בלאט 9 פון 9
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 10:34 am
דורך שמעקעדיג
מסתמא דער אויטא-קאררעקט...
עס איז א פאסיגער סעט מיט דעם:
viewtopic.php?p=153291#p153291
נשלח: מוצ"ש פעברואר 07, 2015 7:51 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ווי אזוי זאגט מען שמיטה און און ערלה אין ענגליש?
נשלח: מוצ"ש פעברואר 07, 2015 11:39 pm
דורך שמעקעדיג
שוין ווידער שטייט דער פארדארבענער וואטערמארק אין וועג. ותהי קולי כקול קורא במדבר.
נשלח: זונטאג אפריל 05, 2015 10:58 pm
דורך מנשה לוסטיג
מיום עמדי על דעתי געדענק איך די נישט גוטע ספעלינג פון די מהדרין און JJ מילכיגס שאכטלעך.
פארוואס?
פונקט, יעצט זע איך ווידער אויפן שאכטל, ''חלכ ישראל''.
וואס מיינט דאס, זיי קענען נישט באווארענען צו לייגן נארמאלע ספעלינג פאר מ'פרינט עס?
אלץ מוז זיין עפעס מאדנע. הרכ מוואלאכע חלכ ישדאל
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 7:14 pm
דורך טאמבל סאס
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 1:49 pm
דורך [NAMELESS]
נישט עק וועלט. סיי אין אידיש און סיי אין ענגליש נעמט זיך לכאורה דאס ווארט פונעם קלינגענדיגע "באמבע", בעת ווען אין ענגליש איז דער אויסדרוק טייטש בלויז דעם קלינג און נישט דעם באמבע, איז דאכצעך אין אידיש - עכ"פ אינעם היימישן - די כוונה אזויווי "באמבעדיג" ד.ה. דעם גאנצע באמבע.
א פארקערטע משל איז gut feeling אויף ענגליש וואס באדייט אן ערנסטע "לבי אומר לי" כאטשיג אומראציאנאל, בעת ווען אויף אידיש מיינט "בויך סברא" א נארישקייט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 2:03 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ווען מ'זאגט אז "טראמפ האט דערקלערט א באמבאסטישע סטעיטמענט", מיינט מען געווענליך צוזאגן אז ער האט געזאגט "א לופטיגע סטעיטמענט", אפשר מאך איך א טעות?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 2:20 pm
דורך [NAMELESS]
ווענדט זיך וואס דער זאגער האלט פון טראמפ... למשל אויב @קאך לעפל זאגט עס קענסטו זיין זיכער אז ער מיינט נישט אזוי...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 4:34 pm
דורך וואלווי
ריכטיג האט געשריבן:א פארקערטע משל איז gut feeling אויף ענגליש וואס באדייט אן ערנסטע "לבי אומר לי" כאטשיג אומראציאנאל, בעת ווען אויף אידיש מיינט "בויך סברא" א נארישקייט.
דארט איז די נישט איינשטימיגע טייטש מחמת סיבה אחרת.
Feeling איז הרגש, סברה איז שכל. אז די הרגש קומט פון די גוף'ס געפול איז עס אזוי ווי מ'זאגט butterflies in the stomach אדער chills. משא"כ, א שכל וואס קומט פון בויך, לעומת די מוח, איז אזוי ווי מ'זאגט "ווי זיין שכל ליגט, דארט זיצט ער..."
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 12:41 am
דורך לבי ובשרי
/
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 4:51 am
דורך [NAMELESS]
אבטולמוס האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן: אז דו וועסט מיר טרעפן א פראפעסיאנאלן אידישן שרייבער, קען זיין א היימישער אדער א יידישיסט, וואס נוצט "באמבאסטיש" אלס א סינאנים פאר "געוואלדיג, מעכטיג" וועל איך מודה זיין אז כ'בין נישט גערעכט.
.
@רויטע וואנצעס איז דוכט זיך א פראפעסיאנאלע שרייבער
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=294051#p294051(הגם זיין כוונה אינעם תגובה איז אפשר נישט אזוי קלאר, אבער אין קאנטעקסט פון זיינע אנדערע תגובות דארט אינעם אשכול קוקט אויס אז ער האט געמיינט דעם אמעראצישן פשט)
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 10:46 am
דורך רויטע וואנצעס
אין 2015 איז רויטע וואנצעס נאכנישט געווען אזא גוטע שרייבער ווי היינט...