בלאט 9 פון 13

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 4:00 am
דורך הדד בן בדד
א איד האט געשריבן:אבער די גוים ווילן נישט געבן נאר פאר אזא ארגענאזאציע וואס גיט יא פאר א יעדן איינעם ווי ר׳ בערל האט שוין געזאגט וחסד לאומים חטאת.


אזוי? איך וויל גיין צו סעלוועישאן ארמי און בעטן געלט פאר אידן, אדער ביי אנדערע גרויסע גוי'אישע טשאריטיס. און אויב זיי ווילן נישט געבן וויל איך זעהן צו די אלע נדבנים - די גוי'אישע - וועלן אויפהערן געבן.

אלא מאי, זיי ווילן געבן דארט ווי מען געט פאר גוים, נישט ווי מען געט פאר יעדן.

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 4:20 am
דורך berlbalaguleh
לויט ווי איך ווייס זענען די פאקטן א ביסל אנדערש. די (פארשאלטענע) "סאלוועישן ארמי"...וועלכע איז בעצם א מיסיאנערישע ארגאניזאציע, שטרעקן יא אויס הילף פאר נויטבאדערפטיגע אידן. נאר זייער הילף קומט מיט א שטארקע פראפאגאנדע און צורעדונג זיך צו שמד'ן, ר"ל...!

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 4:36 am
דורך ישראל קאפקע
וואס איז דאס מיט דיר, עס איז 4:30 am, איך וועל דער נישט לאזן דרייוון מארגן! :P

#אינסאמניע

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 4:40 am
דורך berlbalaguleh
און איך וועל דיר נישט לאזן פאררעכטן זייגערס. אדער... אדורכפיהרן ברית'ן ביי שחרית... האו קאם אז דער משגיח איז נאך אויף.
לענין... איך דרייוו נישט דעם באס זונטיג... :lol:

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 4:44 am
דורך ישראל קאפקע
נע פאררעכטן זייגערס איז נישט אזא גרויסע פאראנטווארטליכקייט ווי פירן קינדער.
העכסטנס וועט מען אליין אנשטעלן דעם זייגער נאכן אפנעמען פונעם פארשלאפענעם זייגער פאררעכטער. :P

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 4:49 am
דורך berlbalaguleh
שוין. אבער די צווייטע פאך איז יא... וד"ל...!

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:18 pm
דורך הירץ אייכל גומפרץ
אמת דער איז סתם א האסער און איז בשמחה אז ער האט געטראפן דער כפרה הינדל דער חסיד פון סטעמפארד היל און אצינד האט ער א היתר פארוואס צו באשרייען "אלע Jews". די האס שרייט ארויס פונעם ארטיקל, ווי די פאלגענדע שטיקלעך ספעציעל, קענען מעיד זיין:

? and the second is, have thse actors dressed in police uniforms been vetted to ensure they have no connections to foreign intelligence agencies? Yes it’s quite feasible that their ranks are full of Mossad agents sent to penetrate the British Police force.

It’s not just Stamford Hill though, the same is repeated across the country in all of our major towns and cities. The Jews have established themselves as a force within the establishment, the hand that rules all – and all this time, we’ve been completely blind to it.

איך בין אבער נישט אחריות אויף וואס Joshua Bonehill שרייבט... און נישט יעדע מאל איך ברענג אן ארטיקל דארף איך מסביר זיין וואס מיין שיטה איז אדער צושרייבן, "מיר טראגן נישט אחריות אויף די..." יעדער פארשטייט די אומשטענדן און סיבות אונטער און צוליב וואס די ארטיקל איז געשריבן געווארן. ווי זאגט מען, "אנדרלמוסיה באה לעולם והורגת רעים וטובים". ליידער געט מען אים שטאף אין מויל פון וואס צו רעדן. ס'איז נישט קיין סוד אז די שומרים אין לאנדאן שטעלט פאר די עולם וועם זי פארטיידיגט און איז פארמירט פון אפאר ראצערס, ליידיגע קעפ, וואס נישט אזוי לאנג צוריק האבן זיי געראומט די גאסן, זוכענדיג עקשן, נישט קענענדיג ווארטן "אנצורייסן א גוי." היינט זענען זיי נאך א ארעם אין די הענט פון די רבנים. גיב עס נאך אפאר יאר און זיי וועלן ווערן די אפיציעלע ווארטזאגער פון די סיקריקים.

