קאמענטארן אויף אונטערשריפטן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:זר, וואס איז פשט פון דיין חתימה? מה היום יומיים?

חתימה'ס האלטן זיך אין איין טוישן. אויב וועט א בחור פונקט זעהן מיין חתימה און צוליב דעם זוכן בעסער פאר א יופי, יהא זה שכרי. סיז א גמרא אין יבמות
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

וואס איז טאקע פשט פון די גמ'?
פלא והפלא.

סוטה מ"ח א' חן אשה בעיני בעלה, וברש"י שם אפילו מכוערת היא יעוי' שם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

יע יע נאך אסאך אזעלכע פלאים אין חז"ל וואס איך ווער געוואר ווען סיז שוין טו לעיט :cry:
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

שעפטל'ס חתימה:
כולנו למחלמה, איש בל יעדר, לקדש שם שמים!!! לא ננוח ולא נשקוט אמעריקא למלחמה!!! א חוקת פעדעראל פלאזא סקווער!!!


אמעריקא למלחמה? ביסט די אפיציעלע ספאוקס פערזאן פאר 'אמעריקא'? :shock:

האט שוין די דעפענס סעקרעטאר אפיציעל מסכים געווען דערצו? אויב נעמט מען א וואוט פון' אמעריקא ' בין איך דא מוסר מודעה, בפני 'אמעריקא' אז כ'בין נישט מסכים.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט פון די גמ'?
פלא והפלא.

סוטה מ"ח א' חן אשה בעיני בעלה, וברש"י שם אפילו מכוערת היא יעוי' שם.

ס'דא אן אלטע שפריכווארט, Beauty is in the eye of the beholder, נו, וואס איז טייטש בעל אויב נישט beholder?
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

כ'האב אבער זייער ליב 'דעם' מענטש.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

למה?
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

הוגה האט געשריבן:שעפטל'ס חתימה:
כולנו למחלמה, איש בל יעדר, לקדש שם שמים!!! לא ננוח ולא נשקוט אמעריקא למלחמה!!! א חוקת פעדעראל פלאזא סקווער!!!


אמעריקא למלחמה? ביסט די אפיציעלע ספאוקס פערזאן פאר 'אמעריקא'? :shock:

האט שוין די דעפענס סעקרעטאר אפיציעל מסכים געווען דערצו? אויב נעמט מען א וואוט פון' אמעריקא ' בין איך דא מוסר מודעה, בפני 'אמעריקא' אז כ'בין נישט מסכים.

טאטעלע, 47% אמעריקא האט נישט געשטימט פאר אבאמא, און ער פארטרעט אמעריקע...

יעצט אבער האב איך שוין צוריק איבערגעגבן די לייצעס
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

איך האב א קנוניא מיט משולם שטיינפעלד וועגן דעם רעדט איך פון קנאה ווייל אפילו זר׳לס דיעל צו באצאלן פאר יעדן לייק זיינער האט אויך נישט געהויבן מיינע סטאקס. :(
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך האב מיך איינגעהאנדעלט א נייע חתימה, די סיבה דערפון איז פשוט, וויפיל מאל איך טו נאר א טובה פאר א צווייטען, איז דא א גוטע סיבה חרטה צו האבן אויף דעם. דער פראבלעם איז נאר, אז 'ך פארגעס, און עודך/אודך, איך טו נאך א טובה און נאך א טובה, און די שונאים-ליסטע האלט אין איין וואקסען. - יעצט מיט מיין נייע חתימה, האף איך אז ס'וועט זיין שויתי לנגדי תמיד, און נישט אריינפאלן נאכאמאל.
Under influence
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

פרק המניח.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

רב החובל האט געשריבן:פרק המניח.


רמ״ד מבאבוב וחסידים שלו = חלק מ׳באליבסטע פאלק ישראל...
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך האב קיינעם נישט פיינט. פשוט ווייל איך בין אזא נישט-"יש", אז די ענינים רעדט ניטאמאל צו מיר.
וואס כ'האב געמיינט צו זאגן איז, אנדערע וועלען דיך פיינטהאבן אין אויסטויש פאר די טובה.
Under influence
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

צוריק צום נושא!...
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

האט איינער שוין אנגעמערקט היימישער ליטוואקס חתימה? א פייערדיג שטיקל גאון, שפתיים קישאק.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

משה געציל: "נאך א מזל Undo איז נאר א אפציע ביים
קאמפיאטער, נישט ביים טאג טעגליכן לעבן."



און וואס גייט דיר אן אויב איך האב א undo אפציע אין ריל לייף? אזא מין ברוך שם ווי נאך א ברכה לבטלה. זיך פארקוקט אין א טעקסט און אפגעווישט איינעמס שפיגל? Undo. זיך באגעגענט מיט א פגר "איר וואוינט אפשר אין באפאאאק?" undo, אריבערגעקרויזט צום אנדערן זייט. פארגעסן יעלה ויבוא צום צווייטן מאל איבערדאווענען, undo, איך האלט פאר ג' פסיעות, גיימער צוריק צו רצה.

