משפיעים און זייערע השפעות!

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

דולה ומשקה האט געשריבן:רבי אלעזר הורוויץ האט אנגעהויבן אלס משפיע פאר די אברכים, היינט צו טאג איז ער "רב ד'קהל ייטב לב סאטמאר", דער בית המדרש איז נישט אונטער מהר"א און נישט אונטער מהרי"י, לפי"ז וועט אויסקומען אז פונקט ווי יעדער אנדערע משפיע פריער אדער שפעטער ווערט א רב/רבי, וועט אויך רבי אלעזר הורוויץ ווערן א זעלבסטשטענדיגע 'סאטמאר רב', ווער וועט איהם צוריקהאלטן?

דעם ר' אלעזר קען מען באשרייבן פאר זיך, ס'איז אן אמאליגע קנאי..מאראנצען וואו ביסטו?
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

איך קען אים פערזענליך און ער איז מיר נישט אינטערעסאנט צו ווידמען טינט פאר אים.
בכלל קלער איך אז ער קומט נישטא אהער אין משפיעים אשכול ער איז סתם א צדיק שהשעה משחקת לו
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:איך קען אים פערזענליך און ער איז מיר נישט אינטערעסאנט צו ווידמען טינט פאר אים.
בכלל קלער איך אז ער קומט נישטא אהער אין משפיעים אשכול ער איז סתם א צדיק שהשעה משחקת לו


וואס עפעס צדיק ?
איך וואלט געזאגט עקסטרעמיסט וטוב לו
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ער האט אסאך גוטע חלקים אין זיך, נישט אוועקצומאכן.
כ'האב פערזענליך אסאך נהנה געווען פון אים (ברוחניות)
וירח ה' את ריח הניחוח
פרענטש וואנילע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:51 am
האט שוין געלייקט: 145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך פרענטש וואנילע »

וואס איז מיט די נייע שטערען הרב קלוגער פון בית שמש?
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

שוין דערמאנט אביסל ביי די ברסלבער משפיעים קוק צוריק אביסל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
חזנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 05, 2013 10:28 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך חזנים »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:העמיר גיין צו רבי מאטיל.

אבער א דיסקלעימער: איך קאן אים נישט, געציילטע מאל געזען, און בלויז געהערט פון דא און דארט.

שמו רבי מרדכי מנשה זילבער. א שלאנק דארער הויכער אידל, מיט א ברוין-שווארץ קאלטענעם בארד, וואס וואוינט אין בארא פארק.

............................................ עד הסוף

דערצו איז ער 'מיסטער סילווער', וואס זאגט טענק יו פאר'ן דעליווערי בוי, גייט אליין אויף דער גאס, אין געשעפט קויפן א רעקל א.ד.ג. און פירט זיך אויף בין אדם לחבירו ובין איש לביתו ווי א נארמאלער מענטש!

אבער נאכאמאל, איך קען דאס בלויז פונדערווייטנעס, און איך וואוין אפילו נישט אין איין שטאט. פשוט וויבאלד א חבר פון ישיבה פלעגט מיך אראפדרייען דעם קאפ וועגן רבי מאטל האב איך עס אביסל קענען געלערנט. ווער ס'קען די זאך פונדערנאנט איז מכובד מוסיף צו זיין א נופך.


דעים ערב שבת האב איך געוויזן די גאנצע משפיעים אשכול פאר מיינס א חשובע אורח (א חבר וואס איז איינגעשטאנין ביי מיר), האט ער זיך געטענ'ט מיט מיר באריכות בנוגע די גאנצע אשכול, ובפרט שרייט ער אז ער האט א זוהן וואס איז כל כולו א חסיד ביי ר' מאטל, און אלעס וואס איר האט דא געשריבן איז לפחות יותר ריכטיג, אבער מיט א "טאטעלי ראנג אימעדזש"

עס איז צו א גרויסע אריכות אריינצוגיין אין פרטים, און איך גלייב אז קיינער איז נישט אונטערעסירט, אבער מ'קען בכלל נישט ארויסהאבן די גאנצע הלוך ילך דארט פון אט די דאזיגע אשכול.

