בלאט 9 פון 19
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:32 pm
דורך דריידל
די רעאקציע דארף זיין אז מ'זאל צאמשטעלן א דאטע בעיס פון שמוץ וואס מ'ווייסט איבער משפחת אדמורי"ם וראשי המוסדות. גלייבטס מיר אז ס'איז דא געניג אין נאך. אויב נישט ביים רבין'ס זון דאן ביי זיין אייניקעל אדער ביי אן אנדערע קנאקער אין וועד החינוך. והיה, אויב וועט זיך איינער דערוואגן אנצוגיין מיט די שגץ שטיק און טערעראזירן די מענטשהייט, וועט מען אפיר נעמען די ווארע און מגלה זיין קלונו ברבים.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:48 pm
דורך כפתור
לא להנאת גופי האט געשריבן:אין תולדות אהרון איז דא א גרופע אינגעלייט וואס באזוכען יעדען טאג אין הייזער!
נאך אביסל וועט מען מוזן אינטערשרייבן אז די מוסד מעג אריינשטעלן א ווידיא קאמערא און יעדע שטוב, זוכער צומאכן אז אלעס פירט זיך דארט על פי הלכה. (שטייצעך אז די טאטע וועט מוזן באצאלן פאר די סערוויס)
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 9:43 am
דורך לא להנאת גופי
איינער ווייסט מער וועגן די מעשה הנ''ל??
דער קעמרע געדאנק איז אייזן, איך האלט שטארק דערפון, האסט א אנונג וואסערע תיקון הדורות דאס וועט זיין? wow, what a life saver !! כפתור געב עס אריין, כ'זאג דיר ז'עלען שפרינגען פאר דער איידיע! אמ''ג כ'גיי ממש ווילד אויף דער איידיע, wow , ס'ממש געוואלדיג. just imagine it , ס'וועט טאקע זיין שווער פון אנהייב, מ'וועט דארפען גיין קודם בדרכי נועם בפה רך, מ'וועט מסביר זיין די עולם אז ס'איז גוט פאר גניבות, גויטעס, יוחד שאלות, א.א.וו. און אין אנהייב העט עס נאר זיין ביי עכטע תמימותדיגע, באט צוביסלעך קען מען עס מאכען פאר א נארמאלע 'ככל אשר יוריך' חיוב..
כפתור כ'האף נאר איין זאך, אז די רבנים קוקען נישט אויף קאווע שטובל.
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 10:00 am
דורך ברסלבער
ס'געפעלט מיר ווי די בני יואל האבן א 'שבת איד' וואס קריכט ארום ראשו ורובו אין אלע וועבזייטלעך און דעקט אויף ווער זענען די ניקים, און ער איז גאר דער וואס טוט אויף פאר אידישקייט...
פון די אנדערע זייט איז ווערט צו באגריסן זייער רעאליטיוו מענטשליכקייט. אנשטאט צו שיקן א צעטל גיי דיר לחיים ולשלום, פרובירן זיי צו ארבעטן אויף א נארמאלע וועג.
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 10:07 am
דורך ברסלבער
איך רעד אין פארגלייך צו די התנהגות פון אנדערע מוסדות.
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:26 am
דורך [NAMELESS]
מערקט אז די טענה קעגן דער טאטע איז נישט אז ער דרייט זיך אויף שמוציגע סייטס נאר אז ער טוט אין עניני אמונה אין ספרים חיצונים, וואס איר קענט זיך פארשטעלן וואס עס גייט אלץ אריין אין די ברייטע גדרים פון ספרים חיצונים,
בכלל איז די מערכה קעגן אינטערנעט געווארן א מיטל צי ארויפציצווינגען אייגענע השקפה, איך בין אמאל אריין אין א אינטערנעט קיאסק וואס האט משומר פילטער אין ווי כ'האב מיר געדרייט איז געווען געבלאקט קאווע שטיבל yu דעת.קאם אין נאך
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 12:06 pm
דורך שמעקעדיג
אין בני יואל איז "אחרי לבבכם" זו מינות א גרעסערע עבירה ווי "אחרי עיניכם" - (חוץ אפשר פון שובבי"ם וואס דאן האט דער רבי מער פארפירט אויף שמירת עינים...)
