בלאט 9 פון 21
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 12:51 am
דורך משה געציל
וואס זאגט דער עולם צום רבי'נס של"ש תורה די וואך? די רבי האט שטארק געקאכט אינעם גרויסקייט פון פארן אין קאנטרי. בתוה"ד האט ער כדרכו בקודש הערליך שיין אויסגעטייטשט די פסוקים פונעם פרשה וואס א יעדעס ווארט איז ממש מרומז די גודל הנחיצות. איך האב נישט קיין צייט צו שרייבן די גאנצע, וואס וועט זעכער ערשיינען די קומענדיגע וואך אינעם "מעדני חלב" גליון, אבער פון וואס ליגט מיר יעצט אויפן זכרון האט ער זיך געשטעלט אויך די ווערטער; "וירא בלק בן ציפור" לכאורה איז שווער וואס האט ער געזען? ועוד, וכי בן ציפור היה?! נאר דא ליגט מרומז א מורא'דיגע יסוד;
דער בלק האט נישט געקענט פארנעמען די קדושה און מסירת נפש וואס מען זעט ביי כלל ישראל, אפילו אין די טמא'נע אדמת אמעריקא זענען נאך דא א הייפעלע אידן וואס הייבן זיך אויף יאר יערליך און מען לאזט זיך ארויס צו די בערג אלעס מיט'ן ריינעם ציל ח"ו נישט צו צוקומען צו קיין התבוללות! מען מיינט גארנישט זיך! און ישראל עם קדושים לאזן זיך קאסטן שווערע געלטער און מען איז מחמיר אז די דירה זאל זיין טאקע כראוי וכיאות! אט אט דאס האט בלק געזען "וירא בלק" וירא איז דאך א לשון פון זען און "בלק" איז א לשון פון בא-לקאנטרי, און אלעס מיטן בלויזן ציל נישט נשפע צו ווערן פון; "בן ציפור" פון יענע פויגלעך!
דער רבי האט דערנאך שיין משלב געווען די פרשה פון בלעמ'ס אייזל. ברענגענדיג פון א מדרש אז אויף די אייזל האט זיך געפונען אלע האב און גוטס פון בלעם. ער האט געוואלט מקטרג זיין אז נישט נאר כלל ישראל איז זיך אזוי מוסר נפש נאר ער אויך. אויף דעם האט דער מלאך גע'טענה'ט; "למה הכית את אתנך זה שלוש רגלים" דו מיינסט אז עס גייט עפעס פון איין מינוט צום צווייטן?! ישראל עם קדושים זענען פארנומען א גאנץ יאר מיט די קאנטרי! מען הייבט זיך נישט אויף אזוי איין אינדערפרי און מען ציט אפ!
כאמור, וועט זיכער ערשיינען די פילע טעקסט אינעם קומענדיגן גליון.
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 12:56 am
דורך זר זהב
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 8:28 am
דורך קינות גירושין
די הנהלה נעמט די שטעלונג אז די רעביסטעווע איז פאלש, און דעריבער איז עס נישט פאסיג פאר "קאווע שטיבל". מיר שפארן דעריבער צו דעם אשכול, און מיר וועלן עס גענצליך אוועקנעמען אין דער נאנטער צוקונפט
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 8:47 am
דורך קאווע טרינקער
וועלעכע רביסטעווע איז נישט פאלטש?
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 2:38 pm
דורך Lexus
שמעתי שהרבי דיבר השבוע בשלש סעודות אודות הענין שתיית מילק שעיק בשבעה עשר בתמוז והוסיף ואמר רמז נאה ש"שעיק" ראשי תיבות ש'בעה ע'שר י' ק'וסות...
מי יבין בסוד קדושים...
פאלש?????????
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 3:40 pm
דורך למדן
פאלש?????????
כ'האב נישט געוואוסט. רעד מיט די הנהלה כ'מיין אויך אז מ' דארף עס אראפ נעמען
אגב ווער האט דיר געזאגט אז די הנהלה נעמט א שטעלונג
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 5:44 pm
דורך יין שרף
און אנדערע נייעס האט אייז-קריעם'ע רעבע (אדמו"ד מגלידה בלע"ז) אויסגעפלאצט לאכן אינמיטן וויינען ביים שאלעשידעס תוירע, ווען די זקני החסידים (שוין צולאזטע אייס קריעם...) האבן געוויינט צו אים ילמדנו רבינו ולשמחה מה זה עושה, ותכחש רבינו בקרבו ובמעיו לאמור לא צחקתי כי ירא, ויאמרו לא חסידיו לא! כי צחקת, און נאך גרויס דרוק האט די רבי ארויסגעלאזט די סיבה פארוואס ער האט געלאכט, וזהו המעשה. די ערשטע שבת נאכן פטירה פונעם מילק שעיקער, האט ער געוויינט ביים בי"ד של מעלה מ'זאל עם צושיקן צום עמוד צו קבלת שבת און מ'האט פארשטייטזעך נישט! וואס הייסט די סקווירער האט א שוויגער באבע'ס שכינה'ס יארצייט! (און די צווייטע מנין האט די ברך משה געדאווענעט...) האט ער פראבירט צו מוסף אבער שוין געווען פארנומען די ברעטל, האט מען עם מכבד געווען מיט שאלעשידעס טוירע, ספאנטאן האט זיין ממלא מקום אויסגעפלאצט וויינען אויפן ביטערן צרה, אבער אזוי ווי ס'איז שבת האט האדמו"ר מ'אייזל' נאר געלאכט...