זייער ריכטיג האט הרב מאראנצןזאפט אויסגעפירט "איך קען דאס בלויז פונדערווייטנעס, און איך וואוין אפילו נישט אין איין שטאט"
רחם נא ה"א האהוי! על ישראאאל עמעעך!!!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

חזנים האט געשריבן:איך גלייב אז קיינער איז נישט אונטערעסירט

מסתמא נישט דיין איינציגסטע פאלשע גלויבן... :)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

אדרבה ר' חזנים פתח פיך ויאירו דבריך ודברי חביריך
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

הרב חזנים, קורץ אדער באריכות, נישט קיין נפק"מ, ביטע אויב איר קענט ערקלערן אייערע ווערטער, אדרבה ואדרבה, איך בין נאר דער פותח, דער עולם קוקט ארויס מיט דורשט וואס אייער חבר האט אייך געגעבן צו ערקלערן, ותתרבה הדעת אמן.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
חזנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 05, 2013 10:28 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך חזנים »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:הרב חזנים, קורץ אדער באריכות, נישט קיין נפק"מ, ביטע אויב איר קענט ערקלערן אייערע ווערטער, אדרבה ואדרבה, איך בין נאר דער פותח, דער עולם קוקט ארויס מיט דורשט וואס אייער חבר האט אייך געגעבן צו ערקלערן, ותתרבה הדעת אמן.


ווייסט איר וואס, איך וועל פרובירן צו מאכן לאנג סטארי שארט

1) אלס בחור אין ישיבה, זייט אייך מצייר די גרעסטע ליטווישע מתמיד, אריינגעטוהן אינם אייגענעם וועלט, מ'האט אים נישט געקענט כאפן ביי קיין חסידיש ספר אפילו בטעות (חוץ נועם אלימלך ערש"ק)
אלע חסידית פראווערייען איז געווען נאר ביים טיש פון רבו מסטוטשין. (נישט קיין רב הוטנער נישט קיין חב"ד...)

בעסער צו פארשטיין דארף מען בעסער וויסן זיין התייחסות צו רבו מסטוטשין,
עס איז נישט געווען א זאך וואס ער האט געטוהן אן זיך געהעריג דורכשמוסן מיט אים.

יעצט רעדט מען שוין פון א אנגעקומענע בחור, ער האט זיך שוין אוועקגעשטעלט מער ווייניגער, ער ווייסט שוין ווי ער שטייט אויפן וועלט, האט אים המשגיח הרב וואלפסאן גענומען פאר אן איידים בשטו"מ...
ווי באקאנט איז הרב וואלפסאן א גרויסע פוילישע תורה לערנער, און דא האט זיך ר' מאטל געעפענט די אויגן
כדרכו איז אויך דא - איעדע ספר וואס ער האט געוואלט לערנען איז עס נאר געווען בהסכמתו פון רבו מסטוטשין (ער פלעגט באקומן די תשובה: "ביי אונז לערנט מען אלעס")
פארשטייט זיך אז דאס האט ער אים אוועק געשטעלט אלס א יסוד וואס האט אים אריינגעברענגט אין א ברייטע וועלט פון תורת החסידות, הן ספרי חב"ד והן ספרי פולין וברסלב.

און אזוי איז ער ווייטער געלעגן אינם אייגענעם וועלט אלץ מקבל פון רבו מסטיטשין,
און די וויכטיגסטע נקודה איז אז טראץ די אלע ספרים וואס ער האט געלערנט, האט עס אים נישט גערירט קיין כי הוא זה פון זיין אנגייענדיגע טאג טעגליכע לימודים, אין מנהגים...
ד.ה. ער האט געלערנט די אלע עניני חסידות און מחשבה, אבער נאר אלס אינפארמעישאן, גארנישט פערסאנעל...
(גיי זאג עס פאר זיינע אנהענגער...)

עד כדי כך אז זיינע נענסטער חברים איז בכלל נישט געקומן על הדעת אז עפעס א דרך פון זאגען תורה בויעט זיך אין דעים קאפ.
אזוי איז ער געבליבן די זעלבע גאליציאנע מצומצם.

לאמיר אריבערשפרינגן צו תשמ"ב
זיין רבי איז נסתלק געווארן, א גרופע אינגערלייט האבען זיך צוזאם גענימען און געמאכט חבריתות און חסידות
דא האבען זיינע חברים געזען אז עס פאראן אן אוצר מלא וגדוש, און זענען געווארן פשוט איבעראשט
(איך פראביר צו אינפארמירן נאר זאכן וואס זענען נוגע...)

