בלאט 9 פון 12

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 10:17 pm
דורך ברסלבער
מאראנצןזאפט האט געשריבן:וואו קען מען עס שאפן?

דא רעדט מען פון דעם.

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 10:21 pm
דורך זר זהב
מאראנצןזאפט האט געשריבן:ביי דעי וועי וואס מיינט על הראשונים? קאווע שטיבל?

שטערן, שפאקטיוו, קול מבשר און נאך

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 10:40 pm
דורך געפילטע פיש
יאנקל האט געשריבן:וואס איז פשט אז דער "גילוי דעת" ענדיגט זיך "ובזכות מצות שמירת שבת..."?

אפשר איז איינער פון די טעמים אדער נימוקים ווייל ס'קען מכשיל זיין איינעם צו לייענען דברי חול בשבת, ממילא פארשטייט מען דעם אויספיהר פיין.

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 11:36 pm
דורך ממרום שלח אש
ס'יום טויף אינדערוואכן, א לץ טייפט אפ א בריוו, וואס קוקט אויס לכל הדעות געפעלשט, קומט א דריטער און מערקט אן א אפענע גרייז, שרייבט דער פינפטער חכם אהא! כאב אלץ געוויסט די רבנים זענען עמי ארצים.
וקאווע שטובל צהאלא ושאמייחא

עס איז געכאפט דירעקט פון א קאמפיוטער סקרין, מען זעט די פיקסעלס, און די פלעש שפיגעלט אפ, די ווערטער קלעבן נישט און זענען עקסטרים, די חתימה איז נאריש און מאכט נישט קיין סענס, יידל נעמיר איבער, איף יו קעיר, פראבעבלי נאט.

קוקט מיר אויס ווי שפילמאן האט נישט געווארט אויף קיין כבוד נאר גענומען דאס געזעץ אין די הענט אריין, זעענדיג אז סייווי זענען די שותי זשאווא די איינציגסטע וואס רעדן דערפון, אפשר אזוי וועט ער זיי מאכן פאר פייערדיגע פענס. אין די רעסט -ווי מען זאגט- איז היסטערי.

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 11:40 pm
דורך משה געציל
יאנקל האט געשריבן:וואס איז פשט אז דער "גילוי דעת" ענדיגט זיך "ובזכות מצות שמירת שבת..."?

שטרי הדיוטות... נאר דער איד אין דער בלאט מעג מען ליינען אין שבת היות וויבאלד די צורות זענען נאר פון רבנים...

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 11:46 pm
דורך מאראנצןזאפט
די חתימה איז אויך מאדנע ועבאעה"ח למען הרמת קרן התורה ביום העצרת הזה נגד רשעי עמינו בעיה"ק שמה.
מאכט עפעס נישט קיין סענס.

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 12:08 am
דורך קאווע טרינקער
א שטורעם אין א גלעזעל וואסער.
די רבנים דארט זאגען קלאר אז זיי זענען אויסדרוקלעך נישט מחדש קיין איסורים.
סך הכל זאגען זיי אז דער "מצליח" איז אין כלל דער שוין עקסיסטירענדע אור אלטן פארשפרייטען אישור.. סארי, איסור.

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 12:12 am
דורך משה געציל
קאווע טרינקער האט געשריבן:אישור.. סארי, איסור.

אישור As in 'ועד האישור' בשי"ן שמאלית.

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 9:24 am
דורך boxcover
זר זהב האט געשריבן:איי קענט העלפ מיי סעלף, אבער זיין פרנסה איז מיר נישט וויכטיגער ווי ריינע הערצער וואס גייען א גאנג פון זיך אנליינען אלע גויאשע פאליטישע שטותים. הלוואי ווען ער זאל ארויסגעבן עפעס אויפ'ן ריינעם תורה'דיגן גאנג.
על הראשונים אנו מצטערים.

איר האט פארגעסט צו ענדיגען אייערע דיבורים מיט אשפג. כ'האף ס'איז נאר א טעות.

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 9:26 am
דורך boxcover
יאנקל האט געשריבן:וואס איז פשט אז דער "גילוי דעת" ענדיגט זיך "ובזכות מצות שמירת שבת..."?

איך האב זיך אפגעשטעלט ביי
ע"פ בקשת העסקנים
.
כ'מיין, פליז.