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 12:09 pm
דורך atmybest
דער וואך וועט נישט זיין קיין טיש צוליב דעם וואס די [tag]געפילטע פיש[/tag] האט זיך צוגעברענט.
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 2:51 pm
דורך יין שרף
תנוקות של בית רבינו שנתחנכו מילדותן על טהרת הקודש...
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 3:27 am
דורך יואב
די וואך ביים תורה האט רבינו שליט"א געדינערט אנקעגן די טריפה'נעם אמעריקאנער חינוך וועלעכע כאפט זיך אריין ביי אנ"ש.
מ'טאר נישט שלאגן, מ'דארף רעדן שיין, ווער, וואס מיינען זיי? מיר וועלן זיך לאזן? מיר וועלן זיך לערנען ביי די טמא'נע קעפ וויאזוי מחנך צו זיין אונזערע קינדער? אמעריקאנע יענקיס וועלן זיי אויסואקסן.
האט די רבי מיט זיין אייגנארטיגן גאנג אריינגעטייטש פשט אין פסוק.
פינחס "פן- חס" טאמער וועט איר שוינען, איר וועט רחמנות האבן "בן" אויף אייער זוהן, איר וועט איהם נישט צומזיקן, דאן "אלעזר" וועט ער אויסוואקסן א "לוזער". (צו ווייזן ער ווייסט גאנץ גוט וואס ס'טוהט זיך אויפן וועלט, האט רבינו געטריבן שפאס פון די רויטע פאפאטשען ודו"ק).
אויב אבער וויל ער "בן אהרן הכהן" זיין קינד זאל אויסוואקסן ווי אהרן הכהן טראץ די פארדארבענעם גוישן חינוך, דאן "השיב" (מלשון והשיב לב אבות על בנים) "את חמתי" זאל ער קערן "זיין" (כאדם התולה את קללתו על אחרים) צארן אויפן קינד, און איהם אנהאקן די ביינער אין יעדעס געלעגנהייט עד ביאת גואל במהרה.
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 3:32 am
דורך זר זהב
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 8:55 am
דורך קאווע טרינקער
יואב, כ'האב הנאה צו הערן א גריס פון שבת ביים רבי'ן..
ביים רבי'ן ז"ל זענען די בין המצרים שבתים געווען מיט א ספעציעלע שמחה, על שם העתיד, ואין אתנו יודע עד מה
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 9:01 am
דורך יואב
קאווע טרינקער האט געשריבן:יואב, כ'האב הנאה צו הערן א גריס פון שבת ביים רבי'ן..
ביים רבי'ן ז"ל זענען די בין המצרים שבתים געווען מיט א ספעציעלע שמחה, על שם העתיד, ואין אתנו יודע עד מה
יא, אזוי ווי רבינו האט אריינגעטייטש "רב לך שבת" די רב לאכט אום שבת, ווען? "בעמק הבכה" טאקע אין די ימי המצרים ווען כלל ישראל איז איינגעהילט אין די טיפענישן פון וויינען.
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 2:15 pm
דורך אביגדור
פרשת פנחס.
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 2:21 pm
דורך קאווע טרינקער
נעה, איך זעה אז רבינו שליט"א האט עפעס א נייע סארט מהלך אין טייטשען פסוקים, די רבי ז"ל איז געגאנגען מער מיט די חתם-סופר מהלך.
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 2:24 pm
דורך אביגדור
ניין, בלויז א העתקה.
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 12:02 pm
דורך קאווע טרינקער
שוין כמעט א וואך פאריבער זינט שבת. כ'בין געווען זיכער אז איינער וועט שוין ברענגען א באריכט פונעם געהויבענען שבת, אבער במקום שאין געפילטע איז קאווע אויך פיש. - אוי איז געווען א שבת. שווער צו אראפלייגן די הויכעקייט און אטמעספארע וואס האט זיך געשפירט, אנגעהויבן פון פרייטאג נאכמיטאג, ווען אין א "בלעדי" שמועס האט דער רבי זז"ג געגעבן א שמועס פאר די בחורים פון ישיבה קטנה מאנסי און לעיקוואד, לרגל די סיום אויף פרקי אבות מיט ברטנורא. רבינו שליט"א האט נאכגעזאגט פון ספרים הקדושים איבער דעם הויעכקייט פון די בין המצרים שבתים, אז ווען מ'גזעגנט זיך איז די אהבה גרויס, די רבי האט דערביי צוגעלייגט "ווען עטץ וועטס עלטער ווערן וועלן ענק פארשטיין".