מ'האט זיך צוזאמען גענומען ארום אים, און ער איז פשוט געווארן א מגיד שיעור אין חסידות.
גלייך פון אנהייב זענען געווען אנדערע וואס האבן אים דוקא יא געוואלט מכתיר זיין אלץ אדמו"ר, און בעידוד פון גדולי ישראל האט מען אים אפילו געמאכט נעמען קוויטלעך, אבער ער האט דאס איגנארירט אינגאנצען.
(פויזע: די שפרינג פון זיין פריוואטע לעבן אריין צו די ראש החבורה לעבן איז אים געווען היפך הטבע, ער האט זיך גאר אסאך געשלאגן כדי דאס אדורברעכען...)

איינער פון די יסודות וואס ער האט מקבל געווען פון רבו מסטיטשין איז, אז "די עיקר דרך החסידות איז =מיינען ערנסט=" און דער יסוד איז אלעס, די איבריגע זענען בלויז ענינים...
אט דא קומט אריין דעים יסוד

ווייל ווען נתרבו ספסלי ביהמ"ד, האט ער אנערקענט אז ער קען זיך נישט שלאגן ווייל עס וועט נאר בעקפייערען, דעריבער האט ער אנגעפאנגן נאכצילאזן פון זיין שטרענגע פאליסי, און ער האט געלאזט די שווענצלעך מאכן אביסל רעביסטיווע,
(הגם דאס איז אויך נישט געווען בהיתר גמור, און כמה פעמים האט ער גאר שטארק אטאקירט די חברה, אבער מיט א גרעניץ).

דא רעדט מען שוין פופצען - צוואנציג יאר וואס דער איד איז על המשמר, און דערווייל האט ער זיך נאכנישט געטוישט קיין כי הוא זה פון רבו הנ"ל
נאר אדרבה נישט מסיח דעת געווען פון אים.


פון דא אין ווייטער האבן זיך זאכן געטוישט, איך בין נישט באקאנט וויאזוי אבער אידען האבן עפעס געשמעקט אז עס איז פארהאן עפעס וואס זיי האבן נישט געהאט
(נישט פארגעסן עס איז נאכנישט געווען די אלע אנדערע משפיעים)
בקיצור עס האבן אנגעפאנגען צו-ציקומען פרישע אינגערלייט און בחורים...

דא האט זיך ארויסגעוויזן זיין "מיינען ערענסט" וואס ער האט מקל געווען פון רבו הנ"ל און ער האט זיך אנגעפאנגן אויסשפרייטן,
ד.ה. פון איין זייט האט ער גארנישט משנה געווען פון רבו הנ"ל
אלע מנהגים, זיין גאנצע טראכט א.א.וו. און דאס איז נאך עד היום הזה זיין עיקר השפעה
אבער אויך וואס עס קען נאר העלפן א איד און עבודת השם, אפילו אויב עס איז א וויזניצער מנוחה ושמחה, אדער א שיעור אין ליקוטי מוהר"ן...
ווייל דאס האט ער מקבל געווען, אלעס טוהן פאר אידענס וועגן און מיינען דערמיט די באשעפער.

עד היום הזה איז זיין עיקר קאך נאר ביי די זאכן וואס ער האט געזען ביי רבו הנ"ל, די איבריגע איז באופן גארנישט פערסאנעל

אשאד פאר מיין צייט, אבער אלס גאסט האב איך נישט געוואלט איגנארירן די כיבוד פון מאראנצןזאפט'ס.
איך האף אז עס איז פארשטענדליך

אבער הרב מאראנצןזאפט'ס,וואס האט מיר געברענגט צו ליינען דעים אשכול איז ווייל איך האב געהאפט אז מ'וועט אנקומן צו אסאך א וויכטיגער ענין
דאס אנגעווייטאגטע סוגיא פון די "חשובע רבנים" וואס האבן איבערגענומען אונזער דור, און די ציבור האט פארלוירן דאס געדולט צו זיי.
אפשר עפענט איר אן אשכול אויף דעים געביט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חזנים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
רחם נא ה"א האהוי! על ישראאאל עמעעך!!!
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