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 12:29 pm
דורך פישלע העררינג
.
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 12:30 pm
דורך [NAMELESS]
פאלשע פיש האט געשריבן:איך וויל מיטהאלטן ווי משה יוסל הירש צו יואל שטויבער גייט צו צו איינע פון די אלט געזעסענע ״קינגס טערעס״ אידן (אנע נעמען..) און פארלאנגט צו זעען די סמארט פאון זיכער מאכן אז ס׳איז כשר...
אז די רעדט'ס שוין פין דעם שול וועל איך מוסף זיין נופך משלי , בעיני ראיתי טאג נאך טאג אין מקוה "קינגס טערעס "ווי א יוד מיט א גרוי ווייסליכע בארד ( קוקט אויס ענדליך צי ר יושע רובין ) פלעגט זוצן מיטן טעלעפאן אין נעמען פיקטשערס פין די בור אין די שויערס אין ווען איינער פלעגט אן קומען אויף זיין באנק פלעגט ער זיך מאכן ווי ער הערט עפעס אויפן טעלעפאן..( כמדומה לי אז עס איז אפילו נישט דא דארט קיין סערוויס...)אחוץ וואס ער האט עובר געווען אויף לא תתורי האט ער אויך עובר געווען אויף די לאו פין טשייעלט פארנאגרעפי..( אין אגב אין קראלע קעמפ האב איך עים געזען זיצן אויפן אויבן אן ... אה ! אשרי העם שלא ככה..!
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 12:34 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:אין בני יואל איז "אחרי לבבכם" זו מינות א גרעסערע עבירה ווי "אחרי עיניכם" - (חוץ אפשר פון שובבי"ם וואס דאן האט דער רבי מער פארפירט אויף שמירת עינים...)
שמעקעדיג: א היכי תמצא. וויאזוי קען א בני יואל מעמבער עובר זיין אויף ביידע איסורים (אחרי לבבכם ואחרי עיניכם) מיט איינמאל...? ...ווען ער קוקט ווען ר' אהרן גייט אין בית המדרש...!
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 12:59 pm
דורך berlbalaguleh
גראדעמעכעלע האט געשריבן:מערקט אז די טענה קעגן דער טאטע איז נישט אז ער דרייט זיך אויף שמוציגע סייטס נאר אז ער טוט אין עניני אמונה אין ספרים חיצונים, וואס איר קענט זיך פארשטעלן וואס עס גייט אלץ אריין אין די ברייטע גדרים פון ספרים חיצונים,
בכלל איז די מערכה קעגן אינטערנעט געווארן א מיטל צי ארויפציצווינגען אייגענע השקפה, איך בין אמאל אריין אין א אינטערנעט קיאסק וואס האט משומר פילטער אין ווי כ'האב מיר געדרייט איז געווען געבלאקט קאווע שטיבל yu דעת.קאם אין נאך
גראדעמעכעלע: איך האב דערהאלטן דעם פאלגנדן בריעף אין מיין דזשי-מעיל אינבאקס:
אל מע"כ ר' בערל בעל עגלה שליט"א: היות שנודע לנו ע"י אחד מעסקני הוועד למשמרת חומתינו שמע"כ מבקר בכל מיני מקומות באינטערנע"ט רח"ל. כגון מושב לצים אחד אשר מלא אפיקורסות וציונות שמלעיגין על דברי חכמינו שיחיו לאורך ימים ונשים, המכונה בשם
קאווע שטיבל, רח"ל מהאי דעתא. וכבודו לא מתבייש לבקר שם לכה"פ תחת שם אחר. אלא בשמו המלא. וגם יש למע"כ פילטער של האנשים הרשעים, אנשי בליעל אנ"ש של אותו זקן ממרא בן אביו. שהם אינם הולכים בדר הסלולה לנו ע"י הרבנית הצדיקת כ"ק מרן
אלטא פייגא שפירא/טייטלבוים זכותה יגון עלינו ועל כל ישמעאל, המכונה משומר. יותר נכון לקרותו בשם "משומד" רח"ל מהאי דעתא.
