מירון צפת טברי' קבר רחל, מערת המכפילה וכו' אויב די ארמיי אדער פאליציי וואלטען נישט דארט געווען מיט זייער געווער וואלטען זיי זיכער נישט געגאנגען. איז ער און צוזאמען מיט דיר רשעי קרתא די גרעסטע ציונים. זיי זענען נאר דארט ווייל די ציונים היטען אויף זיי
דערפאר גייט מען נישט אין סאטמאר צום כותל קבר רחל וכו'!
און וואס איז מיט מירון צפת טברי' אדער סיי וועליכע פלאץ.

אויך זייער אינטעריסאנט אז וואס מער ער האלט זיך פאר א קנאי האט ער א בעסערען עברית.

דער קרויס באטשי גיבט נאך אינטערוויוס אויף "זייער" טעלעוויזיע

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 10:44 am
דורך אסטראלאג
יואליש קרויס האט זיך שוין געטראפן עטליכע מאל מיטן כופר בעיקר אייזיק הערצאג און אים אויפגענומען.

די רב הרשע לאו איז געקומען אים מנחם אבל זיין.

ס'מיינט גארנישט ביי די יראי השם וואס מאכן זיך נישט צוטוהן פון אים ווייל מען האלט אים פאר א תמימות'דיגע נער.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:54 pm
דורך berlbalaguleh
אס-טראל-אג: איינער וואס קען זיך נישט אויס אין די קליינע פינטלעך און דער גאנצער לימוד (לימיט) זכות אויף איהם איז אז ער איז (נעבעך) א תינוק שנשבה. ער זאל נישט רעדן און אנרופן א צווייטן איד "רשע".

ווען דו האסט נאך געגעסן חזיר סענדוויטשעס האט ער שוין געהארעוועט אויף ש"ס ופוסקים.

שוין. דו האסט געטון א טובה פאר'ן אייבישטן און דו פארסט שוין נישט אום שבת מיט קיין קאר. נאר האלט זיך נישט אזוי גרויס. יואליש קרויס איז דער איינציגסטער (דערווייל) נארמאלער מענטש וואס רופט זיך נטורי קרתא. עטץ מיט ענקער גאנצע באנדע בהמ*ת זענטץ דאך די מחריבי קרתא.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:12 pm
דורך ברוך שפינוזה
ביז היינט איז דער לץ אלץ געגאנגען ביים טיטל "ראביי", דאס האב איך נאך פארשטאנען ווייל טעכניש קען יעדער וואס האט געלערנט אין ישיבה זיך פאררופן אלץ ראביי. יעצט אבער איז ער מיר שוין א גאנצער "רעליגיעזע פירער" געווארן, א מין לצנות דאס, וועמען פונקטליך איז ער מנהיג? ניטאמאל זיך אליין קען ער מנהיג זיין.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 9:53 pm
דורך berlbalaguleh
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 5:54 pm
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 2:49 pm דער קרויס וכת דלי' זענען אלע היפעקריטס. זיי וואוינען אין ארץ ישראל און באנוצען זיך זייער גוט מיט די [וועליכע זיי רופען] ציונים. זיי נוצען די פאסט אפיס? זיי נוצען זייער געלט מיט זייער בענק. און די בענק איז באווכט דורך זייער פאליציי. אויב ח"ו זיי דארפען די פייער לעשער, וועמען גייען זיי רופען? דער מקוה איד? ווען זיי גייען למשל צו מירון צפת טברי' קבר רחל, מערת המכפילה וכו' אויב די ארמיי אדער פאליציי וואלטען נישט דארט געווען מיט זייער געווער וואלטען זיי זיכער נישט געגאנגען. איז ער און צוזאמען מיט דיר רשעי קרתא די גרעסטע ציונים. זיי זענען נאר דארט ווייל די ציונים היטען אויף זיי
דערפאר גייט מען נישט אין סאטמאר צום כותל קבר רחל וכו'!
א וואוילער איד אין וויליאמסבורג האט אמאל געזאגט אז דער וואס האט געבויעט דעם "כותל" און קבר רחל וועט נישט ארויסגיין פון גהינם. ווייל ער האט מצער געווען דעם רבי'ן.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 9:57 pm
דורך עמרם
berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 9:53 pm

געהערט, אז אין סאטמאר טראגט מען נישט מיט די עירוב צוליב דעם (שלמה המלך תיקון עירובין)

(למען האמת, די היינטיגע כותל האט הורדוס געבויעט, און ער וועט לכאורה טאקע נישט ארויס גיין פון גהינם)

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 10:35 pm
דורך נפה
עמרם האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 9:57 pm

יבמות מה ע"ב תוד"ה כיון אז הורדוס האט תשובה געטוהן
(אפי' ווען נישט ווייס צו ער וואלט נישט ארויס פון גיהנם אין פאל עס איז דא אזא מושג "נישט ארויסגיין פון גיהנם")

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 11:47 pm
דורך עמרם
נפה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 10:35 pm
עמרם האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 9:57 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 9:53 pm
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 5:54 pm

דערפאר גייט מען נישט אין סאטמאר צום כותל קבר רחל וכו'!
א וואוילער איד אין וויליאמסבורג האט אמאל געזאגט אז דער וואס האט געבויעט דעם "כותל" און קבר רחל וועט נישט ארויסגיין פון גהינם. ווייל ער האט מצער געווען דעם רבי'ן.
געהערט, אז אין סאטמאר טראגט מען נישט מיט די עירוב צוליב דעם (שלמה המלך תיקון עירובין)

