בלאט 9 פון 9

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 4:29 pm
דורך שבת אחים
וואלווי? האסט שוין געזעהן אמאל א וויזניצער רבי זאל זיך אינטערשרייבן “הרב”?

ס׳קוקט אויס (לויט די אינטערשריפט) אז משה בער האט געשריבן די גאנצע און קען זיין, אז די ישועות משה האט נאר אינטערגעשריבן- נאכאלץ איז עס א חידוש.

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 4:31 pm
דורך קלוגע יודל
וואלווי האט געשריבן:סארי. א פרוזבול איז גוט מיט ג' הדיוטות.....
איך האב פארשטאנען אז ער מיינט נישט אז ער איז געוועהן א דיין ביים ישועות משה זצוק"ל , ער מיינט צו זאגן אז ער איז געוועהן גוט מיט די ישועות משה אז ער האט אפילו געזעצן צוזאמען מיט איהם אויף א בית דין פאר פרוזבול.

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 6:04 pm
דורך וואלווי
שבת אחים האט געשריבן:וואלווי? האסט שוין געזעהן אמאל א וויזניצער רבי זאל זיך אינטערשרייבן “הרב”?

ס׳קוקט אויס (לויט די אינטערשריפט) אז משה בער האט געשריבן די גאנצע און קען זיין, אז די ישועות משה האט נאר אינטערגעשריבן- נאכאלץ איז עס א חידוש.
די חתימה ענדלט אין ישועות משה'ס כתב.

א וויזניצע רבי, אדער בכלל רבי'ס, בדרך כלל חתמ'נען נישט מיט קיין הרב. אבער אויף א מער מאדערענעם אויסשטעהל, איז די טיטול הרב א חלק פון די נאמען, אזוי ווי רבנים חתמ'נען אין ענגליש Rabbi so and so, אזוי אויך אין עברית. די ישועות משה איז דא אלס רב, ער איז נאכנישט געווען רבי דעמאלטס, נא, מ'קען מיקל זיין...

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 6:09 pm
דורך וואלווי
קלוגע יודל האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:סארי. א פרוזבול איז גוט מיט ג' הדיוטות.....
איך האב פארשטאנען אז ער מיינט נישט אז ער איז געוועהן א דיין ביים ישועות משה זצוק"ל , ער מיינט צו זאגן אז ער איז געוועהן גוט מיט די ישועות משה אז ער האט אפילו געזעצן צוזאמען מיט איהם אויף א בית דין פאר פרוזבול.
קען זיין.

ברוב מקומות, כ'ווייס נישט צו דארט אין וויזניץ אויך, איז פרוזבול כעין התרת נדרים, נאר אויף פאפיר. א יעדע פָאר מענטשען זיצען זיך צוזאם. נישטא קיין כיבודים.

נשלח: זונטאג יולי 24, 2022 6:40 am
דורך שבת אחים
וואלווי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:וואלווי? האסט שוין געזעהן אמאל א וויזניצער רבי זאל זיך אינטערשרייבן “הרב”?

ס׳קוקט אויס (לויט די אינטערשריפט) אז משה בער האט געשריבן די גאנצע און קען זיין, אז די ישועות משה האט נאר אינטערגעשריבן- נאכאלץ איז עס א חידוש.
די חתימה ענדלט אין ישועות משה'ס כתב.

א וויזניצע רבי, אדער בכלל רבי'ס, בדרך כלל חתמ'נען נישט מיט קיין הרב. אבער אויף א מער מאדערענעם אויסשטעהל, איז די טיטול הרב א חלק פון די נאמען, אזוי ווי רבנים חתמ'נען אין ענגליש Rabbi so and so, אזוי אויך אין עברית. די ישועות משה איז דא אלס רב, ער איז נאכנישט געווען רבי דעמאלטס, נא, מ'קען מיקל זיין...

קאררעקט, יענע חברה רופן זיך מיטן טיטול ראביי פונקט ווי דער דאקטער רופט זיך מיטן טיטול ד”ר. און אמת אז מ’קען מקיל זיין און ס’איז טאקע בכלל נישט קיין “ביג דיעל”. נאר וואס דען האב איך געזאגט אז די רבנים לבית האגער האבן זייער מקפיד געוועהן פונקטליך נאכצוטוהן וואס די טאטע און די זיידע האבן געטוהן (ספעציעל מיט אזעלעכע זאכן ווי טיטלען וכדומה)
און די חברה האבן אלע געפראוועט עניוות אין גרויסען… :lol:
זיי האבן אלעס אנגעהאנגען אין “זכות אבות”
איך האב דערווייל נישט געטראפן וואס איך געדענק קיין איין האגער זאל זיך אינטערשרייבן מיט די טיטול “הרב” נאר זיי האבן זיך אלץ אינטערגעשריבן “הקטן”. (אפילו אויף די letterhead איז יא געשטאנען די טיטול)
די אהבת ישראל, אמרי חיים, ווישעווער רב און די תורת מרדכי וואלטן זיך קיינמאל נישט אזוי אינטערגעשריבן נישט אלץ רבי און נישט פאר זיי זענען געוועהן רבי אלץ רב.

איז למעשה א שטיקל וואונדער אז דער ישועות משה וואס האט זיך א גאנץ לעבן געקאכט אין “חובת הלבבות” ער פלעגט דאס געבן פאר אלע בחורים אלץ א געשאנק פאר די בר מצוה (ואני בתוכם, איך האב איינס מיט זיין אינטערשריפט) אין חובת הלבבות איז דאך דא א גאנצע שער וועגן דעם (שער שלם, שער הכניעה) וואס רעדט ארום וועגן די חשיבות פון ענווה.

טאקע נישט קיין ביג דיעל, סתם אינטערסאנט. איך האב עס נאכנישט געזעהן.