ע"כ באנו להזהירו שאם לא יתקן מעשיו תיכף ומיד. ולא יתקשר להאפיס של מוסדותינו הק' במוקדם האפשרי ע"י אי מעיל על הכתובת כדלהלן:...vaadmishmeres choimoisinee.org...אז נהיה מוכרחים לנקוט צעדים מרחיקי לכת נגד מעלת כבודו. ולא יבא בשום טענות ומענות נגדנו. אנו נהיה מוכרחים לשלוח הביתה את בניו ואת בנותיו ממוסדותינו הק' תיכף ומיד. המצפים לתשובה ממע"כ תרתי משמע...! הק' משה בר' יואל צוויבלשניידער: יו"ט ליפא ב"ר חיים משה קנעפלדרייער החונים פה בעירנו הקדשה קר"י יצ"ו...!
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 1:35 pm
דורך דריידל
ס'שטימט מיר עפעס נישט פארוואס ער זאל מפרסם זיין די צעטלעך. ווי ס'קוקט אויס, האנדעלט די מוסד גאנץ נארמאל. חוץ אויב ער האלט שוין אזוי ווייט אז ער איז גרייט צו דראפן אלעס, ווערן אן ארוני, און שיקן די קינדער אהין.
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 2:26 pm
דורך לא להנאת גופי
איין זאך כאפ איך נישט.
ע''כ תביעתינו למע'כ שיחפש לו איזה מורה דרך..
וואו איז געהערט געווארען אזא זאך? מורה דרך? דאס איז עפעס אש התורה?
איך וואלט דעם אינגערמאן געזאגז זייער קלאר:
ע''כ לא נשאר לנו ברירה אלא להזהרך, שאם ח''ו לא תשנה דיעותך הרעים ושיטות שלך המטורפים תיקף ומיד.. אז...
און אז מ'רעדט שוין, העי, וואו בין איך? פארוואס קען איך נישט גיין צום אזוי גערופענע 'מורה דרך'? וועלכע מורה דרך רעדט מען דא וועגן?? איך זיך עם שוין 20 יאר!? האסט א מורה דרך?? ווער? וואו איז ער?? און וואס גייסטו טון טאמיר די מורה דרך ווייסט אויך נישט וויאזוי צי ענטפערן דעם אינגערמאן?? דעמאלסט העסטו עם אפ לאזען? אדער ס'איז מער ווייניגער אזויווי איך האב געזאגט, נאר אויף א שיינעם אופן..
בקיצור: גיי צו א מורה דרך. און טויש שנעל דיינע שיטות...
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 2:41 pm
דורך איך אויך
וויפיל ווערט זייער 'אינטערנעט יר''ש עסקן' באצאלט ,און נעמען זיי אן אפליקאציעס?
אבער ווי אנדערע האבען שוין באמערקט האנדלן זיי רעלאטיוו נארמאל.
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 5:51 pm
דורך איש את רעהו
אין שמעקעסוויל גייט מען צולאזען קינדער פון משפחות וואס די עלטערן דרייען זיך/שרייבען אויף אייוועלט ?
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 6:23 pm
דורך שמעקעדיג
אויב קומען זיי אהין וואוינען..... ס'ארא שאלה? זיכער אזוי.
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ברסלבער האט געשריבן:ס'געפעלט מיר ווי די בני יואל האבן א 'שבת איד' וואס קריכט ארום ראשו ורובו אין אלע וועבזייטלעך און דעקט אויף ווער זענען די ניקים, און ער איז גאר דער וואס טוט אויף פאר אידישקייט...
פון די אנדערע זייט איז ווערט צו באגריסן זייער רעאליטיוו מענטשליכקייט. אנשטאט צו שיקן א צעטל גיי דיר לחיים ולשלום, פרובירן זיי צו ארבעטן אויף א נארמאלע וועג.
דו פארשטייסט דען נישט פארוואס?
ס'איז אומעטאום דער זעלבע. ווען מוסדות דארפען קינדער, זענען זיי צדיקים וואס נעמען אלעמען אריין. ווען זיי דארפען שוין נישט ווערען זיי רשעים און ווארפען ארויס. קיינער איז קיינמאל נישט געווען קיין צדיק. מ'טוט נאר פאר נגיעות. פערצופאל האט זיך דער נגיעות געטוישט, ותו לא מידי.
נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 12:43 pm
דורך [NAMELESS]
פוי, ס'כאפט מיך א גרויל צו זיין א חלק פון כלל ישראל...... ווען איך גיי ווען יעצט אויפן גאס וואלט איך געשפיגען אויף יעדער יוד וואס גייט דורך........
נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 12:49 pm
דורך Kool man
דאן קוש צוזאמען יעדע גוי אויף די גאס, די גויים זענען דאך אזוי געשמאק, קיין ברעקעל פון די אלע סינדראמען וועסטו נישט טרעפען ביי זיי, קום אהער כ'על דיר שוין אהינגעבען מיין אפריקאנער דשעניטאר [וואס האט זיך לעצט געוואשען צוויי וואכען צוריק],
נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:16 pm
דורך לא להנאת גופי
אבער כ'בעט דיך שפיי נישט אויף מיר, איך בין אינגאנצען נישט שולדיג אז אפאר עסקנים האבן דיר געמאכט אויפגערעגט. טאמיר העסטו שפייען אויף מיר זאג איך דיר יעצט אז ס'קומט צירוק צוויי..
אגב, דער גאנצע 'בריוו' איז סך הכל א טריק פון עפעס א אויבער חכם וואס וויל נאר דערשרעקן אפאר קאווע שטיבל שרייבערס, און ס'איז ווינדערלעך ווי ס'האט אזוי פיין געארבעט. נישטא דא דאס מידנעסטע 'סעלף עסטים', די עולם ציטירט ווי ישיבה קטנה בחורים. די גרעסטע שרעק דא איז טאמיר מ'אנדעקט איינעם'ס עכטע נאמען. די עסקנים און כלל ישראל פארזארגער ארבעטען איבערמידלעך אינז צי כאפן, און אלס מער 'עטענשען' זיי באקומען, אלס מער ס'רייצט אן דאס אפעטיט.. מיר גראבן זיך דאס אייגענע גרוב!!
ס'האט א פנים ווי די 'מהמוד קארטאנס'... וואס גייט אן פאר א מוסד אז איינער מאכט חוזק אביסל פון באבובע רבי, צי לאמיר שוין זאגען פון בעל שם טוב אליינס!? [רחמנא יצילנו. (בלשון ערענסט, נישט ח''ו חוזק צי מאכען.) {זה אני מודיע להמשגיח שליט''א ממוסד של ילדים שלי} ]. וועמן עסט עס אויף די געזינט??
חוץ טאמיר די עולם האט מורה, אההא, אז ס'איז דא פון וואס מורה צי האבען זעהט מען אז ס'איז נישט בסדר...
ובזה אגמור את דברי היוצאים מעומק הלב. ואקווה שיסיר המכשול הזאת מבני קהילתינו.
המצפה לישועות ה' בקרוב ממש ממש.
לא להנאת גופי ח''ו.
נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:20 pm
דורך יואליש
Kool man האט געשריבן:קום אהער כ'על דיר שוין אהינגעבען מיין אפריקאנער דשעניטאר [וואס האט זיך לעצט געוואשען צוויי וואכען צוריק],
ווען א חסיד באזירט זיין טיפזיניגע ראסיזים אין די סטעריאוטיייפ אז יענער מכלומר'ש שאוערט זיך נישט טעגליך גיט עס א זאפטיגע באדייט צום אויסשפראך "די טשייניק ריפט די טאפ שווארץ."
נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 3:07 pm
דורך פידלער
יואליש האט געשריבן:Kool man האט געשריבן:קום אהער כ'על דיר שוין אהינגעבען מיין אפריקאנער דשעניטאר [וואס האט זיך לעצט געוואשען צוויי וואכען צוריק],
ווען א חסיד באזירט זיין טיפזיניגע ראסיזים אין די סטעריאוטיייפ אז יענער מכלומר'ש שאוערט זיך נישט טעגליך גיט עס א זאפטיגע באדייט צום אויסשפראך "די טשייניק ריפט די טאפ שווארץ."
"די
טאפ ריפט די
טשייניק שווארץ."
נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 4:08 pm
דורך הירץ אייכל גומפרץ
.