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 10:00 am
דורך קרעקער
אנבעליוועבעל
זיי מיינען עכט אז מקען נישט מער קויפען קיין שטערן אין גאנץ וויליאמסבורג?

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 10:57 am
דורך יידל
ממרום'ס קאנספיראציע טעאריע געפעלט מיר... זייער קריעטיוו.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 9:43 am
דורך קרעקער
נאר אזוי

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:53 am
דורך עס עפעס
ממרום זאגט שוין גארנישט קיין קאנספיראציע. יעדער בר שכל וואס קוקט אויפ'ן בריוו זעהט אז ס'האט נישט דאס מינדעסטע פשט.

א וואונדער אז דער מחבר פונעם "איסור" האט גענומען איבראן אלס איינער פון די חותמים? ער האט געוויסט אז דער איבראנער וועט זיין בשמחה עטליעסט אז עמיצער שפירט פאר ווערד צו נוצן זיין אונטערשריפט און ער וועט נישט ארויסקומען זאגן אז מ'האט געפעלשט זיין אונטערשריפט...

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:04 pm
דורך גדעון
מאראנצןזאפט האט געשריבן:גראדע האט ער זיך אסאך ארויפגעארבעט די טעותים זענען פארשווינדן און ער האט קלאר א פראפעסיאנאלער מגיה.
אלס הויפט קריטיקירער מוז איך אים גאראטאלירן מיט א גוט ווארט.

קוק ווי ס'איז פליצלינג גוט געווארן נאכדעם וואס סאיז ארויסגעקומען א איסור.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:26 pm
דורך נפתלי
גדעון האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:גראדע האט ער זיך אסאך ארויפגעארבעט די טעותים זענען פארשווינדן און ער האט קלאר א פראפעסיאנאלער מגיה.
אלס הויפט קריטיקירער מוז איך אים גאראטאלירן מיט א גוט ווארט.

קוק ווי ס'איז פליצלינג גוט געווארן נאכדעם וואס סאיז ארויסגעקומען א איסור.

האהא.. זיין שטיקל איז געלונגען......

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2013 6:32 pm
דורך נולד מאוחר
קוק ווי ער האט אריינגעריקט 'מצליח'
איז דאס יא אטענטיש?
בילד

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 9:54 am
דורך קרעקער
א ליצנות
מקען שוין נישט וויסען וואס איז עכט
יעדער לץ קען פרינטען וואסערע צעטל ער וויל און מאכען איסורים מיט חרמות
אייגענטליך דאס טוהט שוין קלאר קאמפעני לאנג יעצט האבען זיך אנדערע אויכט אויסגעלערענט די פאך

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 10:10 am
דורך מאראנצןזאפט
איינער האט געליינט מצליח דעם חודש.
ער נעמט זיך איבער לענדלארדס אז ווער ס'בעט טייער רענט איז א רוצח וכו'.
הער מיך אויס מיסטער שפיל, רענט אין וויליאמסבורג איז בכלל נישט טייער לויט די מארקעט וועליו, און אז דו קענסט נישט עפארדען דא צו וואוינען קענט איר מופן קיין אמהא נעבראסקע.
און אפילו א לענדלארד בעט מיט 50 טאלער מער ווי דער פרייז איז ער לכל היותר א חזיר. נישט קיין מערדער, ער איז נישט שולדיג אויף אלע אוועקגעפאלענע בחורים, און האט נישט קיין שום שייכות מיט די קיתון של שופכין וואס דו באגיסט אים אין דיין עדיטאריעל על לא עוול בכפו.
זיי געווארנט פון הגזמות, עס האט נישט קיין טעם.

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 12:07 pm
דורך איך אויך
ר' מיץ ביסט א בתים מאכער?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 12:22 pm
דורך מאראנצןזאפט
איך וואוין געדינגען.
מיך ארט נישט איינער ווען איינער קריטיקירט לענדלארדס, יואל אשר לאבין האט עס אויך אמאל געטון אין דער שטערן אשער צייטשריפט, אבער די וועג וויאזוי ער האט דאס געשריבן האט ממש נישט געמאכט קיין סענס.

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 12:24 pm
דורך אביגדור
יא.

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 12:32 pm
דורך איך אויך
ווען א באבעווע גאליציאנער (והא ראי' אז דער אהבתי פארגינט ער נישט) זאגט גאנץ גוט מיינט עס שוין עפעס.