בלאט 9 פון 10

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:02 pm
דורך שמעקעדיג
מיין יונגל האט גרויסע נעגל, ער וויל זיך שניידן. איז דאך אבער ראש חודש פאר 2 טאג און דאנערשטאג גלייך דערנאך. דארף ער טאקע ווארטן 3 טאג? אוודאי לכתחילה פארשטיי איך אז יא, אבער למעשה האט ער נישט געדענקט צו שניידן מאנטאג, און אויב די נעגל ווערט צו גרויס קען ער עס בייסן... יא"כ מאי הועילו חכמים. קען מען מקיל זיין? אויב שוין יא מקיל זיין, ווען איז גרינגער, ראש חודש אדער דאנערשטאג?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:10 pm
דורך שמעון וואלף
איך האב אמאל געהאט א שאלה וועגן שניידן נעגל ר"ח און די דיין האט מקיל געווען וויבאלד די גאנצע ענין נישט צו שניידן ר"ח איז גאר שוואך
זאג דיין יונגל ער קען שניידן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 1:28 am
דורך [NAMELESS]
געהאט היינט א אינטערסאנטע שאלה, איך האב פארברענגט מיט א שבר לב א שיין שטיק צייט ענדליך האט זיך געפענט די פנימיות און הייבט אן זיך אויסצורעדן, איך בליק אויף די זייגער עז איז נאנט צו נאכט איך האלט נאך פאר מנחה, לויט די מצב אויב לויף איך דאווענען הארגע איך די זאך און קאן זיין דאס וועט נישט צוריק קומען אזוי שנעל, ממילא איז די החלטה פיקוח נפש דוחה....

איז די שאלה צו איך בין בגדר אונס אוןאיך קען דאווענען צוויי שמו''ע ביי ערבית

נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 4:41 pm
דורך [NAMELESS]
איך נעם נישט קיין אחריות, אבער איינער האט מיר דערציילט אז ער האט געפרעגט אזא שאלה פונעם אמשינובער רבי'ן און ער האט בשום אופן נישט געוואלט מיקל זיין אויף פיקוח נפש.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 1:34 am
דורך שמעקעדיג
אין מביאין ראי' פונעם אמשינאווער,
ער דאווענט דאך מנחה צוויי טעג שפעטער בחצות הלילה....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 11:29 am
דורך סקרן
מעג א פרוי שניידן די נעגל אויף דאנערשטאג?

Re: קורצע הלכהדיגע שאלות

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 11:46 am
דורך יהושע חיים
סקרן האט געשריבן:מעג א פרוי שניידן די נעגל אויף דאנערשטאג?

לצורך טבילה איז מען מקיל צו שניידן דאנערשטיג און אויך הענט און פוס אין די זעלבע טאג

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 11:53 am
דורך סקרן
לצורך סתם אזוי?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 1:19 pm
דורך יהושע חיים
וואס זאל זיין די נפ"מ בין זכרים ונקיבות?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:11 pm
דורך berlbalaguleh
נישט הלכה'דיג. נאר עפ"י שמירת הנפש...!

Re: קורצע הלכהדיגע שאלות

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2018 9:29 pm
דורך א שרייבער
איינער האט מיר לעצטנס פארציילט אז ער האט געהערט פון ר' שלמה לייב וויינבערגער, אז עס איז אסור צו קוקן אויף א פרעמדע פרוי נאר אויף זיין מאמע, זיין טאכטער, און ווייב איז מתור. איינער קען מיר אפשר מסביר זיין פון וואו עס נעמט זיך די הלכה?

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2018 9:36 pm
דורך ברוך שפינוזה
א שרייבער האט געשריבן:איינער האט מיר לעצטנס פארציילט אז ער האט געהערט פון ר' שלמה לייב וויינבערגער, אז עס איז אסור צו קוקן אויף א פרעמדע פרוי נאר אויף זיין מאמע, זיין טאכטער, און ווייב איז מתור. איינער קען מיר אפשר מסביר זיין פון וואו עס נעמט זיך די הלכה?

ער האט געמיינט צו זאגן, אויב מ'איז מהרהר וואס דעמאלט קען עס זיין אן איסור דאורייתא שנאמר ולא תתורו אחרי עיניכם, אדער אויב מ'האט הנאה וואס דעמאלט איז עס אן איסור דרבנן עיין ברכות כד.

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2018 9:40 pm
דורך ברוך שפינוזה
יהושע חיים האט געשריבן:וואס זאל זיין די נפ"מ בין זכרים ונקיבות?

במקום הצורך פארלאזט מען זיך אויף די אריז"ל וואס האט זיך אויסגעלאכט פון די גאנצע זאך (כלשון תלמידו ר' חיים ויטאל)

Re: קורצע הלכהדיגע שאלות

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2018 9:48 pm
דורך א שרייבער
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
א שרייבער האט געשריבן:איינער האט מיר לעצטנס פארציילט אז ער האט געהערט פון ר' שלמה לייב וויינבערגער, אז עס איז אסור צו קוקן אויף א פרעמדע פרוי נאר אויף זיין מאמע, זיין טאכטער, און ווייב איז מתור. איינער קען מיר אפשר מסביר זיין פון וואו עס נעמט זיך די הלכה?

ער האט געמיינט צו זאגן, אויב מ'איז מהרהר וואס דעמאלט קען עס זיין אן איסור דאורייתא שנאמר ולא תתורו אחרי עיניכם, אדער אויב מ'האט הנאה וואס דעמאלט איז עס אן איסור דרבנן עיין ברכות כד.

