בלאט 9 פון 12

Re: טעכנאלאגישע נייעס

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:25 pm
דורך וכדומה..
טעות-שוין גווען

נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 11:39 am
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:FORD. ווער ווייסט דען נישט פון די קאר קאמפאני פארד. א אויטא קאמפאני וואס איז אמאל געווען אין דער ערד, פארשידענע ליצנות 'רשע-טבת' זענען ארומגעלאפן אויף זייער נאמען (Fix Or Repair Daily איז די מערסטע באקאנט; אדער Failed, On Road Dead וכדומה), זייער קוואליטי האט געסאקט, זייער ריסעיל וועליו איז געווען טיף אין דער אדמה...

און, און... מאשפות ירים אביון, דורך פארשידענע מיטלען האבן זיי זיך ארויפגעדראפעט אויף דעם לייטער, זיי האבן אנגעהויבן מאכן בעסערע פראדוקטן, און ווען דער הויכגעשעצטער CEO מולאלי האט איבער גענומען די קאמפאני זייענדיג אין רויט - קומענדיג פון די באואינג עראפלאן קאמפאני וואו ער האט אויך געמאכט א רעוואלוציע צום גוטן - האט ער אנגעהויבן מאכן סדר, קודם מיטן פראגראם "ONE FORD", וואס האט אריבערגעברענגט פארשידענע גוטע מאדעלס פון אייראפע (דארט מאכן זיי בעסערע פראדוקטן, פרעג מיך נישט פארוואס) קיין אמעריקע, ער האט געלייגט א שטארקע פאקוס אויף קוואליטעט פון די מאטעריאלן עס זאל נישט זיין הונטערשטעליג פון די יאפאנעזער קאמפעטישאנ'ס, און אריינגעלייגט אסאך פיעטשורס צו "סורפרייזן" דעם קאסטומער, און די זאכן האבן עושה רושם געווען, עד כדי כך אז ביים גרויסן עקאנאמישן קראך איז פארד געווען די איינציגסטע אמעריקאנער קאמפאני וואס האט נישט געדארפט צוקומען צו די רעגירונג'ס בעילאוט - אנדערש ווי GM און קרייסלער - און דאס האט נאך מער געהויבן זייער רעספעקט און וועליו ביים פאלק, זייערע סעילס זענען דראסטיש ארויפגעגאנגען, זיי האבן געאפפערט ווייניגער אינסענטיווס (ווי "קעש בעק" אדער 0% פיינענסינג), און עכ"ז זענען זייערע קארס געגאנגען ווי מצה וואסער, מיט גרויס ערפאלג, צו די הנאה פון די הויכע עקזעקוטיוון.

איין גרויסע שינוי - אויף וואס פארד האט געלייגט גרויס האפענונג, ספעציעל אריינצוכאפן יונגע קאנסומער - האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א וויסטע דורכפאל - טראץ די ענטוזיאזם וואס האט לכתחילה געהערשט ביים יונגן דור דערפאר. דאס איז זייער SYNC סיסטעם אין די נייערע אויטאס. דער SYNC סיסטעם איז געווארן דעוועלאפט מיט עטליכע יאר צוריק (2007) ביי מייקראסאפט, און איז געצילט אריינצוברענגען די העכסטע טעכנאלאגיע אינעם קאר. אנשטאט א דעשבאורד פון קנעפלעך און (ק)נאבס, איז עס פארוואנדלט געווארן אין א גרויסע טאטש סקרין און פאר יעדע פונקציע האט מען געמוזט אדורכגיין שבעה מדורי גיהנם אויפן סקרין ביז מען איז אנגעקומען דערצו, אפילו פשוט'ע פונקציעס - ווי צב"ש מאכן העכער די מוזיק אדער מאכן שטארקער דעם הייצונג.

