בלאט 9 פון 21

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 2:18 pm
דורך ברסלבער

א טייל פון די דרשה אויף ווידיא

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=TCmYN5QJfYs[/youtube]

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 2:26 pm
דורך berlbalaguleh
Kool man האט געשריבן:בערעלע, איך האף דו ביסט סארקסטיש, איך האלט דיך נישט פאר אזא נאר :|

ניין. איך בין אין גאנצן ערנסט (און א נאר.... :lol:) אבער האמת ניתן להיאמר. אז הרב יואל ראטה טוט אויף דארט וואו מ'דארף. און וואס מ'דארף...!

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 3:41 pm
דורך הבא ללמד
פלעין יודיש האט געשריבן:א לינק


דרייסט סתם א קאפ, איך זעי גארנישט ראנג

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 6:18 pm
דורך yatzmachp
פלעין יודיש האט געשריבן:א לינק


ביטע נישט אטאקירן

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 7:03 pm
דורך קאצקע ציקער

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 7:13 pm
דורך נופת צופים
זיין יו טוב טשעננעל איז פוהל מיט שיינע שיעורים. אסאך פון זיי אויף שלום בית.
BreslevCenter

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 10:21 pm
דורך שמעקעדיג
נישט אלע שיעורים פון ר' יואל באלאנגט אויף יוטוב לענ"ד... מיין ווייב דארף נישט אלעס וויסן :)

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 10:50 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:נישט אלע שיעורים פון ר' יואל באלאנגט אויף יוטוב לענ"ד... מיין ווייב דארף נישט אלעס וויסן :)

שמעקעדיג: כ'האב נישט געוואוסט אז דו ביסט א תלמיד פון הרב יואל ראטה... :lol:
איך בין נישט קיין תלמיד. (מ'נעמט נישט אן אזעלכע אלטע בערן אין זיין ישיבה). אים בין אבער א חסיד. איך האלט אז ער טוט אויף זייער א סאך. הלוואי וואלטן אלע ראשי ישיבות באהאנדלט בחורים אזוי ווי ער...!

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 7:59 am
דורך נופת צופים
איך בין אויך אן אפטער באזוכער אויף זיין טשעננעל. ער איז מתוק מדבש.

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 8:40 am
דורך פלעין יודיש

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 8:44 am
דורך נופת צופים
פלעין יודיש האט געשריבן:די F ווארט

מנוולות ממש במלוא מובן המילה, אמת? Grow up.

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:18 pm
דורך ברסלבער
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=lS1Jfr9rspg[/youtube]

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 2:47 pm
דורך בר דעת
wow
א הערליכע דרשה, ער מיינט עס ערנסט, און מיט די שיינע זינגען. א אמתער משפיע רוחני

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 3:12 pm
דורך הוגה
איך ווער מער נתפעל פון זיין זאגן די אמת בנוגע תורה ויהדות. ער באקט נישט קיין ליגן צו געפעלן קיינעם.

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 5:40 pm
דורך הוגה
כ'האב יעצט געענדיגט זעהן די גאנצע קליפ. איי לאוו הים. עס וואונדערט מיר נאר, ער רעדט פון נישט צולייגן צו אידישקייט ווייל דאס צולייגן מאכט אז מ'זאל אלעס אפלאזן. ער ניצט אלץ דוגמא אז ווען מען מאכט ווען נישט משוגע בחורים אז מ'טאר נישט נוצן דזשעל אויף די פאות וואלט ער נישט אפגעשניטן די קרייזעלדיגע פאות. נאך א דוגמא, ווען מען מאכט ווען נישט משוגע בחורים איבער נעמען שאוערס נאכן מקוה אדער איבער זיך נישט באנוצן מיט שמעקעדיגע זייף וואלט ער נישט אויפגעהערט צו גיין אין מקוה.

זיין נקודה איז אז מ'לייגט צו איז מען גורם אז מ'זאל אלעס פארלירן. דאס איז געווען די עצת הנחש ביים חטא עץ הדעת. איך פארשטיי גוט זיין נקודה. איך וואונדער מיר נאר אויב קיין איין בחור אדער יונגערמאן פרעגט אים נישט אז די עצם מקוה און די עצם לאנגע פאות איז דאך אויך צוגעלייגט? וואס וואלט ער געענטפערט דערויף?

ובכלל וואונדער איך מיר, ער איז זייער איזי-גאואינג. ער פארלאנגט נישט א סאך פון זיין עולם. וואס טוט ער אבער אויב איינער פון זיינע תלמידים פאלגן אים נישט? וואס טוט ער אויב זיינס א חסיד זאגט נישט די משניות, איז נישט מעביר סדרה וכדומה? האט עס אן עפעקט אויף זייער קשר? איז ער מרחק די וואס זענען שקצים אין זיינע אויגן? סתם פאר נייגעריגקייט.

אגב, כ'וואלט אים געוואלט אמאל טרעפן און הערן לייוו. וואו און ווען קען א פרעמדע האבן א הזדמנות אים צו טרעפן?


.

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 6:29 pm
דורך שמעון וואלף
וואס שאלה? נישטא קיין שום שאלה פאר מענער זיך צו שאוערן נאכ'ן מקוה. אפילו פאר פרויען איז עס נאר א גזירה, אבער פאר מענער איז נישטא קיין שום שאלה

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: מוצ"ש מאי 09, 2015 10:11 pm
דורך [NAMELESS]
עס זעעט מיר אויס זייער היפאקריטיש ווען אזא איד איז פארנימען ווי קיין שום עבירה איז נישט געפערעליך דער אייבישטער האט דיר נאכאלץ ליב וכו', אבער אויב וועסטו נישט מעביר סדרה זיין דאס איז געפערליך, דוקא דארט ווערט השי''ת ברוגז,

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 12:02 am
דורך קאצקע ציקער
אויך הערליך
https://youtu.be/DdGtFDHz3F8

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 12:39 am
דורך קאצקע ציקער
.

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 12:39 am
דורך [NAMELESS]
הוגה האט געשריבן:אגב, כ'וואלט אים געוואלט אמאל טרעפן און הערן לייוו. וואו און ווען קען א פרעמדע האבן א הזדמנות אים צו טרעפן?
.

נעמט א וועג קיין ווילימסבורג גייט צו 27 סקילמען די הויפטקווארטיר פון היכל הקודש ווי די ישיבה געפינט זיך אויך, שפאציר אריין און פארברענג דארט, קענסט רעדן צו הרב יואל אדער זיך צו זעצען צו זיין שיעור, עס איז זייער א פרענדלי קאאל מצב דארט

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 12:46 am
דורך הוגה
מען מעג אריינוואקן סתם אזוי אין מיטן סדר הישיבה?

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 12:50 am
דורך פרייוויליג
ער איז א ציקער זיסער איד. הלואי מיר וואלטן אויפגעצויגן געווארן מיט אזא איד. מי יתן והיה.

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 1:40 am
דורך [NAMELESS]
הוגה האט געשריבן:מען מעג אריינוואקן סתם אזוי אין מיטן סדר הישיבה?

יא זיכער אדרבה מען וועט זיך פרייען צו דיר,
איך האף דו פארשטייסט וואס עס הייסט דארט סדר הישיבה, גאר אנדערש ווי אין שערי יושר...