פרייטאג צו נאכטס ביים תורה האט דער רבי זז"ג כדרכו מחדש געווען עפ"י דרוש בהקדם ספרי אבותיו הקדושים נ"ע, בענין די בנות צלפחד, אז לכאורה איז דאס געווען קול באשה, און וויאזוי האט משה געקענט זאגן "כן בנות צלפחד דוברות"? די רבי האט גע'ענטפערט בכמה אופנים מחלק צו זיין פון "נגינה" ביז "דוברות". ווי ס'האט זיך ארויסגעזעהן דעם רבי'ן כוח התורה וואס ער האט קונה געווען בבחרותו אין די ליטווישע ישיבות.
אינדערפרי נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט א תורה בדרך צחות, און דערביי מסביר געווען פארוואס די עליה וואס איז מחבר די צוויי פרשיות "מטות און מסעי" איז מסוגל פאר שידוכים, בתו"ד האט דער רבי מסביר געווען אז ס'איז מעורר חיבור, אזויווי ס'שטייט אין די תורה "שלישי שני כשהן מחוברים", דהיינו אז "שלישי" דורך א שדכן, ווערן "שני", צוויי מענטשען, בחור און מיידל, מחוברים.
דער קלימאקס פון דעם רבי'ן כוח הדרוש איז געווען ביי שאלאשידות, דער רבי האט אנגעהויבן בדרך קארני, אז אין די ניין טעג זענען אלע ערליכע אידן מילקשעיק חסידים, ווייל זיי עסען נאר מילכיג. פון דארט האט זיך געצויגען די שמועס אלעס ארום מילך און שעיק. ווען דער רבי האט ברמיזה מרמז געווען - לראשונה - פארוואס ער איז נישט געווען חנוכה אין פאר-ראקעוועי, ווייל באמת איז דאך חנוכה אויך א מילקשעיק יום טוב, כידוע, אבער היות ער האט דאן מסיים געווען א מסכתא, האט ער נישט געוואלט עסן א סעודת בשר און מחלל זיין מועדות, ע"כ האט ער גע'געסן פלייש בצנעה פאר 8 טעג ביז נאך חנוכה. מענין לענין האט דער רבי ממשיך געווען בנועם שיח פארוואס שבועות עסט מען מילקשעיק, וויבאלד ס'איז נאר "מתן תורה" אבער די סיום איז אין שמחת תורה, וואס דאן עסט מען טאקע לכבוד די סיום פליישיגע האלאפצעס.
מיט "דרור יקרא" האט דער רבי מכבד געווען קאמארנע רבי.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי מכבד געווען זיין חברותא נאך פון ישיבה, הרב החסיד, נשוא פנים, יפה עינים, פרי תואר, מו"ה ***** שליט"א.
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 12:26 pm
דורך atmybest
וואס איז פשט אז די רבי האט זיך געשוירן אין די דריי וואכן?
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 2:13 pm
דורך Lexus
הלכה מפורשת ש"מצורע" מותר לגלח בתוך שלוש שבועות
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 9:54 pm
דורך געפילטע פיש
כ'בין יעצט אריין פאר א ישועה, מ'קען מיינען אז ס'נישט די 9 טעג יעצט, די רבי שמעקט ווי ער וואלט יעצט ארויסגעקומען פון די שויער. אה! ריח בשר הקודש, אזוי ווי צדיקים פלעגן זאגן, השתא בהמתן של צדיקים...
נשלח: פרייטאג יולי 12, 2013 12:16 am
דורך משה געציל
אבל אבילתו ניכרת על פניו, וכפי שהגיד רבינו שליט"א לאחד ממקרביו בזה"ל; "גלייבטס מיר עס איז נישט דער סידור קידושין וואס שטערט".
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:58 pm
דורך אביגדור
זעקס בענדער. ראה כאן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:34 pm
דורך טעפל
כמסופר על המילקשעיקער צדיק שנסע עם אשתו לחופש ובלילה ישבו בשבת אחים גם יחד במרפסת ואז היא נאנחה בקול ואמרה "אוי הייליגע באשעפער" אמר האי צדיק בהאי לישנא" האב איך דיר נישט געזאגט אז ביים חופש קענסטו מיר רופען ביים נאמען?!