Sync.jpg


אויסער דעם סכנה פון דיסטרעקטן דעם דרייווער אוועקצוקוקן פונעם ראוד אינמיטן פליען אויפן הייוועי ביי 70 מפ"ש און זיין ביזי מיטן סקרין (גארנישט ווייניגער סכנה ווי טעקסטן אינמיטן דרייוון), און בכלל האט עס געהאט זייער א קאמפליצירטן אויסשטעל בנוסף צו פיצעלע ווערטער און סימבאלן, האט דער סיסטעם געהאט א שרעקליכער חסרון, אז עס פלעגט "פריזן". ד.ה. איינפאך נישט ארבעטן פאר אפאר מינוט, און נישט רעספאנדעט צו דעם דרייווערס אינפאט. מען האט געקענט קוועטשן אויפן פארקלאצטן סקרין, אבער אן ערפאלג. דרייווערס פלעגן ווערן - ווי פארשטענדליך - שרעקליך פרוסטרירט, און כסדר קאמפלעינט צו פארד דערוועגן.

Sync2.jpg


עס האט אויך געשאדט פאר פארד אין די שטודיעס וואס געוויסע קאמפאניס נעמען פון נייע דרייווער, צי זיי זענען צופרידן מיט די קוואליטי פונעם נייעם אויטא. פארד האט זיך געטראפן אין א אומבא'טעמ'טע סיטואציע. זיי האבן אנגעהויבן ארבעטן אויף פארשידענע תיקונים און אפדעיטס, מאכן גרעסער די אותיות און די אייקאנס, מאכן גרינגער צו קאנעקטן צו פאונס, פארמינערן די פארפרוירענע סקרינ'ס, און צוגעלייגט "וואויס רעקאגנישן" אז מען זאל קענען רעדן צום סיסטעם אנשטאט דריקן אזויפיל אויפן סקרין, אבער דאס האט שוואך געהאלפן. עס איז געווארן עטוואס בעסער, אבער די הוצאה שניה ושלישית ומתוקנת (2010) איז נאך אלץ פארוואסערט געווארן צווישן די חסרונות און אומצאליגע קאמפלעינטס און שלעכטע ראטעס פון אלע רעוויואערס. אזוי איז דאס אנגעגאנגען פאר יארן.

אנדערע קאמפאניס האבן גראדע נישט קיין סאך בעסער אפגעשניטן. א ענליכע סיסטעם ביי GM (רופט זיך CUE) האט אויך געליטן פראבלעמען און די קאסטומערס גלייכן עס נישט. קרייסלער איז דערווייל פון די בעסטע אין דעם הינזיכט. ניסאן און האנדא זענען כמעשה, כאטש זיי מעגן אויך נוצן א תיקון.

אצינד האט פארד באשלאסן צו דראפן מייקראסאפט. די לעצטע זענען טרויעריג-באקאנט פאר זייערע סאפטוועיר וואס מען דארף כסדר פעטשן מיט אפדעיטס נאר כדי צו טרעפן נאך דורכפעלער און פראבלעמען. גענוג איז גענוג. ארויס אויף די יארכע, מען גייט זוכן א צווייטן!

די מאדנע זאך איז, צו זעהן וועמען זיי האבן אנגעטראפן. נישט קיין אנדערע ווי די "בלעקבערי" פירמע. כאטש וואס זיי קומען נישט צו די נייערע 'עפל' און 'אנדרויד' פראדוקטן בנוגע סעלפאונ'ס, זענען זיי מער רעלייעבל ווי מייקראסאפט. (איי, אויב פארד פרעגט מיך? אויב בלעקבערי איז פאר עפעס באקאנט, איז עס פאר זייער 'פריזן' מיטן דרייעדיגער זייגערל אויפן סקרין..... GO FIGURE). למעשה, זיי אנטשפרעכן א נייע גענעראציע פון SYNC, מיט א גרינגערן אויסשטעל און געשמאקע יוזער אינטערפעיס, אן די אלע פראבלעמען.

ווארט נאר איבער צו זעהן מה יהי' חלומותיהם, צי וועט עס טאקע בעסער ווערן אדער מפטירין כדאתמול. בפרט ווען אנדרויד און עפל גרייטן שוין צו זייערע אייגענע פארגעשריטענע סיסטעמ'ס אין די אויטאס. ימים ידברו.


