בלאט 9 פון 10

Re: WhatsApp והמסתעף

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 8:47 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט

Re: WhatsApp והמסתעף

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2018 10:54 am
דורך טמיר
איז whatsapp טאקע פארזיכערט פון פרעמדע אויערן ווי די גאווערמענט וכדומה? זיי טענען אז קיינער קען נישט זעהן

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2018 11:20 am
דורך שלום על ישראל
טמיר האט געשריבן:איז whatsapp טאקע פארזיכערט פון פרעמדע אויערן ווי די גאווערמענט וכדומה? זיי טענען אז קיינער קען נישט זעהן

לאמיר עס זאגן אזוי. אפילו עס איז ווען אמת אז די עף.בי.איי., סי.איי.עי., ען.עס.עי. וכדומה קענען עס נישט דורכברעכן, און אויך נישט די איזרעילי קאמפאני (וואס האט נארוואס געהאלפן דורכברעכן די סען בערנארדינא טעראריסט'ס אייפאון. אבער די פריינד (אויף די אנדערע זייט פונעם שמועס) האט דאך זיכער צוטריט, און קען ארויסגעבן דיינע סחורה, ברצון אדער מיט א סובפינע.

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2018 11:25 am
דורך קורקלענד
טמיר האט געשריבן:איז whatsapp טאקע פארזיכערט פון פרעמדע אויערן ווי די גאווערמענט וכדומה? זיי טענען אז קיינער קען נישט זעהן

אין טראנזיט קען מען עס 'מעגליך' טאקע נישט זעהן. אבער ווער עס האט צוטריט צום דעווייס קען עס זיכער יא זעהן. און איך פארשטיי אז די רעגירונג האט צוטריט צו אלע דעווייסעס מחובר צום אינטערנעט. דעריבער מאכט עס א קנאפע נפקא מינה פאר זיי אויף די פאר מינוט וואס די מעסעדזש ווערט געטראנספערט.

Re: WhatsApp והמסתעף

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:18 pm
דורך טמיר
די גרויסע חילוק צווישן whatsapp און גוגל סערוויסעס למשל איז אז עס ווערט נישט געסעיווסד אויף זייערע סערווערס, משא"כ גוגל למשל האלט אלע דיינע סחורה

Re: WhatsApp והמסתעף

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:20 pm
דורך טמיר
שלום על ישראל האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:איז whatsapp טאקע פארזיכערט פון פרעמדע אויערן ווי די גאווערמענט וכדומה? זיי טענען אז קיינער קען נישט זעהן

לאמיר עס זאגן אזוי. אפילו עס איז ווען אמת אז די עף.בי.איי., סי.איי.עי., ען.עס.עי. וכדומה קענען עס נישט דורכברעכן, און אויך נישט די איזרעילי קאמפאני (וואס האט נארוואס געהאלפן דורכברעכן די סען בערנארדינא טעראריסט'ס אייפאון. אבער די פריינד (אויף די אנדערע זייט פונעם שמועס) האט דאך זיכער צוטריט, און קען ארויסגעבן דיינע סחורה, ברצון אדער מיט א סובפינע.

עס קען צוניץ קומען למשל פאר איינעם צי קאמיוניקירן מיט זיין אקאונטענט זאכן וואס אנדערע דארפן נישט הערן.
דאס אז עס איז אויף די דיווייס, מען קען עס אויסמעקן אין א סעקונדע

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:46 pm
דורך שלום על ישראל
טמיר האט געשריבן:עס קען צוניץ קומען למשל פאר איינעם צי קאמיוניקירן מיט זיין אקאונטענט זאכן וואס אנדערע דארפן נישט הערן.
דאס אז עס איז אויף די דיווייס, מען קען עס אויסמעקן אין א סעקונדע

דאס ברענג איך ארויס, אז דו ביזט נאכאלס אנגעוויזן אויף די קאונטענט'ס אויסמעקן.

Re: WhatsApp והמסתעף

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2018 3:37 pm
דורך החוקר
ווי עס וועט לכאורה יא העלפן, איז פאר אודיא/ווידיאו קאלס. דארט ווערט גארנישט געהאלטן אויף די דעווייס.

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2018 3:39 pm
דורך שלום על ישראל
החוקר האט געשריבן:ווי עס וועט לכאורה יא העלפן, איז פאר אודיא/ווידיאו קאלס. דארט ווערט גארנישט געהאלטן אויף די דעווייס.

rריכטיג, און דא קומט אריין די פראגע ווי שווער עס איז עס צו אויפברעכן.