א גרויסען דאנק מאראנצן און חזנים וועגן די הערליכע שמועס וועגן רבי מאטל. איך וויל נישט אוועקפירן די שמועס צו אטאקעס וכדומה, און איך מיין חלילה נישט גארנישט, נאר איך וויל באמת פארשטיין זיין פערזענליכקייט. איך האב שוין עטליכע יאר געזעהן זיין גרויסע סוכה אין פראנט פון זיין ביהמ"ד אין בארא פארק. ער מאכט א ריזיגע סוכה וואס ציט זיך פון די טיר פון זיין ביהמ"ד, איבער די גאנצע סיידוואלק, און גייט אריין א צען-פיפצן פיס אין די גאדער. איך מיין אז ער איז די איינציגסטע רבי וואס מאכט אזא גרויסע סוכה אהן זיך אפילו קימערן איין טראפ וואס דאס טוהט פאר מענטשן וואס ווילן דורכגיין די גאס. ער בלאקט די גאס פון אלע זייטן, און מאכט אפילו נישט קיין בעריקעידס אויף די גאדער ווי מענטשן זאלן קענען ארומגיין די סוכה אן קיין סכנה. פרויען מיט קערידזשעס בלייבן סטאק, און דארפן זיך מוטשענען אריבערצוגיין די גאס וכו'.
יעצט איך קען אים בכלל נישט. אבער איך וויל פארשטיין פון וואס דאס קומט. איז עס א שלעכטע מידה חלילה? איז עס זיינע חסידים וואס פארדרייען אים א קאפ? איז דאס ווייל ער איז באמת אויסגעטוהן פון די וועלט און כאפט נישט וואס אזא זאך מיינט פאר ארומיגע מענטשן, און זיינע חסידים קעירן בכלל נישט?
איך וויל נאכאמאל זאגן, אז איך פראביר נישט דא ארויפצוברענגען א "טענה". דאס איז נאר א אבזערוואציע, פון וואס איך וויל אביסעל ארויסהאבן די מהלך פון זיין חסידות.
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
ר' שמחה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:29 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך ר' שמחה »

חזנים האט געשריבן:איעדע ספר וואס ער האט געוואלט לערנען איז עס נאר געווען בהסכמתו פון רבו מסטוטשין (ער פלעגט באקומן די תשובה: "ביי אונז לערנט מען אלעס")
פארשטייט זיך אז דאס האט ער אים אוועק געשטעלט אלס א יסוד וואס האט אים אריינגעברענגט אין א ברייטע וועלט פון תורת החסידות, הן ספרי חב"ד והן ספרי פולין וברסלב.

דארף מען גלייבן אייערע ווערטער, אז דער סטיטשענער רב זאל האבן מסכים געווען אז מען זאל לערנען פולישע אדער ר' נחמןס ספרים.

---

מן הסתם זיין טאנצן אויפן טיש אן קיין אויבער שטריימל - בעקיטשע אויך בכלל
חזנים האט געשריבן:טוהן פאר אידענס וועגן און מיינען דערמיט די באשעפער.


---

חזנים האט געשריבן:און ער האט געלאזט די שווענצלעך מאכן אביסל רעביסטיווע,
(הגם דאס איז אויך נישט געווען בהיתר גמור, און כמה פעמים האט ער גאר שטארק אטאקירט די חברה, אבער מיט א גרעניץ).

האט ער דאן דען אויפגעהערט טרייבן שפאס און ליצנות פון די פארענטשעס ביי די איינגעפונדעטע רביסטעוועס ?
באניצער אוואטאר
חזנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 05, 2013 10:28 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך חזנים »

מן הסתם זיין טאנצן אויפן טיש אן קיין אויבער שטריימל - בעקיטשע אויך בכלל
חזנים האט געשריבן:טוהן פאר אידענס וועגן און מיינען דערמיט די באשעפער.


איך מיין נישט צו פארגלייכן
אבער די זיידע פון הרה"ק מסטוטשין דהיינו הרה"ק מראפשיץ זי"ע האט דאס געקענט טוהן אפי' אין א פשוטע מיטוואך ווען עס האט אויסגעפעלט
וכן נוהג נכדו האדמו"ר מסטיטשין שליט"א בנבל וכנור.... מדי שבוע בשבוע... טוהן פאר אידענס וועגן און מיינען דערמיט די באשעפער...
רחם נא ה"א האהוי! על ישראאאל עמעעך!!!
באניצער אוואטאר
חזנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 05, 2013 10:28 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך חזנים »