(למען האמת, די היינטיגע כותל האט הורדוס געבויעט, און ער וועט לכאורה טאקע נישט ארויס גיין פון גהינם)
יבמות מה ע"ב תוד"ה כיון אז הורדוס האט תשובה געטוהן
(אפי' ווען נישט ווייס צו ער וואלט נישט ארויס פון גיהנם אין פאל עס איז דא אזא מושג "נישט ארויסגיין פון גיהנם")
טעיתי
כהאב נישט געהאט געזען די תוס'

Re: Re:

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:16 am
דורך שמעון וואלף
דערהויבענע איד האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 3:45 pm
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 2:21 pm ר׳ בערל: איך האב נישט מברר געווען, כ׳בין בכלל נישט באהאווענט אין דעם ענין. כ׳ווייס אבער יא אז די אידן האבן א שיטה, א מהלך און געבן זיך אוועק פאר דעם צוועק און ׳דאס׳ איז א חשיבות. א מענטש וואס איז זיך מוסר נפש פאר עפעס וואס [ער האלט אז ס׳]איז ריכטיג, איז עפעס ארויפצוקוקן דערויף (עכ״פ ווי לאנג דו ווייסט נישט בבירור אז ס׳נישט ריכטיג).

איך קען פון דער נאנט א באמת חשוב׳ע, קלוגע און ערליכע איד וואס איז אן אנהענגער פון די ׳נטורי קרתא׳, ווי אויך ווייס איך פון אנדערע ערליכע אידן וואס שטיצן דאס, דעריבער שפיר איך א פליכט אויסצודריקן מיין מחאה אויף דאס מבייש זיין וואוילע אידן על לא עוול בכפם.

צוויי פונקטן צו דיינע צוויי פונקטן:

מענטשן וואס געבן זיך אוועק פאר זייער'ס א 'שיטה' זענען חשוב, כ'הער. וואס איז מיט אלע שיטות הקדושות, לדוגמת אייסיס, נאציס, זשיהאדיסטן?

שפעטער זאגסטו אליינס אז דו ביסט אלאירט מיט נ''ק שטוצער באיזה אופן, איז קום נישט מיט אזא בלעכענע נאן בייעסד וואוילע סטעיטמענט אז דו קוקסט ארויף אויף מענטשן וואס גייען נאך זייער שיטה, און דו קומסט מוחה זיין אויף אפאר וואוילע אידן פון נ''ק, זאג לכתחילה אז דו וואלידירסט נ''ק, און זיי זענען נישט אזוי געפערליך ווי מען מאכט זיי.
מ'דארף נישט גיין ביז אייסיס. וואס זאגט @בְּתוֹךְ עַמִּי צו די מתנחלים וועלכע גיבן זיך אוועק זייער גאנץ לעבן פאר ארץ ישראל השלימה. איז דאס אויך א חשיבות?

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:19 am
דורך שמעון וואלף
שפילער האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 11, 2023 8:58 pm
berlbalaguleh האט געשריבן:
ס'קען זיין אז ס'זענען דא א פאר תמימים צווישן זיי וואס מיינען עס (נעבעך) ערנסט.
די ערנסטע וואס ווילן? זענען זיי דא צו ראטעווען יודן?
סאטמאר רב ז"ל האט דאך געזאגט אז איינע פון די וויכטיגסטע זאכן איז מפרסם זיין פאר די וועלט אז ציונים פארטרעטן נישט אידן, און דאס פראבירן זיי צו טון.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 6:00 am
דורך אסטראלאג
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:12 pm ביז היינט איז דער לץ אלץ געגאנגען ביים טיטל "ראביי", דאס האב איך נאך פארשטאנען ווייל טעכניש קען יעדער וואס האט געלערנט אין ישיבה זיך פאררופן אלץ ראביי. יעצט אבער איז ער מיר שוין א גאנצער "רעליגיעזע פירער" געווארן, א מין לצנות דאס, וועמען פונקטליך איז ער מנהיג? ניטאמאל זיך אליין קען ער מנהיג זיין.
מהרי"ד ווייס שליט"א,

די צאל וואס עדענטיפעצירן זיך אלס חלק פון נטורי קרתא איז אכט טויזענט -אין נוא יארק אליין. און ארום דער וועלט איז נאך טויזענטער.
אויסער די צענדליגע טויזענטער שטיצער ארום דער וועלט.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 7:54 am
דורך ברוך שפינוזה
אסטראלאג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 6:00 amצאל וואס עדענטיפעצירן זיך אלס חלק פון נטורי קרתא איז אכט טויזענט -אין נוא יארק אליין. און ארום דער וועלט איז נאך טויזענטער.
אויסער די צענדליגע טויזענטער שטיצער ארום דער וועלט.
יואליש קרויס זאגט אז די ווייס קליקע אינערהאלב די נטורי קרתא איז קוים א מנין מענטשן און איז קעגן די אפיציעלע שטעלונג פון די הנהגה.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 9:10 am
דורך אסטראלאג
ברוך שפינוזה האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 7:54 am
אסטראלאג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 6:00 amצאל וואס עדענטיפעצירן זיך אלס חלק פון נטורי קרתא איז אכט טויזענט -אין נוא יארק אליין. און ארום דער וועלט איז נאך טויזענטער.
אויסער די צענדליגע טויזענטער שטיצער ארום דער וועלט.
יואליש קרויס זאגט אז די ווייס קליקע אינערהאלב די נטורי קרתא איז קוים א מנין מענטשן און איז קעגן די אפיציעלע שטעלונג פון די הנהגה.
אהההה, יואליש קרויס. מסתמא רעדט ער פון זיינע קינדער. זיינע אומשילדיגע אויגן פארשטייען גאנץ גוט צו די אויסגעדראשענע חאטקע זיינע אין מאה שערים.

לענייני, מוסדות נטורי קרתא בארה"ב שטייט אונטער דער הנהגה פון הגה"צ מהרי"ד ווייס.