און ענדליך די רעזולטאטן. עס קוקט אויס גאנץ גוט במושכל ראשון.
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2486732,00.asp

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 10:59 am
דורך שמעקעדיג
סעמסאנג האט אנאנסירט אז זי האט ערפינדן א א מעגליכע דורכברוך אין בעטערי טעכנאלאגיע, וואס ערלויבן א בעטערי צו האלטן א טשארדזש דאפלט אזוי לאנג ווי ביז יעצט.
די ערפינדונג איז נאך אין די פריע שטאפלען, און וועט נאך נעמען א שיינע שטיק צייט ביז מען וועט קענען שניידן די פירות.

אוי געוואלד, די נייע גוגל בילדער עפפ איז א ראסיסט!

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 5:33 pm
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 8:02 pm
דורך וכדומה..
[tag]שמעקעדיג[/tag] איך וואלט געווען נייגעריג צו זעהן מער איבער דעם, איך וואלט הנאה געהאט פון א לינק

נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 8:56 am
דורך שמעקעדיג
לייג אריין
samsung battery
אין גוגל
און זעה די רעזולטאטן...

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 11:04 am
דורך שמעקעדיג
פארן קומענדיגן יאר 16', וועט די אויטא-מאנופעקטשורער "שעווי" זיין די ערשטע צו אינסטולירן אין עטליכע אויטאס א ספעצילע עירקאנדישאן פאר סעלפאנ'ס זיי זאלן נישט ווערן צו הייס, בפרט בשעת'ן טשארדזשן אויף די ווייערלאזע טשארשדזשינג אינעם קאר.

www.pcmag.com/article2/0,2817,2487178,00.asp

Re: טעכנאלאגישע נייעס

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 6:40 pm
דורך ירא שמים
ווינדאוס 10 איז שוין דא?

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 8:04 pm
דורך ונבנתה העיר
צוויי וואכן.

Re: טעכנאלאגישע נייעס

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 8:11 pm
דורך ירא שמים
סאיז שוין דא 2 וואכן ? אדער אין צוויי וואכן ארום ?

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 8:13 pm
דורך ונבנתה העיר
יולי 29.

נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 1:48 pm
דורך שמעקעדיג
מיט אלע טעכנאלאגיע מעלות, קומט מיט - כדרכו של עולם - אסאך חסרונות אויך, ברוחניות ובגשמיות.
בעת אונזערע קארס ווערן מער פארגעשריטן און קאנעקטעד, צו די סעלפאונ'ס און צו ווייפיי און נאך אנדערע גאדגעטן, ערשיינען פרישע אומפאראויסגעזעהענע פראבלעמען.

און דאס האט פאסירט די וואך, צו יעדנס ערשטוינונג - 2 העקערס האבן געהיידזשעקט און איבערגענומען קאנטראל אויף א צווייטנ'ס דזשיפ אויטא (דזשיפ איז די זעלבע קאמפאני ווי קרייסלער און דאדזש).
מען רעדט נישט פון קלייניגקייטן, נאר זיי האבן באקומען פולע קאנטראל אויף די סאמע וויכטיגסטע פונקציעס פונעם קאר, ווי די ברעיקס און טראנסמישאן. זיי האבן אפילו געקענט פארקירעווען דעם קאר צום זייט פונעם ראוד, בעת דער דרייווער איז הילפלאז!
זיי זאגן אז זיי קענען דאס טון מיט סיי וועלכע קאר, נאר מיט די סיסטעם פון קרייסלער/דזשיפ איז עס געווען דאס גרינגסטע...

צום מזל, זענען דאס נישט געווען 2 שלעכטע לייט וואס האבן סתם געוואלט אריינברענגען דעם דרייווער אין פאניק, נאר א פאראויסגעטראכטע און אויסגערעכנטע אקציע - און זיי האבן דערנאך אריינגעגעבן די אינפא פאר קרייסלער צו קענען פראטעקטן און פארמיידן אזעלכע אינצידענטן אין דער צוקונפט.