חד גדיא האט געשריבן:א גרויסען דאנק מאראנצן און חזנים וועגן די הערליכע שמועס וועגן רבי מאטל. איך וויל נישט אוועקפירן די שמועס צו אטאקעס וכדומה, און איך מיין חלילה נישט גארנישט, נאר איך וויל באמת פארשטיין זיין פערזענליכקייט. איך האב שוין עטליכע יאר געזעהן זיין גרויסע סוכה אין פראנט פון זיין ביהמ"ד אין בארא פארק. ער מאכט א ריזיגע סוכה וואס ציט זיך פון די טיר פון זיין ביהמ"ד, איבער די גאנצע סיידוואלק, און גייט אריין א צען-פיפצן פיס אין די גאדער. איך מיין אז ער איז די איינציגסטע רבי וואס מאכט אזא גרויסע סוכה אהן זיך אפילו קימערן איין טראפ וואס דאס טוהט פאר מענטשן וואס ווילן דורכגיין די גאס. ער בלאקט די גאס פון אלע זייטן, און מאכט אפילו נישט קיין בעריקעידס אויף די גאדער ווי מענטשן זאלן קענען ארומגיין די סוכה אן קיין סכנה. פרויען מיט קערידזשעס בלייבן סטאק, און דארפן זיך מוטשענען אריבערצוגיין די גאס וכו'.
יעצט איך קען אים בכלל נישט. אבער איך וויל פארשטיין פון וואס דאס קומט. איז עס א שלעכטע מידה חלילה? איז עס זיינע חסידים וואס פארדרייען אים א קאפ? איז דאס ווייל ער איז באמת אויסגעטוהן פון די וועלט און כאפט נישט וואס אזא זאך מיינט פאר ארומיגע מענטשן, און זיינע חסידים קעירן בכלל נישט?
איך וויל נאכאמאל זאגן, אז איך פראביר נישט דא ארויפצוברענגען א "טענה". דאס איז נאר א אבזערוואציע, פון וואס איך וויל אביסעל ארויסהאבן די מהלך פון זיין חסידות.


נו אפשר לייגט איר זיי פאר דעים נושא
איך מיין אז עס איז שוין העכסט צייט זיי צו פארשיקן ארויס פון שטאט דארט אויף 61 סטריט

אגב אז איר רעדט שוין יא, נו אפשר דארף מען טאקע נעמן עקשאן ביי די אנדערע רעבישע הויפן ווי פאפא, סאטמער, וואס שינה לא ראו .... מ'לאזט נישט שלאפן סוכות ביז די שפעטערע שעות, מ'פראוועט אין די גאס ביז שפעט ביינאכט, מ'וועקט אויף די קליינע קינדער וואס די מידע אנגעארבעטע מאמעס האבן געלייגט שלאפן ...
רחם נא ה"א האהוי! על ישראאאל עמעעך!!!
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

און וואס טוט זיך אין ירושלים, קארלין, תולדות אהרן? - דארט מעג מען יא האלטן אויף די שכנים א גאנצע נאכט?
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

וועגן די סוכה בין איך נישט באקאנט, און אויב זענט איר א שכן און ס'שטערט אייך, טוט א מצוה און קלינגט אן איינער פון די גבאים, אולי וועט איר עס קענען מסדר זיין, בכל אופן ס'קומט נישט אהער צום שמועס.
הרב חזנים, לכאורה וואס איר ווילט ארויסברענגען איז אז זיין גאנצער התנהגות איז יא ראפשיץ ווייל זיין רבי האט מסכים געווען. שווער צו זאגן אז זיין רבי האט אים ממש אויף אלעס אנגעוויזן, ווען זאכן האבן זיך אנטוויקלט דורכאויס די יארן, בכלל אז א איד וויל פירן א באטע, פארלערנען רש"ש, וכו' איז נישטא קיין סיבה אים צוריקהאלטן ווייל ס'איז אלעס גוטע זאכן, נאר מיט ראפשיץ האט עס נישט קיין שייכות.
ס'איז נישט קיין מעלה אז ער איז אייגנארטיג און נישט קיין חסרון, צי ער האט יא געפאלגט נישט געפאלגט איז אויך נישט נוגע, יש אומרים אז רבי מאטיל איז אסאך מער פון זיין רבי, די נקודה איז נאר אז ער איז א סטוטשינער רבי פלאס.
מיינען ערנסט איז א סלאגאן וואס ער זאגט נאך פון רבי יהודה'לע מזשיקוב נישט פונעם רב, און איר זענט מיסאינפארמד.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
חזנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 05, 2013 10:28 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך חזנים »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:וועגן די סוכה בין איך נישט באקאנט, און אויב זענט איר א שכן און ס'שטערט אייך, טוט א מצוה און קלינגט אן איינער פון די גבאים, אולי וועט איר עס קענען מסדר זיין, בכל אופן ס'קומט נישט אהער צום שמועס.
הרב חזנים, לכאורה וואס איר ווילט ארויסברענגען איז אז זיין גאנצער התנהגות איז יא ראפשיץ ווייל זיין רבי האט מסכים געווען.


