בלאט 9 פון 10

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2024 12:47 pm
דורך איך אויך
דארף מען שיסן דעם רעב הילל צוזאמן מיטן זיידן.

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2024 12:50 pm
דורך סקעפטיקער
איך אויך האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 12:47 pm דארף מען שיסן דעם רעב הילל צוזאמן מיטן זיידן.
זיבן יאר שיסן, צען יאר הענגן

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2024 12:52 pm
דורך איך אויך
yup.

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2024 1:57 pm
דורך צקון לחש
איך אויך האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 12:47 pm דארף מען שיסן דעם רעב הילל צוזאמן מיטן זיידן.
אויב נישט א קויל דאן כאטשיג א מילך קעסטל

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2024 4:30 pm
דורך תפוח
צקון לחש האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 1:57 pm
איך אויך האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 12:47 pm דארף מען שיסן דעם רעב הילל צוזאמן מיטן זיידן.
אויב נישט א קויל דאן כאטשיג א מילך קעסטל
אדער א קויל אין קודש הקדשים כלשונו הטהור.

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2024 4:33 pm
דורך אינגערמאנטשיקל

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2024 5:21 pm
דורך זאקן
אנטוישטער יונגערמאן האט געשריבן: ‏ר' הלל וויינבערגער האט "בארוהיגט דעם טאט'ן", און אים געווארנט ער זאל קיינעם נישט דערציילן, און ער וועט שוין "קעיר נעמען".

איך האף די מעשה מיט ר' הלל איז נישט אמת, א קינד וואס זאגט פאר זיין טאטע אז זיידי מאלעסטערט אים דארף דער טאטע קאלן יעדן איינעם וואס שיקט זיינע קינדער צו זיידי און זאגן קלאר אז טאטי איז א סכנה פאר קינדער!

אויב די מעשה מיט ר' הלל איז אמת איז ער די זעלבע שקץ ווי די זיידע.

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2024 9:12 am
דורך אנטוישטער יונגערמאן
הלוואי וואלט איך אויך געקענט זאגן אז כ׳האף ס׳נישט אמת 💔

לאו דוקא אז ס׳קומט פון קאלטבלוטיגקייט און רשעות.ענדערש וואלט איך געזאגט פון ignorance צו פארשטיין די אחריות
ווי ווייט דאס הרג׳עט אוועק א קינד

די פריערדיגע דור האט דאס סתם אנגעקוקט ווי א קדושה פראבלעם

ס׳געפערליך צו טראכטן אז דאס זענען אונזערע מנהיגים וועמען אידן געטרויען צו פרעגן א חוות דעת

אויף דעם זאגט דער פסוק: תלמיד חכם שאין בו דעת נבלה טובה הימנו

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2024 2:51 pm
דורך אקטיווע שרייבער
לאמיר פארשטיין,
פארוואס איז דאס ממש דאס ארגסטע און נישט נאר א קדושה פראבלעם?

וואס קען געשעהן? וואס קומט ארויס דערפון...?

איך קריג מיר נישט, איך וויל נאר פארשטיין.

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2024 4:07 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
וואס געשעהט???

דאס קינד ווערט צוקריפלט פארן לעבן, מען ווערט משוגע און צודרייט, און אויך נישט קענענדיג הענדלען א נארמאלע חתונה געהאטע פירינג בין איש לאשתו,

פרעג דיך נאך ביי די יודעים, ס’איז ערגער פון פיזיקל אביוז... ס’איז רציחה ממש.

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2024 6:26 pm
דורך בונה של טוב
אקטיווע שרייבער האט געשריבן: לאמיר פארשטיין,
פארוואס איז דאס ממש דאס ארגסטע און נישט נאר א קדושה פראבלעם?

וואס קען געשעהן? וואס קומט ארויס דערפון...?

איך קריג מיר נישט, איך וויל נאר פארשטיין.

א דאנק פאר'ן פרעגן.
ס'איז זייער א וויכטיגע נושא!