נשלח: זונטאג יולי 24, 2022 12:41 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: אבער הרה"ק ר' משה בער בעק זכותו יגון עלינו ועל כל חסידיו האט געהאלטן אז ער איז אנדערש. אפילו נאכדעים וואס ער האט געשפיגן און מורד געווען אין זיינע רבי'ס האט ער נאכאלץ געהאלטן אז ער איז בידידות מיט זיי. ער האט נאר געהאלטן אז זיי זענען שקצים. (סיי דער אמרי חיים. און סיי דער ישועות משה).

נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2023 8:13 am
דורך טינט פען
הדד בן בדד האט געשריבן: עס איז דא א בילד פון די וויזשניצער ישיבה אין יענע יארן וואס מען האט געכאפט כדי צו קענען שאפן געלט, אלע בחורים קוקן אין דעם קעמרע אריין, אלע אויסער איינער, דער איינער איז ר' משה בער).
אפשר שטעלט איינער אהער די בילד?

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:00 pm
דורך השםאחד
אלץ געוועזענע שכן מיט ר משה בער ווייס איך פאר א מציאות אז ער האט אייביג געבענקט נאכן אמרי חיים שבת זמירות איז געווען כל כולו וויזניץ ספעציעל נאך זיין סטראוק האט ער געקאכט אין אמרי חיים א געוואלד

Re:

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2024 12:05 am
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 21, 2022 4:29 pm וואלווי? האסט שוין געזעהן אמאל א וויזניצער רבי זאל זיך אינטערשרייבן “הרב”?

ס׳קוקט אויס (לויט די אינטערשריפט) אז משה בער האט געשריבן די גאנצע און קען זיין, אז די ישועות משה האט נאר אינטערגעשריבן- נאכאלץ איז עס א חידוש.
ס'קען זיין ווייל זיין טאטע דער אמרי חיים האט נאך דאמאלס געלעבט. נאר אזעלכע שאלות און פאר התרת נדרים אום ערב ר"ה וואלט איך אויך גענימען הרב בעק זכותו יגון עלינו. לערנען האט ער געקענט. ער איז נאר געווען א ביסל א פארדרייטער. און אן אויבער חכם. ער האט אלעס געוויסט בעסער ווי זיין רבי.

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 3:18 pm
דורך היום
היינט איז ט׳ ניסן.

גרויסע יארצייט.

האב איך אמאל געהערט נאך זאגן זיין טייטש אויפן פסוק ״נתתה שמחה בלבי מעת דגנם ותירשם רבו, ווי גרויס איז די שמחה ביי מיר אין הארץ אז מען דערמאנט זיך/רעדט/ גרייט זיך/קומט שוין אהן צו די הייליגע ליל הסדר מיט די מצות (דגנם) און די ד׳ כוסות (תירשם)…״

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 3:38 pm
דורך היימלינד
היום האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 3:18 pm היינט איז ט׳ ניסן.

גרויסע יארצייט.

האב איך אמאל געהערט נאך זאגן זיין טייטש אויפן פסוק ״נתתה שמחה בלבי מעת דגנם ותירשם רבו, ווי גרויס איז די שמחה ביי מיר אין הארץ אז מען דערמאנט זיך/רעדט/ גרייט זיך/קומט שוין אהן צו די הייליגע ליל הסדר מיט די מצות (דגנם) און די ד׳ כוסות (תירשם)…״
ווי ער האט געקענט האט ער געהערט די הייליגע סדר נאכט, לדוגמא ווען איינער האט געזאגט "הכל בסדר" האט ער שוין פארשטאנען אז מען רעדט פון ליל הסדר
ער האט זיך געקאכט אין דעם אגאנצע יאר

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 3:52 pm
דורך [NAMELESS]
ער האט אזוי געטייטשט אין די הושענות "יושבת וממתנת עד כלות שבת" אז דאס איז שבת ערב פסח אז מען קען קוים ווארטען אז שבת זאל שוין אויס גיין

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 3:57 pm
דורך היימלינד
מנשסתר האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 3:52 pm ער האט אזוי געטייטשט אין די הושענות "יושבת וממתנת עד כלות שבת" אז דאס איז שבת ערב פסח אז מען קען קוים ווארטען אז שבת זאל שוין אויס גיין
ריכטיג
ועל דרך זה שמעתי לגבי קינדער ווען פורים איז מוצש"ק כהאי שתא

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 4:27 pm
דורך הכנה דרבה
מנשסתר האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 3:52 pm ער האט אזוי געטייטשט אין די הושענות "יושבת וממתנת עד כלות שבת" אז דאס איז שבת ערב פסח אז מען קען קוים ווארטען אז שבת זאל שוין אויס גיין
איך ווייס נישט צו דאס איז אויך פון איהם צו פון א צווייטער, האט ער געטייטשט עד כלות שבת ביז מ'גייט אויס פאר'ן שבת :lol:

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 4:30 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז פון קדושת ציון זצ"ל וואס האט אזוי געזאגט צו זיין איידעם רבי משה'לי סטעמפל זצ"ל

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 8:19 pm
דורך berlbalaguleh
אלעס זייער שיינע טייטשן: ווילאנג מ'לייגט נישט יענעם אין ד'רערד. מ'מאכט נישט יענעם פאר א שייגעץ.

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:56 pm
דורך היום
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 8:19 pm אלעס זייער שיינע טייטשן: ווילאנג מ'לייגט נישט יענעם אין ד'רערד. מ'מאכט נישט יענעם פאר א שייגעץ.
פון וואס רעדסטו?
עפעס ספעציפיש?
לגבי איינעם וואס מען האט דא דערמאנט?
ווישניץ?
באבוב?