בלאט 9 פון 213

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:41 pm
דורך ידען
We will

רעדסט זייער נישט קלאר.

דו צאלסט פאר יעדן אות וואס דו טייפסט?

זיי מסביר וואס דו זאגסט ווייל מען לאזט נישט דא פארדרייען דעם קאפ פון די לייענערס.

וואס הייסט מען קען נישט לעבן אויף די לבנה? ווער קען נישט און ווער לעבט דארט?

איז דא א חילוק צווישן לעבן אין ספעיס אדער אויף די לבנה?

אפשר מיינסטו אז ווי נאר מען רירט צו די לבנה ווערט ארויסגעצויגן דאס לעבן?

ביסטו אפשר יעצט אויף די לבנה?...

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:46 pm
דורך we will
I do not know exactly, but I read once in the New York Times, some say it's completely a big lie

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:48 pm
דורך ידען
פליעז שרייב נאר ווען דו ביסט קלאר. און אויב דארפסט העלפ קענסטו גוגלען און ברענגען זאכען וואס איז געבעיסד אויף עפעס.

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 4:46 pm
דורך דעינעש
טאמבל סאס האט געשריבן:רוסישע און קאנעדישע.

פון וואו נעמט זיך די הנחה, און וואס איז די אנגעגעבענע סיבה דערפאר (אויב איז דא) ?

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:20 pm
דורך שמעקעדיג
הא הא הא!
אזא טעות........

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:28 pm
דורך we will
How do you know that there never was such an article in the New York Times?

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:42 pm
דורך טאמבל סאס
אקעי לאמיך מיך אננעמען אויף "אונז וועלן" און אביסל פרובירן צו פארשטיין זיין זייט.
ערשטנס ער מיינט מסתמא אז די ניו יארק טיימס האט אראפגעברענגט די שיטה פון די קאנספיראציע טעאריקער מיט זייערע גג עלג גג ערקלערונגען, ראיות, און אויפווייזונגען אז מ'איז אויף די לבנה קיינמאל געווען, און ס'גאנצע איז פילמירט געווארן אין עריע 51 וואס איז אגב געווען אמאל באשריבן אין איינע פון די אידישע גארביטש, דאכצעך מיר אפשר 'די בליק'.
און יעצט, פון וואו קענסטו טאקע וויסן אז די ניו יארק טיימס האט נישט געשריבן דערוועגן? ס'איז דאך נישט אז די ניו יארק טיימס נעמט אן די בויך קרעמפן, פאר ריעל.

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:09 pm
דורך ידען
we will האט געשריבן:How do you know that there never was such an article in the New York Times?

איך האב געלייענט אין טיימס אז מע האט אויסגעפינען אז אונז לעבן אויף מארס און מע האט געשיקט מענטשען צו זשופיטער.

ווייז מיר אויף אז נישט.

זיי זאגען סאיז נאר געווען א בלאף

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 7:42 pm
דורך qwerty
זיי זאגען סאיז נאר געווען א בלאף
מען איז קיינמאל ניט געווען אויף די לבנה

http://youtu.be/yo5w0pm24ic

#1

--------------


http://youtu.be/MalYSn_qIU4

#2

--------------------------------

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 8:17 pm
דורך qwerty
כהאב אמאל געזען א חלק פין דעם לבנה קאפסול אויף אן אויסשטעלונג אין דע Intrepid אין ניו יארק.

און עס איז גמאכט פין א פראסטען ביליגען בלעך וואס איז ניט שייך צי סטאפען די ריידיעשאן פין ווען אלען בעלט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 8:49 pm
דורך יידל
קווערטי לעבן.
איך קען דיר ווייזן א שלל מיט יו-טוב קליפס אויף פארקערט, איז וואסזשע ווילסטו?

אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:06 pm
דורך qwerty
יידל האט געשריבן:קווערטי לעבן.
איך קען דיר ווייזן א שלל מיט יו-טוב קליפס אויף פארקערט, איז וואסזשע ווילסטו?



אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו, מיינט אז עס איז נישט דער פשט אז מחמת די הייליגע אטאריטעט פן דעם שם "youtube" איז דערפאר איז עס רעכטיג -

ווייל ווי דו זאגסט קען זיין א סברה הפוכה אויך, נאר דער ענין אין דעם האב איך געמיינט ציזאגען אז ווען מען ניצט אליין די אייגענע קאפ און מען טראכט זיך אריין אין די ראיות אז עס איז בלאף קען א געווינלעכער נארמאלער מענטש קימען לידי מסקנה אז עס איז טאקע בלאף נישט ווייל מיסטער יוטוב זאגט אזוי נאר ווייל ער איז אליין איבערצייגט אז דאס איז דער אמת.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:49 pm
דורך לאדיך אפ
די סטאטיסטיקס זענען אז די פראצענט אמעריקאנע וואס גלייבן נישט אז מ'האט געלענדעט אויף די לבנה האלט אין איין פאלן, סהאלט שוין ביי א נישטיגע 3 פראצענט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:18 am
דורך נפתלי
qwerty האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:קווערטי לעבן.
איך קען דיר ווייזן א שלל מיט יו-טוב קליפס אויף פארקערט, איז וואסזשע ווילסטו?



אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו, מיינט אז עס איז נישט דער פשט אז מחמת די הייליגע אטאריטעט פן דעם שם "youtube" איז דערפאר איז עס רעכטיג -

ווייל ווי דו זאגסט קען זיין א סברה הפוכה אויך, נאר דער ענין אין דעם האב איך געמיינט ציזאגען אז ווען מען ניצט אליין די אייגענע קאפ און מען טראכט זיך אריין אין די ראיות אז עס איז בלאף קען א געווינלעכער נארמאלער מענטש קימען לידי מסקנה אז עס איז טאקע בלאף נישט ווייל מיסטער יוטוב זאגט אזוי נאר ווייל ער איז אליין איבערצייגט אז דאס איז דער אמת.

זיי ביטע מסביר וואס דו האסט געזאגט, פון דיינע ווערטער איז משמע אז דו וויייסט נישט וואס יו-טוב איז
האט ער דען געמיינט אז ווייל ס׳איז אויף יו-טוב איז עס באגלייבט?
הפה שאסור הוא הפה שהתיר(נישט די ריכטיגע אויסדרוק? שוין כ׳וועל פראבירן אן אנדערעס מאל) פונקט ווי דו ברענגסט קלארע ראיות אז מ׳האט קיינמאל נישט געלאנדעט אויף די לבנה איז דא קלארע ראיות וואס ווען מ׳ניצט
אליין די אייגענע קאפ און מען טראכט אריין אין די ראיות קען א געווענליכער נארמאלע מענטש קומען לידי מסקנה אז מען איז טאקע יא געווען אויף די לבנה
קאנספיראציעס איז אלעמאל געווען איך ווייס נישט פארוואס דו ביסט אזוי איבערגענומען

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 3:12 am
דורך qwerty
וויבאלד אז סאיז דא צוויי צדדים, אזא מין סארט "מחלוקת הפוסקים"....

איז אז איך זאג אז איין צד איז בא מיר מער נושא חן, און אז בא מיר קימט אויס אז דער צד איז יותר קרוב להאמת....

איז וואס ארט עס דיר אז איך האלט אזוי?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 7:57 am
דורך ידען
אויב דו ווילסטיך עקשנן וועט קיינעם נישט אנגיין ווייל למעשה מאכט עס נישט קיין חילוק וואס דו האלסט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:00 pm
דורך ידען
וויזוי קענען מענטשען זיין גרייט צו זיין סאלדאטען אין א מלחמה ווען אזויפיל פון זיי גייען שטארבען?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:09 pm
דורך ונבנתה העיר
1) א פאטריאט.

2) איך מיין אז זיי באקומען געלט פאר קאלעדש.

3) עס איז דא מענטשען וואס האבן ליב עקשען.

4) עס איז דא מענטשען וואס האבן ליב a brush with death, עפעס טענה'ען זיי אז דעמאלטס שפירט מען אז מען לעבט - ידיעת ההפיכים אחד.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:10 pm
דורך לעמיל
ידען האט געשריבן:וויזוי קענען מענטשען זיין גרייט צו זיין סאלדאטען אין א מלחמה ווען אזויפיל פון זיי גייען שטארבען?

פארוואס זאל א מענטש וועלען חתונה האבען אז עס דא אזויפל וואס האבען פראבלעמען? נאר יעדער טראכט נישט ביי מיך, איך מיין די זעלבע איז ביי סאלדאטען
---
ונבנתה האקט

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:08 pm
דורך שמעקעדיג
לעמיל, דו פארגלייכסט די צוויי? משל דומה לנמשל?
חתונה האבן, טראץ אלע פראבלעמען, ברענגט עס דאך פארן מענטש א געוואלדיגע טובה און עתיד, לנצח נצחים.
משא"כ א סאלדאט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:24 pm
דורך לעמיל
שמעקעדיג האט געשריבן:לעמיל, דו פארגלייכסט די צוויי? משל דומה לנמשל?
חתונה האבן, טראץ אלע פראבלעמען, ברענגט עס דאך פארן מענטש א געוואלדיגע טובה און עתיד, לנצח נצחים.
משא"כ א סאלדאט.

וואס איז די נצח נצחים ביי א גוי?
און וואס רעדסטו ביי א גוי קען אים נאך געלונגען צו ווערען א גענעראל און אריין גיין און די היסטאריע אלטס די גענעראל בשם הידוע פארדעים אליין לוינט זיך אים

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:33 pm
דורך שטערן
לעמיל האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:וויזוי קענען מענטשען זיין גרייט צו זיין סאלדאטען אין א מלחמה ווען אזויפיל פון זיי גייען שטארבען?

פארוואס זאל א מענטש וועלען חתונה האבען אז עס דא אזויפל וואס האבען פראבלעמען? נאר יעדער טראכט נישט ביי מיך, איך מיין די זעלבע איז ביי סאלדאטען
---
ונבנתה האקט


נישט קיין פארגלייך
חתונה האבן איז אייביג דא א וועג ארויס
א מלחמה, איינמאל די ביסט א סאלדאט, קענסטו דיך נישט ארויסדרייען אפי' דו זעסט די טויט פאר דיין אויגען

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:44 pm
דורך לעמיל
חתונה האבען איז אייביג דא א וועיג ארויס???? אזוי מיינסטו....