די ביכל Hush, געשריבן דורך איינע וואס האט מיטגעלעבט פון דער נאנט די חורבן וואס ס"ע האט געברענגט, איז איין היימישע מקור וואס איך ווייס העלפט פאר מענטשן בעסער פארשטיין.

דא איז א נישט אידישע famous פּאדקעסטער וואס האט אנטפלעקט נאך יארן זיין א מוצלח אז אלס קינד האט אים א בעיביסיטער געטשעפעט און ס'זייער רירנד צו הערן ווי לאנג עס האט גענומען פאר אים צו דערגרייכן אביסל מנוחה פון די פלעשבעקס און די בושה וואס אזא זאך לאזט איבער.

https://tim.blog/2020/09/16/how-to-heal ... ranscript/
*ווען דו סקראָלסט ביז אונטן קענסטו הערן זיין געשיכטע

קל וחומר מיליאנען מאל אזויפיל ^ ווען ס׳קומט צו אן אייגענע טאטע אדער זיידע וואס דארף צו זיין דער וואס דו קענסט געטרויען אז ער וועט דיר באשיצן פון אלעם בייזן און ער איז גאר דער אנגרייפער 💔 ס'איז אוממעגליך זיך פארצושטעלן די טראומא אויב מ'האט עס נישט דורכגעלעבט. איך האב גערעדט צו איינע וואס האט נישט קיין מנוחה בייטאג ווען יעדע קליינע זאך דערמאנט זיי פון די יסורי נפש וואס זייער אייגענע טאטע האט זיי געטון, און דו וועסט מיינען אז כאטש קענען זיי שלאפן און זיך אויסרוען ביינאכט צו האבן כח פארצוזעצן די נעקסטע טאג קעיר נעמען פון די משפחה, אבער דעמאלס קומען פייניגן די חלומות און אפילו אין שלאף איז אויך נישטא מנוחה..

ס'מאכט חרוב דאס לעבן אויפ'ן ערגסטן אופן.

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2024 6:38 pm
דורך בונה של טוב
נאך א גוטע פלאץ וואו מ׳קען אביסל אויסגעפינען וואס די שרעקליכקייט פון ס״ע איז פון א אידישן שרייבער Phil Goldstein
וואס צו אים האט עס געטון זיין אייגענע ברודער אונטער די נאז פון די עלטערן (אויפ׳ן וועג צו שוהל האבן זיי גארנישט באמערקט?)

דא איז אן אינטערוויו מיט אים וועגן זיין געוואלדיגע ביכל וואס האט געהאלפן אסך קרבנות טרעפן אביסל זאלב פאר די בלוטיגע וואונדן

https://flushingitout.transistor.fm/epi ... -goldstein

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2024 6:39 pm
דורך בונה של טוב
בונה של טוב האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 6:38 pm נאך א גוטע פלאץ וואו מ׳קען אביסל אויסגעפינען וואס די שרעקליכקייט פון ס״ע איז פון א אידישן שרייבער Phil Goldstein
וואס צו אים האט עס געטון זיין אייגענע ברודער אונטער די נאז פון די עלטערן (אויפ׳ן וועג צו שוהל האבן זיי גארנישט באמערקט?)

דא איז אן אינטערוויו מיט אים וועגן זיין געוואלדיגע ביכל וואס האט געהאלפן אסך קרבנות טרעפן אביסל זאלב פאר די בלוטיגע וואונדן

https://flushingitout.transistor.fm/epi ... -goldstein
דא איז א לינק צו די ביכל
How to bury a boy at sea


Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2024 6:43 pm
דורך שיינע איד
ליידער קען איך א מעשה פין א טאטע וואס האט מאלעסטירט זיין טאכטער אין ב״פ

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2024 10:34 pm
דורך berlbalaguleh
ליידער מער ווי איינס.

אין וויליאמסבורג אויך.