ניין! דאנט געט מי ראנג!, איך האב נישט געזיכט צו פארדרייען די יוצרות, איך האב נישט געזאגט אז אלעס וואס ער טוט איז ראפשיץ, נאר
צוויי פוינטס:
פוינט 1) אז אפילו ער פראוועט אסאך זאכן וואס איז נישט געווען אין די ראפשיצער חדר, האט עס אים פערזענליך נישט געטוישט
עס איז אזויווי צוזאגען אז איינער וואס איז ביי טבע א טעקנישאן און פאך, איעדע קען אים אלץ טעקנישאן, אין ער גייט נעמען א באס דרייווער דזשאב מאיזה סיבה שהוא.

פוינט 2) עס איז נישט קיין סתירה צו ראפשיץ
דעטס איט!


מאראנצןזאפט האט געשריבן:שווער צו זאגן אז זיין רבי האט אים ממש אויף אלעס אנגעוויזן, ווען זאכן האבן זיך אנטוויקלט דורכאויס די יארן


לכאורה די ספרים וואס ער האט געלערט בחייו האט ער אים געפרעגט.
איך האב נישט קיין צייט מברר צו זיין אויף זיכער די דעטאלען, אבער אזוי האב איך פארשטאנען, אדרבה, איר קענט פראבירן וועריפייען די אינפארמאציע.


מאראנצןזאפט האט געשריבן:מיינען ערנסט איז א סלאגאן וואס ער זאגט נאך פון רבי יהודה'לע מזשיקוב נישט פונעם רב, און איר זענט מיסאינפארמד.


וואייא! מיט אזא קלארקייט...
רחם נא ה"א האהוי! על ישראאאל עמעעך!!!
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

חד גדיא האט געשריבן:א גרויסען דאנק מאראנצן און חזנים וועגן די הערליכע שמועס וועגן רבי מאטל. איך וויל נישט אוועקפירן די שמועס צו אטאקעס וכדומה, און איך מיין חלילה נישט גארנישט, נאר איך וויל באמת פארשטיין זיין פערזענליכקייט. איך האב שוין עטליכע יאר געזעהן זיין גרויסע סוכה אין פראנט פון זיין ביהמ"ד אין בארא פארק. ער מאכט א ריזיגע סוכה וואס ציט זיך פון די טיר פון זיין ביהמ"ד, איבער די גאנצע סיידוואלק, און גייט אריין א צען-פיפצן פיס אין די גאדער. איך מיין אז ער איז די איינציגסטע רבי וואס מאכט אזא גרויסע סוכה אהן זיך אפילו קימערן איין טראפ וואס דאס טוהט פאר מענטשן וואס ווילן דורכגיין די גאס. ער בלאקט די גאס פון אלע זייטן, און מאכט אפילו נישט קיין בעריקעידס אויף די גאדער ווי מענטשן זאלן קענען ארומגיין די סוכה אן קיין סכנה. פרויען מיט קערידזשעס בלייבן סטאק, און דארפן זיך מוטשענען אריבערצוגיין די גאס וכו'.
יעצט איך קען אים בכלל נישט. אבער איך וויל פארשטיין פון וואס דאס קומט. איז עס א שלעכטע מידה חלילה? איז עס זיינע חסידים וואס פארדרייען אים א קאפ? איז דאס ווייל ער איז באמת אויסגעטוהן פון די וועלט און כאפט נישט וואס אזא זאך מיינט פאר ארומיגע מענטשן, און זיינע חסידים קעירן בכלל נישט?
איך וויל נאכאמאל זאגן, אז איך פראביר נישט דא ארויפצוברענגען א "טענה". דאס איז נאר א אבזערוואציע, פון וואס איך וויל אביסעל ארויסהאבן די מהלך פון זיין חסידות.