פארוואס איז דא אזויפיהל העיט קריים אקעגן חסידים? איז יש היכי תמצא לומר, אז דו גייסט אנדערש אנגעטוהן, נאך מאדנע אויכעט, און איך ווייס אז דו קענסט זיך שוואך באשיצן וועל איך האבן א גאו אויף דיר. אמת, גארנישט געט נישט קיין תירוץ עמיצן צו אטאקירן. און געווענליך איז ער נאך א טראבל מעיקער מקודם. אבער וועט דען נישט אביסל עדיוקעישן און פיזיקעל אקטיוועטיס בעסער טעקלען דעם פראבלעם? שומרים געט נאר א בעסערע תירוץ פאר די שכנים אונז פיינט צו האבן. זיי זענען אומפראפעשענאל, העלפן צומאל פארדעקן אויף אביוז און אינערליכע קרימינאלן און שרייען מיט זייערע מעשים, "מיר טראסטן נישט איר מאיאסטעטס'ס פאליציי קראפט און ענפארסמענט אגענטורן"

איך רוף עס דער "גלות וואטש דאג". אידישע פאליציי - 1940

נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 6:53 pm
דורך איך אויך
שוין געווען דא?
http://vimeo.com/110568828

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 5:34 am
דורך שבת אחים
EXCLUSIVE: Orthodox Jewish wife who claims she was 'raped, beaten and starved' by husband who refused divorce tells U.S. court he 'let her daughter play with his genitals'

Read more: http://www.dailymail.co.uk/news/article ... z3SHQojOU7

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 12:36 pm
דורך קינד_אן_קייט
שבת אחים האט געשריבן:EXCLUSIVE: Orthodox Jewish wife who claims she was 'raped, beaten and starved' by husband who refused divorce tells U.S. court he 'let her daughter play with his genitals'

Read more: http://www.dailymail.co.uk/news/article ... z3SHQojOU7

ס'לאזט זיך נישט גלייבן וויאזוי די מידיא כאפט זיך צו צו עפעס וואס איז לכאורה גארנישט מער ווי א סענסציאלע גט-פרשה אבי אונז אפצומאלן מיט שווארצע קאלירן.

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 1:49 pm
דורך אפטעמיסט
די פרוי איז טויט משוגע. זי איז שולדיג, נישט די מידיא. אפילו דער ריכטער איז קעגן איר.

נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 9:35 pm
דורך פרייוויליג
פאר פיר יאר צוריק פלעגט מען זאגן: דו קענסט שוין גארנישט טון היינט ווייל אלעס ווערט רעקארדירט אויף א אומשולדיגער קעמרע. היינט קען מען שוין זאגן אז ווען איר ווישט זיך די נאז אדער איר טוט די מינדערסטע זאך ווערט דאס נישט נאר אויפגעכאפט אויף א קעמרע, נאר איר ווערט פובליצירט אין בליץ סקונדעס און צומאל באגלייט מיט א בילד פון אייך. פאר אונז אידן מיינט דאס צווייפאכיג אז מיר ברויכן אכט געבן אויפן: וראו כל עמי הארץ כי שם ה׳ נקרא עליך;

אט האט איר צוויי ביישפילן:

נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 1:26 am
דורך הדד בן בדד
ענד איי סאו עי כאסידיק קאם אוט אוו עי טוירטש...

ענד איי אלסא סאו עי שווארצער קאם אוט אוו עי סינאגאג...

נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 1:54 am
דורך רויטע וואנצעס
ער האט קודם געקויפט א וואסער באטעל אין מאקדענעלד, און נאכדעם מקיים געווען מיט דעם וראו כל עמי הארץ.

נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 2:04 am
דורך זייגער
הדד בן בדד האט געשריבן:ענד איי סאו עי כאסידיק קאם אוט אוו עי טוירטש...

ענד איי אלסא סאו עי שווארצער קאם אוט אוו עי סינאגאג...


האסט עם אפגעפרעגט?
מען דארף שטורמען וועלטן!
נישט בלויז לייגן אונטערן קארפעט!

נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 8:46 am
דורך משולם שטיינפעלד
פארהאן א טוויטער קאנטע וואס ריטוויט גאר אסאך טוויטס וואס מען רעדט וועגן חסידישע אידן.

אסאך דערפון איז אמת, עס איז זיכער דא טוויטס דארט וואס זענען מצוץ מאצבע.

מהיכי תיתי אז די טוויט איבער באוואסערן די גראז אין ניו דזשוירסי איז ריכטיג? עס וואלט געשטימט אויף אסאך אנדערע הייוועיס, די 80 איז אביסל שווער...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 12:18 am
דורך פרייוויליג
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:פארהאן א טוויטער קאנטע וואס ריטוויט גאר אסאך טוויטס וואס מען רעדט וועגן חסידישע אידן.

אסאך דערפון איז אמת, עס איז זיכער דא טוויטס דארט וואס זענען מצוץ מאצבע.