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2018 9:54 pm
דורך ברוך שפינוזה
מדאורייתא איז טאקע נאר אסור צו מהרהר זיין אויף אן ערוה, אבער מדרבנן איז אסור אפילו נישט קיין ערוה, אזויווי חז"ל דרשנען אויפן פסוק ומה אתבונן על בתולה.
לגבי הרהור, אויב דו ווייסט טאקע נישט וואס ס'מיינט, מן הסתם דארפסטו טאקע נישט וויסן, אויב דו ווילסט דוקא קענסטו פרעגן דיין טאטע.

נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 10:54 am
דורך א שרייבער
דער ענין פון ניגינה היינטיגע צייטן האט עפעס מיטן חורבן בית המקדש? עפעס געדענק איך אז נארמאלערהייט זאל מען נישט הערן קיין מוזיק נאר ביי א חולה איז מותר. איינער מיט פרטים?

נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 1:01 pm
דורך [NAMELESS]
זייט ה' אייר תש"ח מעג מען שוין.

די וואס האלטן נישט פון די מדינה מעגן אויך הערן, ווייל זיי האבן מיט די נערווען צוטון און ס'איז פק"נ.

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2018 1:40 pm
דורך שמעקעדיג
:lol: :lol: :lol:

Re: קורצע הלכהדיגע שאלות

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2018 1:38 am
דורך א שרייבער
איך האב אן אינטערעסאנטע שאלה. געזען האב איך ערגעץ אין א גליון וואו עס ווערט נאכגעברענגט, אז דער חפץ חיים האט געזאגט: "אז אפילו איינער האט אפיקורסישע ביכער אינדערהיים און ער ליינט דאס נישט, איז ער אויך עובר אויפן איסור פון ולא תביא תועבה אל ביתך"! איז מיין שאלה אויב ווען מען האט אזאנע ביכער אינדערהיים, איז מען עובר אפילו מען ליינט עס נישט, דאן וואס איז דער חילוק אויפן אינטערנעט קען מען דאך פונקט צוקומען צו אפיקורסישע ביכער, און עובר זיין אפילו מען ליינט דאס נישט?...

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2018 3:28 am
דורך קורקלענד
מעגליכקייט צוציקומען איז אינגאנצן אן אנדערע באגריף ווי האבן אין באזיץ.

אין איינוועגס קען מען שוין עובר זיין אויב האט מען גענוג געלט אין באזיץ צו קענען קויפן די ביכער מיט די געלט......

Re: קורצע הלכהדיגע שאלות

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2018 3:34 am
דורך א שרייבער
איך האב דיך נישט פונקטליך ארויס. צו ביידע האט מען דאך א מעגליכקייט צוצוקומען, דאן וואס איז די חילוק ווען איך האב עס אין באזיץ פיזיש, צו איך האב דאס אין באזיץ אויף א ווירטואלער אויפן. איך בין נישט קיין עקסטרעמיסט, איך וויל נאר ארויסהאבן דעם ענין.

Sent from my SM-G925V using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2018 2:20 pm
דורך שמעון וואלף
האט די חפץ חיים געזאגט אז אינטערנעט איז אנדערש? אפשר טאקע לשיטתו איז אינטערנעט די זעלבע איסור

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2018 2:33 pm
דורך קורקלענד
די חילוק איז זייער פשוט. אמת טאקע אז די דעמאגראפיקס, אופנים און מעגליכקייטן האבן זיך אסאך געטוישט זייט יענע דערמאנטע פארשריפטן זענען פארשריבן געווארן, דאך איז נאך אלס דא א גרויסע חילוק.

ווען איינער האט אין שטיב ספרי מינות וכד', טוהן די ספרים און מאטריאל סערווירן איין ספעציפישער ניצן. דהיינו, די איינציגסטע זאך אויף וואס די מאטריאל איז גוט איז זיך אנצופילן מיט מחשבות זרות און בייזוויליגע סחורה על השם ועל משיח'ן, די סחורה האט נישט קיין שום אנדער ניצן. ווי אויך האט עס נישט אליינס אריין שפאצירט ביי יענעם אין שטיב, דאס האט יענער געהאדעוועט.

ווידער, צוטריט זעלבסט איז לכאורה נישט קיין פראבלעם. ס'איז זייער שווער צו מאכן פארשריפטן אויף צוטריט. וואס איז מיט איינער וואס וואוינט נעבן א ביבליאָטעק, א אוניווערסיטעט, אדער נעבן א שכן וואס האדעוועט אזעלכע מאטריאלן. וואס איז אויב איינער ארבייט אין א מקום וואו ס'געפינט זיך אזעלכע סחורה?

אינטערנעט זעלבסט איז נישט אהערגעשטעלט ספעציפיש פאר מינות און כפירה און כמעט יעדער וואס באניצט זיך דערמיט ניצט עס מץנישט אויף די צוועק. דעריבער לדעתי (פארשטייט זיך יעדער אין זיין מצב קען זיין מער אדער ווייניגער אויסגעשטעלט פאר א דורכפאל) איז דאס זיין אפען צו די באניץ פון אינטערנעט וואס איז געמאכט און געניצט פאר מיליאנע אנדערע צוועקן נישט קיין שום דמיון צו איינער וואס האלט אין שטיב האוקינגס ביכער.