סטיטשין איז נישט באבוב. ודי בזה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

בקיצור איז די וויכוח דא אויב איז ר' מאטל אן אריגענעלער ראפשיצער רבי / חסיד, וואס במקרה איז א אמעריקאנער יונגעל וואס האט געלערנט אין תורה ודעת זיך געדרייט ביי ר' משה וואלפסאן געלערנט חב"ד ברסלב ר' צדוק מהר"ל וכו', אדער איז ער בעצם אן אמעריקאנער יונגעל וואס האט אין צוגאב געהערט צו שטיטשינער שטיבל און געגלייבט שטארק אין סטיטשינער רב. יש מקום להתווכח בזה, און דאס איז תלוי אין די וויכוח פון די צויי האלב'ס סטיטשין שנזכרו למעלה. ראציאנאליש און פון דרויסען געקוקט (קען זיין ר"מ אליינס קוקט נישט אזוי) איז דער צוייטער צד פיל מער מסתבר.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

איך מיין אז די סוכה איז שוין לאנג אויף א'ן אנדערע פלאץ ערגעץ ווי ביי די זעכציגערס גאסן, קען זיין איך מאך א טעות און ס'איז דא 2 סוכות, 1 פאר שמחת בית השואבה און 1 פאר די סעודות היום?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
באניצער אוואטאר
חזנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 05, 2013 10:28 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך חזנים »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:זיין דרך ההשפעה איז בעיקר צו זאגן מאמרים אין חסידות גג על גג, מיט דער טענה אז ס'דערהייבט א נשמה. זיין סטיל איז שווער אנצוטאפן, א געמיש פון כתבי אר"י און ברית כהונת עולם, אסאך רבי צדוק, חב"ד, אביסל זרע קודש, מהר"ל, רב הוטנער, און זיין שווער ר' משה. ער זאגט הפלא'דיגע גימטריאות, גאנצע בנינים על דרך הרמז געמישט מיט חסידות, ממש כפטור ופרח. שלש סעודות אליין זאגט ער יעדע וואך א פרישע מאמר פון איבער א שעה .
...

זיינע מוסר שמועסן זענען זייער אייגנארטיג. ער איז געבענטשט מיט א סענס אוו יומער און א גוטן שפראך, און צומאל איז עס זייער קאמיש און טשיקאוו. דער שיעור איז זייער פאפולער, נאך מער ווי די שיעורים אין חסידות, און איז א לייכטע שיעור.

גאר קאנטרעווערסיאל איז וואס ער ערלויבט זיך צו רעדן אויף די היינטיגע רבי'ס (באופן כללי, אן קיין נעמען פארשטייט זיך). יש אומרים אז דאס קומט ווייל ער קוקט זיך אן ווי אן אדם מן השורה, ממילא איז ער בארעכטיגט, און דאס זענען פשוט די פראבלעמען פונעם דור. ויש אומרים ווייל ער האלט אז ער איז פון די אמת'ע.


דעים ערב שבועות האב איך אראפ גענידערט פון לדעת די גליון דברי תורה - סטוטשין http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20130515&gil=71

וואס זאל איך ענק זאגן, די אנפאנג און סוף איז נישט מיין "קאפ אף טי"

אבער די שיחות התעוררות לשבועות איז "פיינע נייעס"
איך האב עס ארום געוויזן שבועות ביינאכט און ביהמ"ד פאר מיינע ארומיגע, דער עולם האט זיך מחי' געווען

בעיקר צום סוף ווען ער צינעמט די ענין פון גאות (אזויווי מאראנצןזאפט האט אונז שוין פאראויסגעזאגט)
אזוי אויך ווארפט ער אריין צעווישן די שורות אזוי מענין לענין - אפאר טשיקאווע ווערטער, למשל - ליינט אפ די בייגעלייגטע פייל, און נאך.

איך האב געוואלט באדאנקאן הרב מאראנצןזאפט, און הרב לעיקוואד, פארן ברענגן דעים איד צום אויבערפלאך.

(אפשר קענט איר צולייגן א בילד - איך האב אים שוין גאר לאנג נישט געזען - ער גייט נאך מיט די מצה שטריימל?)
רחם נא ה"א האהוי! על ישראאאל עמעעך!!!
פארשפארט