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2018 3:53 pm
דורך קורקלענד
וואטסאפפ לאזט היינט צוטאגס אויסמעקן ביי זיך און ביי יענעם.

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2018 5:04 pm
דורך שלום על ישראל
קורקלענד האט געשריבן:וואטסאפפ לאזט היינט צוטאגס אויסמעקן ביי זיך און ביי יענעם.

לאו דוקא

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 2:45 am
דורך שמעון וואלף
שלום על ישראל האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:וואטסאפפ לאזט היינט צוטאגס אויסמעקן ביי זיך און ביי יענעם.

לאו דוקא

ביי יענעם קען מען מעקן נאר ביז אפאר מינוט נאכ'ן שיקן די מעסעזש

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 8:08 am
דורך מרדכי ישראל
מען קען מעקן ביז 7 מינוט דערנאך בלייבט עס לזכר עולם

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 4:41 pm
דורך שלום על ישראל
אפילו א סעקונדע שפעטער, איז אויך צו שפעט, און ווער ס'קען די א.ב. פון א ענדרויד, קען עס טרעפן

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 2:41 pm
דורך שמעקעדיג

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 8:34 pm
דורך berlbalaguleh
שעמקעדיג: ייש"כ. כ'האב פונקט געוואלט אויפמאכן אן אשכול איבער די טוויטער'ערס ווי האסידיק 1. וואס הגם זיי אליינס זענען נישט די מקור פון רישעות. זענען זיי אבער די פאסיליטעיטארס. (ערמעגליכערס) פון אזעלכע רשעים ווי חיים'קע שאולזאן. וועלכע טרינקען דאס בלוט פון יחידים און פאבליק מענטשן טעגליך...!

את חטאי אני מזכיר. איך האב אויך (אזוי ווי א סאך אנדערע) א יצר הרע צו קוקן די לעצטע נייעס און גאססיפ אויף טוויטטער. ספעציעל פון האסידיק 1. איך רעד שוין נישט פון דעם פאקט אז ער גנב'עט א סאך שטיקלעך פון קאווע שטיבל. און פון יחידים וועלכע שרייבן דא. למשל פון מיר האט ער שוין גענימען עטליכע ווערטלעך און חידושים און איבערגעשריבן אן געבן קרעדיט. איך בין איהם מוחל...!

אבער וואס ס'האט מיך ארויסגענומען פון די כלים. איך זאג שוין אז איך האלט אז דאס האט ער גענומען פון דעם רשע חיים'קע שאולזאן...! איז דער פאקט וואס ער שרייבט סתם אזוי איבער עלילות שווא. און שקר. און אומ-פונקטליכקייטן. אבי צו באשמוצן א איד ברבים...!

אין איינס פון זיינע ליקוטים האט ער געברענגט א פיקטשער פון א רבי. (אן א נאמען) ווי ער זיצט אויף א פרייוועט פלעין. שרייבט ער (איבער) אזוי..די היינטיגע רעבעס פארן אויף פרייוועט פלעינס קיין אוקראינע וואו מ'קען עס באקומען פאר 50 דאללער. און זיי זענען גרויסע רעבעס...!

איך גיי נישט לערנען קיין פשט אין א יעדעס ווארט וואס ער שרייבט איבער פון דעם רשע הידוע לשימצה חיים'קע שאולזאן. נאר ער האט נישט די פאקטן...!

דער רבי וועם ער ברענגט אין זיין (רי)-טוויט איז דער ספינקער רבי פון בארא פארק. הרה"צ ר' נפתלי ווייס שליט"א. און ער איז געפארן מיט דעם פרייוועט פלעין פאר א ספעציעלע סיבה. אין קליוולאנד איז יענעם טאג (ערש"ק פ' אמור) נפטר געווארן א חשוב'ער איד א גביר. א גרויסער שטיצער פונ'ם ספינקא רבי'ס כולל. אויך איז ער געווען דער בעל אכסניא פונ'ם ספינקער רעבי'ן ווען ער פארט קיין קליוולאנד. ממילא האט ער געמוזט זיין בי די לויה. וויאזוי ער האט זיך פארשאפט די נסיעה האביך נישט קיין אנונג. אדער דורך גוטע ידידים, וואוילע אידן וועלכע פארמאגן אט די כלי. אדער האט ער פשוט געדינגען דעם עראפלאן.

