בלאט 1 פון 1

אויסגעדראשענע זאצן און אקטיוויטעטן דער עולם וואקסט נישט אויס

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:05 am
דורך יואב
דער אשכול איז געווידמעט צו שרייבן זאצן און אקטיוויטעטן וועלעכע קעגן פארשטאנד האט זיך אנגעקלעבט ביים ציבור, און וואקסט פשוט מיט ווי די קליידער אין מדבר,מייסטענס ביי די שארפערע מוחות צווישן אונז.

פאלגענד שאקל איך ארויס פון ארבל עטליכע.

-נא! וויאזוי איז געוועזן דער יחץ ?
-נו! האסט נאך איבערגעלאזט עפעס וואסער אין מקווה ?
-פרידמאן? הע, דאס ווייס איך דאך, די ערשטע נאמען ?
- ביסט מיד, אדם מיעוד לעולם.
-עתה ילחכו הקהל.
-וואס צוברעכסטו מיר די ערד ?
-אין לאגער איז נישט בעסער געועזן (הייסט עס, מיר דארפן ליידן 2 מאל).
- צען טויזנט דאלער "בימים ההם", וואלט לכאורה אויסגעקומען לכל הפחות 7 ביליאן דאלער היינט, במשקל ראשון.
-אן אויסגעקראכענעם קאפ איז אויך 6 דאלער ?
-ברומען ביי כאלה, אבער אלץ מיטן זעלבע פרישען שמייכל.

-אראפכאפן דעם הוט פונעם עלטערן בחור ביי א חתונה, און דאס ערזעצן מיט א שוויציג שטריימל.