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2024 11:34 pm
דורך אמאהלגעקעננט
עכ״פ מ׳איז עוסק אין דעם מיט אסך מער ערנסטקײט אין honesty ב״ה װי אמאל to say the least

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 9:21 am
דורך צפת
דער עולם דא איז אזוי ברוגז אויף ר' הלל, וועלכער איז איגנאראנט, אלט-מאדיש און פארשטייט נישט דעם פראבלעם דערפון, אויסער אלס קדושה.

וואס וועט איר טון, ווען איך וועל אייך דערציילן, וואס א איד האט מיר דערציילט, אז זיין זיידע האט אים מאלעסטירט, און ווען ער האט דאס איבערדערציילט פאר מורו ורבו ר' יואל ראטה שליט"א, האט אים ר' יואל געווארנט אז ער זאל קיינעם אין די וועלט נישט דערציילן דערפון.

אה, יעצט איז דאס קלוגשאפט! - ס'ווענדט זיך מיט וועמען די מעשה איז געשען.

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:31 pm
דורך [NAMELESS]
צפת האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 9:21 am דער עולם דא איז אזוי ברוגז אויף ר' הלל, וועלכער איז איגנאראנט, אלט-מאדיש און פארשטייט נישט דעם פראבלעם דערפון, אויסער אלס קדושה.

וואס וועט איר טון, ווען איך וועל אייך דערציילן, וואס א איד האט מיר דערציילט, אז זיין זיידע האט אים מאלעסטירט, און ווען ער האט דאס איבערדערציילט פאר מורו ורבו ר' יואל ראטה שליט"א, האט אים ר' יואל געווארנט אז ער זאל קיינעם אין די וועלט נישט דערציילן דערפון.

אה, יעצט איז דאס קלוגשאפט! - ס'ווענדט זיך מיט וועמען די מעשה איז געשען.
איז דאס אנ'אמת'ע מעשה?
אדער א טעארעטישע מעשה?

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:33 pm
דורך פון אונזערע
מנשסתר האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:31 pm
צפת האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 9:21 am דער עולם דא איז אזוי ברוגז אויף ר' הלל, וועלכער איז איגנאראנט, אלט-מאדיש און פארשטייט נישט דעם פראבלעם דערפון, אויסער אלס קדושה.

וואס וועט איר טון, ווען איך וועל אייך דערציילן, וואס א איד האט מיר דערציילט, אז זיין זיידע האט אים מאלעסטירט, און ווען ער האט דאס איבערדערציילט פאר מורו ורבו ר' יואל ראטה שליט"א, האט אים ר' יואל געווארנט אז ער זאל קיינעם אין די וועלט נישט דערציילן דערפון.

אה, יעצט איז דאס קלוגשאפט! - ס'ווענדט זיך מיט וועמען די מעשה איז געשען.
איז דאס אנ'אמת'ע מעשה?
אדער א טעארעטישע מעשה?
ס'איז לכאורה אזוי אמת ווי די ערשטע מעשה... נאר אזוי ווי צפת זאגט אויף וועמען מקען באשטיין סזאל זיין אמת גלייבט מען אין אויף וועמען מקען באשטיין סזאל נישט זיין אמת גלייבט מען נישט... ופשוט הוא...

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 2:11 pm
דורך צוויי
.

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 8:47 am
דורך צפת
מיר האט עס דערציילט דער בעל-המעשה אליין. ער האט מיר געזאגט געוויסע פרטים, איבער דער זיידע וכו'... און מיר געזאגט אז זיין רבי, ר' יואל ראטה האט אים אזוי געזאגט.

קען זיין אז יענער האט געזאגט ליגנט, אבער מיר האט יענער אזוי דערציילט.

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 1:05 pm
דורך [NAMELESS]
אויב אזוי איז ר' יואל ראטה אין דערזעלבע קאטעגאריע ווי די עסטאבלישמענט רבנים....

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 5:00 pm
דורך berlbalaguleh
איך נעם אן אז דער בעל המעשה האט געזאגט ליגנט.