אבער צו שרייבן אזעלכע שקרים ובילבולים סתם אינדערוועלט אריין. דאס מוז נאר קומען פון יענעם רשע הידוע. מיין טענה צו האסידיק 1 און די אנדערע שוויצערס איז. פארוואס טשעקט עטץ נישט אויס קיין פאקטן פאר עטץ לייגטץ ארויף אזא פאטענציעאלע רישעות'דיגע שקריות'דיגע שטיקל...! צו דעם רשע דעם ממציא פון דעם און אנדערע בייזוויליגע שקרים האביך נישט קיין טענה. ער וועט שוין זיכער האבן זיין מיאוס'ן סוף אויב ער וועט נישט תשובה טון...! אבער צו נארמאלע מענטשן האביך יא א טענה...!

Re: WhatsApp והמסתעף

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2018 12:11 pm
דורך טראק דרייווער
מוז זיין אז זיי זענען אויך נישט קיין נארמאלע מענטשן...

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 7:40 am
דורך שמעקעדיג
געענדיגט מיט די ק/פ....

https://www.theverge.com/2018/7/10/1755 ... d-messages

Re: WhatsApp והמסתעף

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 8:13 am
דורך החוקר
זיי כוונה איז נישט ק/פ, זיי זיכן וועגן צו פארמינערן די פאלשע אינפארמאציע וואס ווערט געשיקט. זיי האפן אז דורכדעם וואס א מענטש וועט זען אז א מעסעדזש "פארט ארום", וועט מען צוויי מאל קלערן אויב עס איז אמת.
https://www.washingtonpost.com/world/as ... 2a15f3ab90

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 2:03 pm
דורך ייעעקקבב
איינען קען מיר העלפען איך קען נישט עפענען קיין שום whats app אדער טעלעגראם לינק שכח למפרע

Re: WhatsApp והמסתעף

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 8:55 am
דורך מיד ווי א בוים
ייעעקקבב האט געשריבן:איינען קען מיר העלפען איך קען נישט עפענען קיין שום whats app אדער טעלעגראם לינק שכח למפרע
דארפסט עס טוישן אין די סעטינג לכאורה אישי מיך

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 4:35 pm
דורך berlbalaguleh
ייעעקקבב האט געשריבן:איינען קען מיר העלפען איך קען נישט עפענען קיין שום whats app אדער טעלעגראם לינק שכח למפרע

יייעעעקקקבבב: אפפפשר דדדיייין פפפפילללטטטער בבבבלאקקקט עסססססס...!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 4:46 pm
דורך berlbalaguleh
דו דערמאנסט מיך א מעשה: (פאלאצ'ינטא אלערט.) אפשר פאסט עס פאר מילתא דבדיחותא....!

2 אידן האבן זיך געטראפן אין עליס איילענד. און זענען געווארן גוטע חברים. זיי האבן געדינגען א (בעיסמענט) דירה צוזאמען אויף די איסט סייד. וואס טוט מען פאר פרנסה? זיי האבן זיך געדרייט אהין און אהער אן קיין תכלית. האבן זיי באשלאסן אז ביזדערווייל וועט מען גיין נעמען וועלפעיר. זיי קומען אריין אין וועלפעיר אפיס. זאגט דער ערשטער צו זיין חבר. הער מיך אויס. איך קען רעדן ענגליש. איך האב א געשליפן צינגל. איך וועלל אריינגיין צוערשט. מ'וועט זעהן אויב איך וועלל מצליח זיין וועסטו אויך אריינגיין. ער קומט אריין אין אפיס. ער הייבט אן רעדן א געשליפענעם ענגליש. זאגט מען איהם..."ס'פעהלט דיר גארנישט. גיי ארבעטן"...! ער קומט ארויס. ער פארציילט פאר זיין חבר. אז מ'האט איהם אפגעזאגט. טראכט זיך דער חבר, וועלכער האט געשטאמלט און גע-קעקעצ'ט. ".."אויב ער האט נישט באקומען וועלפעיר, וועל איך אודאי נישט באקומען"...שוין. אבער וויבאלד ער איז שוין דא וועט ער אריינגיין אין אפיס. נאך פאר ער זאגט ארויס א ווארט האט שוין דער באאמטער געזעהן דעם מצב. און ער האט איהם גלייך באשטעטיגט. ער קומט ארויס בשמחה רבה. פרעגט איהם דער חבר...איך פארשטיי נישט. איך האב נישט באקומען וועלפעיר. און דו יא...זאגט איהם דער חבר..."ממממ'דדדדארףף קקקענען רררעדן...!