אצינד האט די FCA פאררופן א ריקאול אויף די אלע קרייסלער און דזשיפ מאדעלס וואס קענען אפעקטירט ווערן.

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 11:06 pm
דורך ירא שמים
איינער דא האט שוין אפגערעידט צו ווינדאוס 10 ?! קוקט אויס אז נישט .
איינער ווייסט פון עקספיריענס צו סלוינט זיך צו אפגרעיטען ?

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 11:13 pm
דורך שמעקעדיג
מיין רעקאמענדאציע: ווארט צו. לאז די ערשטע חלק באגס ווערן מתוקן ע"י אחרים. עס לויפט נישט אוועק. קענסט ציווארטן א 2 חדשים.

אז מען רעדט שוין, זענען די היימישע פילטערס צוגעגרייט צו ווינדאוס 10? בי ווינדאוס אכט איז געווען א hold אפאר חדשים, אויב מיין זכרון דינט מיר.

טעכנאלאגישע נייעס

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 11:33 pm
דורך ירא שמים
א איסור איז נאכנישט ארויס אויף דעם ווי אויף ווידאוס אכט און אויף אייועלט איז עס נישט דאמאנט געווארן…
און ביז ווען גייט עס זיין פריי?

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 3:10 pm
דורך וכדומה..
יעדער וואס האט ווינדאוס 8 באקומט א פרי אפגרעיט צו ווינדאוס 10, סגייט נאר נעמען א משך פון אפאר חדשים ווילאנג זיי שיקן עס צו יעדן, זיי זענען בעקד אפ.

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 10:22 pm
דורך ירא שמים
וכדומה.. האט געשריבן:יעדער וואס האט ווינדאוס 8 באקומט א פרי אפגרעיט צו ווינדאוס 10, סגייט נאר נעמען א משך פון אפאר חדשים ווילאנג זיי שיקן עס צו יעדן, זיי זענען בעקד אפ.

[tag]וכדומה..[/tag] אז איך האך די ווינדאוס סימבאל אויף די באדעם פון מיין קאמפיוטער מיינט עס אז כהאב באקומען א אינוועטעישאן ?

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 10:29 pm
דורך שמעקעדיג
עס מיינט אז דו ביסט עליזשיבל צו פארלאנגען אן אומזיסטע קאפיע.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 11:34 pm
דורך ישראל קאפקע
ביי ביי גוגל, העלאו אלפאבעט (כמעט).

http://mobile.nytimes.com/2015/08/11/te ... ?referrer=

נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 11:42 pm
דורך ישראל קאפקע
[left]Google release notes:

- Our new name is Alphabet! We hope you like it.

- fixed a bug where we were paying too much tax.[/left]

:P

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 5:46 am
דורך שמעקעדיג
דאס קוקט אויס צו זיין ערנסטע נייעס. א מעידזשאר אויפשאקלונג אינערהאלב די מעכטיגע גוגל קאמפאני. א נייער נאמען מיט נייע עקזעקוטיוון. גוגל וועט זיין א חלק אונטער די נייע אלפאבעט. ונזכה ונחי' ונראה.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 9:41 am
דורך וכדומה..
אבער אויף וויפיל מיר קענען גוגל, דאס הייסט די סירטש ענדשין, יוטוב, מעפס, די ענדראויד סיסטעם, און גוגל פלעי סטור, בלייבט אלעס די זעלבע אונטער די נאמען גוגל אזוי ווי ביז יעצט.

סאיז נאר זייער אנדערע ביזנעסעס וואס רוב עולם האט נישט אנונג אז דאס עקזיסטירט בכלל, דארט בייטן זיי די נאמען צו אלפעבעט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 9:57 am
דורך ישראל קאפקע
ריכטיג, אבער גוגל גייט זיין א סובסידיערי פון אלפאבעט.
עס טוישט פונדאמענטאל דעם שפיל, איז א מעידזשאר טויש.