וואלט נישט געווען א מחיה?
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

אפגעווישט א שפיגל'ע? צאל ווי א טאטעלע און נעם א לעקציע נישט צו טעקסטן בשעת'ן דרייוון.
באגעגענט מיט א פגר? לערן דיך אויס וויאזוי צו האנדלן מיט די סארט הומאנטרעישע באשעפענישן, נישט אנטלויף ווי א קאטשקע.
פארגעסן יעלה ויבא? עס וועט גארנישט געשעהן אז וועסט איבער דאווענען נאכאמאל!
מיין פוינט איז אז, האנדלן מיט טעותים וואס מען האט אנגעווארטשפט, בויט דעם מענטש. משא"כ צוריק ציען פון דעם טעות -חוץ מזה וואס מען וואלט כסדר געגאנגען צוריק צו וועגס און נישט פארנאויס- וואלט דער מענטש בעסיקלי אויסגעקוקט ווי א הינדל פאר'ן שחיטה, און ווי א קארטאפעל נעבן דעם ריב אייזן. כנלע"ד.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אויב אזוי פארוואס ביים קאמפיוטער יא? האסט אפגעטייפט א גאנצע ארטיקל און בטעות גערדירט דעם delete קנעפל? נעקסט טיים לערן דיך אויס צו זיין מער פארזיכטיג וועלכע קנעפל דו קוועטשט...

איך זאג נישט, האסט א פוינט, אז טעותים בויען א מענטש, ספעציעל אויב קומט עס פון פארנאכלעסיגקייט, אבער לאמיר זען זאג עס פאר איינער וואס האט זיך נארוואס אפגעהאקט צוויי פינגערס ביים פאררעכטן זיין גראז שניידער און פארגעסן עס אויסצופלאגן.

און וואס טוט זיך מיט זאכן וואס געשעהן נישט פון פארנאכלעסיגקייט? פשוט ווי די וועלט זאגט, "צואה געשעהט", אז די קאר אינפראנט פון מיר האט געמאכט א שארט סטאפ און יעצט האב איך קאפוויי פון דילען מיט אינשורענס קאמפאניס פאר חדשים, פארוואס זאל איך נישט קענען מאכן undo?
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

נו, על זה נאמר
a geek drives off a cliff
בילד
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

געפילטע פיש האט געשריבן:אויב אזוי פארוואס ביים קאמפיוטער יא? האסט אפגעטייפט א גאנצע ארטיקל און בטעות גערדירט דעם delete קנעפל? נעקסט טיים לערן דיך אויס צו זיין מער פארזיכטיג וועלכע קנעפל דו קוועטשט...

איך זאג נישט, האסט א פוינט, אז טעותים בויען א מענטש, ספעציעל אויב קומט עס פון פארנאכלעסיגקייט, אבער לאמיר זען זאג עס פאר איינער וואס האט זיך נארוואס אפגעהאקט צוויי פינגערס ביים פאררעכטן זיין גראז שניידער און פארגעסן עס אויסצופלאגן.

און וואס טוט זיך מיט זאכן וואס געשעהן נישט פון פארנאכלעסיגקייט? פשוט ווי די וועלט זאגט, "צואה געשעהט", אז די קאר אינפראנט פון מיר האט געמאכט א שארט סטאפ און יעצט האב איך קאפוויי פון דילען מיט אינשורענס קאמפאניס פאר חדשים, פארוואס זאל איך נישט קענען מאכן undo?

העפענס טא בי אז דער חתימה איז מיר איינגעפאלן דייקא נאך א טאג ארבעט ווי מען האט געניצט דעם Undo רוב טאג און סוף טאג האב איך מיך דערזעהן צוריק ווי איך האב געהאלטן אנפאנג טאג... איך זאג נישט מען ברויך דאס אמאל אויך טאן, אבער לדעתי ווען מען האט ווען די אפציע אין ריל לייף וואלט מען מער צוריקגעטוהן ווי געטוהן. אה"נ עס איז דא פעלער וואס עס וואלט זיכער צינוץ געקומען אבער בדרך כלל וואלט עס געווען מער הפסד ווי ריוח.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך שנארער צו ענדערן. וואלסט ענדערש געוואלט אז די פראגראם וואס דו נוצט זאל בכלל נישט האבן די undo קנעפל? איך גלייב אז נישט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

געפילטע, לכבודך האב איך גע'פיש'פיש'ט און געטוישט!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

לכבודי? וואסארא כבוד איז דאס אז די איינציגע סיבה פארוואס דו האסט געטוישט איז נישט ווייל דו האסט זיך איבערגעצייגט נאר "לכבודך"? קומטס מיר פאר ווי יענער וואס זאגט פאר א נודניק וואס קלעבט זיך נישט אפ, "ווייסטו וואס? ביזט גערעכט".
פארשפארט