מהיכי תיתי אז די טוויט איבער באוואסערן די גראז אין ניו דזשוירסי איז ריכטיג? עס וואלט געשטימט אויף אסאך אנדערע הייוועיס, די 80 איז אביסל שווער...

דו קענסט אונטער א מיני רגע געוואור ווערן צו עס איז אמת, טשעק אוט יענעמס אקאונט. ועוד ער ריטוויט סך הכל, וואס מיינסטו ער ריטוויט זיינע אקאונטס, ער לאזט לויפן פאלשע אקאונטס מיטן ציל צו קענען אמאל ריטוויטן? קאם אן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 12:41 am
דורך berlbalaguleh
הדד בן בדד האט געשריבן:ענד איי סאו עי כאסידיק קאם אוט אוו עי טוירטש...

ענד איי אלסא סאו עי שווארצער קאם אוט אוו עי סינאגאג...

דעם שחור אראויסקומען פון א שול, פארשטיי איך. ס'איז דאך דא דארט פושקעס.
אבער דעם איד ארויסגיין פון א טשוירטש פארשטיי איך נישט. וואס..? ער איז געגאנגען זיך מתוודה זיין פאר'ן גלח...?... :lol:

נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:58 am
דורך הדד בן בדד
berlbalaguleh האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:ענד איי סאו עי כאסידיק קאם אוט אוו עי טוירטש...

ענד איי אלסא סאו עי שווארצער קאם אוט אוו עי סינאגאג...

דעם שחור אראויסקומען פון א שול, פארשטיי איך. ס'איז דאך דא דארט פושקעס.
אבער דעם איד ארויסגיין פון א טשוירטש פארשטיי איך נישט. וואס..? ער איז געגאנגען זיך מתוודה זיין פאר'ן גלח...?... :lol:


וואסעפעס, ער האט עס נישט געוואלט טון ביים זייט פון דעם רוט 80 איז ער געגאנגען אין קירכע...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 9:01 am
דורך משולם שטיינפעלד
פרייוויליג האט געשריבן:
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:פארהאן א טוויטער קאנטע וואס ריטוויט גאר אסאך טוויטס וואס מען רעדט וועגן חסידישע אידן.

אסאך דערפון איז אמת, עס איז זיכער דא טוויטס דארט וואס זענען מצוץ מאצבע.

מהיכי תיתי אז די טוויט איבער באוואסערן די גראז אין ניו דזשוירסי איז ריכטיג? עס וואלט געשטימט אויף אסאך אנדערע הייוועיס, די 80 איז אביסל שווער...

דו קענסט אונטער א מיני רגע געוואור ווערן צו עס איז אמת, טשעק אוט יענעמס אקאונט. ועוד ער ריטוויט סך הכל, וואס מיינסטו ער ריטוויט זיינע אקאונטס, ער לאזט לויפן פאלשע אקאונטס מיטן ציל צו קענען אמאל ריטוויטן? קאם אן.

נישט אז דער וואס ריטוויט עס איז דער ליגנער, דער ערשטע טוויטער איז א ליגנער אדער א פאנטאזארירער

נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 10:39 am
דורך פרייוויליג
בקיצור עס איז אין לדבר סוף, קענסט זאגן אויף יעדן שטיקל נייעס אז עס איז ארויסגעזויגן.

Re: נעגאטיווע ליכט אויף חרדים אין די מידיא

נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 10:40 am
דורך [NAMELESS]
טיימס באשרייבט די חרדים וואס ווילן נישט זיצן לעבן פרויען אויף עראפלעינס

http://mobile.nytimes.com/2015/04/10/us ... igion.html

נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 11:17 am
דורך בן תמליון
דורך די קאמענטס אויפן טיימס ארטיקל זעט זיך אז אן ארנטליכער גוי קוקט אן זייער בייז דאס חרדים זיך נישט וועלן אראפזעצן און פארלאנגען די נישט אידישקע, וואס האט געקויפט איר זיץ מיט רעכט זאל זיך אויפשטעלן ווייל איר וועט האבן מחשבות זרות. להלכה איז קיין שום איסור צו זיצן נעבן א פרעמדע וואס איר האט קיין שייכות מיט. ווילט איר זיין פרום כל הכבוד אבער זייט מוחל פארשאפט אייך א צווייטן איד נעבן אייך ווען איר קויפט די טיקעט אדער קויפט צוויי זיצן. דאס איבערקערן עראפלאנען און הייסן גוים זיך אויפשטעלן ברענגט אויף בייז בלוט ביים גוי און ברענגט נישט קיין כבוד פארן עם ישראל.